היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פארווארפענע TRAX פון זינגערס

פארווארפענע TRAX פון זינגערס

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1186018

כורמיזא » 15/11/2004 12:25

דאס באלאנגט באמת ביי חדשות אנ"ש עולם הנגינה, אבער אזוי ווי דער עולם באווייזט זיך דארט קנאפ לייג איך עס דא.

די לעצטע יארען קומען ארויס מער טעיפס וואס זענען געמיקסט פון פארשידענע זינגערס. די מעלה דערפון פארן ארויס געבער איז אז צווישען אזויפיל זינגערס קען מען צופרידען שטעלען א גרעסערע עולם.

דער פראבלעם איז אז אסאך מאל איז נאר דא צוויי טרעקס דערפון וואס יעדער גלייכט.

איך פראביר ביי מיר צו מאכען א שטיקעל סדר מיט די זינגערס אז ווען איך וויל איינעם הערען זאל זיין נאר פון אים.

לאמיר מאכען א זינגער אויף א מאל, און ווער עס ווייסט ווי ער זינגט, זאל אריין שטעלען דא די טעיפ און וועלכע ניגון.

לאמיר אנהויבען מיט א זינגער וואס דאכט זיך מיר אז ער האט נאך נישט ארויס געגעבען קיין טעיפ אבער איך האב ליעב צו הערען ווי ער זינגט.

אהר'לע סאמעט
1) מונה 4, ואנחנו כורעים

כורמיזא » 16/11/2004 09:14

ר' ליפא שמעלצר
(ניגונים וויא ער זינגט אליין אדער מיט נאך איינעם אן א מקהלה)
1) מתיקות 3, מלך רחמן
2) מונה 4, משה רבינו
3) פילהר מונה 3, אך טוב וחסד
4) המשוררים, אמנם/די זכותים
5) ניגוני ר' יו"ט ארליך געזינגען דורך ר' זושא שמעלצער, תשובה

ווייסט איר נאך פלעצער ווי ער זינגט ביטע שטעלט עס דא אריין