דעם באגריף 'קנאות'...
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1185933
איך זיך שוין לאנג איינער וואס זאל מיר קענען מסביר זיין דעם מושג 'קנאות', און די כלים וואס מ'דארף האבען זיך צו באנוצען דעמיט.
צו דען איז דא היינטיגע צייטען מענטשען וואס זענען אמת'ע קנאים וואס באנוצען זיך דערמיט על פי תורה?
האט איר שוין אמאל מפגין געווען און איר האט באמת געמיינט דעם רבוש"ע און נישט דער פארטיי?
מיינסט אז קנאות האט דווקא מיט הפגנות?
איך האב נישט קיין טענות אויף דיר, זייט די חברה זענען ארויס מיט א הפגנה נוסח על שארפטאן קעגען דעם עירוב אין וויליאמסבורג, און שפעטער קעגען רב שטיינמאן איז געווארען אזא סארט צומישניש צווישען ערליכע קנאות אין מעשוגענע התנהגות וואס מקורם איז ביי די שיריים פון נטורי קרתא.
איך מיין אז דאס איז זייער אארענסטע זאך, וואס מ'דארף טאקע אסאך צו שמועסן וועגן דעם, איך וועל באלד שרייבן דא מיין מיינונג, אבער איך ויל זעהן וואס די אנדערע מעמבערס האבן צו זאגן וועגן דעם.
די ריכטיגע סימבאל אוף קנאות איז לכל הדעות רביה"ק מסאטמאר זיע"א, לאמיר אביסל מתבונן זיין ווי האט אויסגעזען זיין קנאות. ווען דער רבי זיע"א איז געווען אין ב"ב האט ער געזאגט אפייערדיגע דרשה אנקעגן די בחירות און די אגודה מיט אלע זייערע פירערטס, איינער פון די גרעסטע מנהיגים פון אגו"י און ב"ב איז געווען דער ויז'ניצער רבי זצ"ל, און נאכן דרשה איז רביה"ק געגאנגען זיך טרעפן מיט איהם מיט אליבשאפט אין כבוד כלא היה.
אזוי איז אויך באקאנט דאס גיוואלדיגע ידידות צוישן דעם רבי'ן זיע"א מיט הגאון ר' אהרן קאטלער ז"ל וואס האט ממציא געווען דאס "חוב קדוש, פון די אגודה אויפן בחירות האסורות. ס'איז זייער באקאנט אז דער רבי האט געזאגט אוף איהם אין זיין לוי' "להגיד שבחו של אהרן שלא שינה".
א זעלכע דוגמאות זענען דא לרוב, האט אזוי קוקט אויס ריכטיגע קנאות פון א ריינע הארץ.
נאך מער פון דעם איז געווען מיט הגה"ק ר' יוסף חיים זאננפעלד דער ערשטע ירושלימ'ע רב, וואס איז געווען בראש המערכה אנקעגן דער רה"ר קוק, אבער ווען ער האט זיך גיטראפן מיט איהם, און ס'האט פאסירט גאנץ פול, האט ער נוהג כבוד געווען מיט איהם.
ביז דא אוף יעצט. ביטע ווער ס'האט וואס צו ענטפערן זאל עס טוהן.
כורמיזא האט געפרעגט א קשיא, און איך מיין אז מ'דארף קודם ענטפערן אויף די קשיא, פאר מ'לאזט זיך אריין אין ווער עס איז די ריכטיגע סימבאל פון קנאות און ווער נישט, און אנדערע זייטיגע נושאים.
די קשיא איז: וואס מיינט דאס ווארט 'קנאות'? און וויאזוי באנוצט מען זיך דערמיט?
איך מיין די ערשטע זאך דארף מען וויסן די טייטש פונ'ם ווארט.
נאכדעם דארף מען קוקן אין די תורה (שבכתב ושבעל פה) ווען מ'האט זיך באנוצט דערמיט. ווער האט זיך באנוצט דערמיט. און וויאזוי האט מען זיך באנוצט דערמיט.
נאכדעם קען מען קוקן אויף היינטיגע גדולים וואס זיי האבן געטוהן, און וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט.
צוויי נקודות: לאמיר נישט פארגעסן אז א גדול קען אויך מאכן א טעות אמאל. און אויך מיין איך איז כדאי צו רעדן קודם כלליות'דיג - נישט נאר פון סאטמאר - ווייל נישט אלע ליינער'ס און שרייבער'ס דא זענען סאטמארע חסידים. און דערנאך קען מען אריין גיין אין די פרטים פון סאטמאר'ע קנאות.
הסאטמאר'ע קנאות היה , לא להתחשב בשום אדמו"ר רב ומנהיג, גם אם הוא ת"ח וגאון עולם, גם אם הוא קדוש עליון,
ומצווה להילחם בכל רב עדה ומנהיג באם הוא לא מיישר קו ומכניע את עצמו לממלכת סאטמער.
יאנקי
דאס האט גארנישט מיט סאטמאר, ליידער אין אסאך חסידישע קרייזען איז מיין גדול אין רבי אלעס, אין די אנדערע זאנען כקליפת השום.
עפשטיין
נישט דאס איז דער נדון, דער נדון איז אז אין סאטמאר איז יעדע וואס גייט נישט מיט אין זייער שפאן איז א יורד גיהנם, ענדליך צו וואס די אראבער האלטען לגבי יעדע וואס גייט נישט אין זייער גלויבען. אזא ווארט איז דא פין סאטמאר רבי ר' יואליש, אז אפילו איינער איז צדיק גמור, טאמער איז ער א ציוני וועט דאס איבעוועגען אלע מעשים טובים. נישט אזוי? אין ערגעץ איז נישט דא אזא שיטה, ביי קיין שום אידעשע קהלה אדער חסידות, אדרבה אויב יא לאמיר הערען וועלכע!
באראפארקער
א שיטה איז א זאך וואס איז דא א מחלוקת הפוסקים אין א בירור הלכה ביידע וועגען.
אפשר ברענגסטו דא א בירור הלכה פארקערט ווי דעם ויואל משה?
נ.ב. פארשטייט זיך אז איך קען נישט קיין רבי'ס היינטיגע צייטן וואס גייען אריין אין קאטעגאריע פון ציונות.
מיר האט דאס א זאלי געזאגט וועגען דער תולדות אברהם יצחק רבי.
בארא פארקער
איך בין נישט ווערט צו זיין דער וואס פארענטפערט דער סאטמאר רבי זי"ע
אבער, די ווארט וואס די ברענגסט, איז פשוט פשט,
ציוניזם, איז א ענין פון אמונה, און אויב איינער האט פראבלעמען אין אמונה, איז ער א כופר בתורת משה כולו,
דער סאטמאר רבי זי"ע האט נישט 'געמאכט' קיין הלכות, ער האט 'מברר' געווען הלכות
איך בין פארטיג, מיט דעם ענין, איך האלט נישט אז היידפארק, איז געמאכט פארדעם
אז עס דרוקט דיר, שעלט אריין וויפיל דו קענסט, איך האף אז די וועסט בעסער פילן נאכדעם
kj
הוא הדבר אשר דברתי, איך האב סה"כ געשריבען איין ווארט קעגען די סאטמארע טעאריע, און די שרייבסט שוין אז איך שעלט, איך האב עפעס געשאלטען? איך האב סה"כ ארויסגעברענגט אז איך האלט נישט אלעס ווי סאטמאר.
און אזוי גייט עס אין סאטמאר מיט אלעם, איינער וואס ברענגט נאר ארויס א ווארט קעגען עפעס וואס אין סאטמאר איז הייליג, איז ער שוין פין די וואס מורידין ולא מעלין.
און דאס וואס די זאגסט אז ציוניזים איז א ענין פין אמונה, אמונה? מאן דכר שמיה, אוואדאי האט ר' יואליש געזאגט אז עס איז ערגער פין אלע דריי חמורות, אלע קאלט פירערעס ברענגען ארויס אז זייערע שטותים זענען די הארבסטע.
בארא פארקער שרייבט:
נישט דאס איז דער נדון, דער נדון איז אז אין סאטמאר איז יעדע וואס גייט נישט מיט אין זייער שפאן איז א יורד גיהנם, ענדליך צו וואס די אראבער האלטען לגבי יעדע וואס גייט נישט אין זייער גלויבען. אזא ווארט איז דא פין סאטמאר רבי ר' יואליש, אז אפילו איינער איז צדיק גמור, טאמער איז ער א ציוני וועט דאס איבעוועגען אלע מעשים טובים. נישט אזוי? אין ערגעץ איז נישט דא אזא שיטה, ביי קיין שום אידעשע קהלה אדער חסידות, אדרבה אויב יא לאמיר הערען וועלכע
איך האב גע'ענטפערט אויף וואס די שרייבסט "טאמער איז ער א ציוני וועט דאס איבעוועגען אלע מעשים טובים", אויף דעם איז מיין פריערדיגע תגובה, אז ציונות, איז אן ענין פון אמונה, אויב ביזטו מחולק ביזטו נישט, "נישט קיין סאטמארער", די ביזט א "אינו יודע" און איך האלט נישט ביים מקיים זיין דעם "את פתח לו"
און לגבי דעם וואס די שרייבסט, "יעדע וואס גייט נישט מיט אין זייער שפאן איז א יורד גיהנם", אויך דעם גיי איך אינגאנצן נישט ענטפערן ווייל די אליין ענטפערסט, "אין ערגעץ איז נישט דא אזא שיטה, ביי קיין שום אידעשע קהלה אדער חסידות", דאס האסטו אוודאי געזאגט בדרך בתמי', ווייל אין סאטמאר, חוץ אמונה ודעות, אין אויף גארנישט דא קיין קפידא, ווי אין עניני אכילה, לבוש חסידות, אדרבה, סאטמארע איז די ליבעראלסטע,
עס איז נאר, לאכעדיג, פאר די סאטמארע, איצט די טעג, ווען די מדינה, בראש, פון דעם "היותר קרוב לדת" 'שרון', מאכט פון ענק שפאס, און כל מיני הטארעס, און עטס האלטס אן, הארץ שלנו, וכולי,
אדרבה, אפילו ווען זיי וועלן משתין זיין אויף ענק, זאגסט, סאיז נישט קיין .... וואסער, עס איז וואסער פון הייליג לאנד, פון אידישע נשמות, מען דארף יעדע זאך קוקן דעם חלק הטוב, נישט אזוי
דערווייל האט קיינער נישט געענפערט. וועל איך מצטט זיין א שטיקעל פרי הארץ פונ'ם הייליק'ן ר' מענדעלע וויטעבסקער זצ"ל (סוף פרשת ואתחנן):
כלל דמלתא להמשיך רחמים על כל הברואים ואפילו על הרשעים כי מי יודע מה בלב של אדם או אולי הגיע בתשובתו בשעה א' מה שאין צדיק גמור יכול, ולא לקטרג על שום א', שכבר נטלה מאתנו החכמה והמדע לדון את האדם אפי' ע"פ שנים עדים, והשפעת שכל זה לא הי' רק בזמן הסנהדרין, וכ"ש בלא עדות וראיה אין זה כי אם גדול דעה ורב עלילות ומעשים טובים. ומקנה לה' צבאות אם רוצה לקנאות יקנא לעצמו בלבו כנ"ל
קעי דזעי
דער אינו יודע ביסטו, ווען די וואלסט געהאט די מינדעסטע תשובה וואלסטו גענטפערט, נישט געדרייט מיט די נאז.
זעהר שיין, ביז ר' יואליש איז געקומען איז געווען פלענטי אנדערע קנאים, קיינער האט נישט געהאלטען אז ציונות איז אזוי הארב ווי דער סאטמאר רב, און מען מיז איינשטימען מיט א יעדער זאך וואס די מדינה טוט אויב איז מען יא א ציוני. און עטס סאטמארע מעגסט אביסעל קומען צום דעת אז דער רביס בליק איז קוים ארויס פין זיינע ד' אמות, און אוודאי האט ער נישט פאראויס געזעהן אלע פראבלעמען פין מדינה.
דאס ווארט 'קנאות' מיינט צו זאגן אז מ'היט אוף דעם ריכטגען דרך התורה זאל נישט פאלש ווערן, און מ'גייט מיט דעם אמת ביזן קצה הגבול אן קיין שום פשרה, אנקעגן די גאנצע וועלט.
א חלק פון קנאות אוז לוחם זיין מלחמת הדת אנקעגן די רשעים עוקרי הדת, און אויך אנקעגן די וואס גיין מיט זיי האנט ביי האנט.
דאס איז געווען די הייליגע דרך פונעם חת'ס ותלמידיו, דאס איז געווען די סימבאל פון מהרי'ח זאנענפעלד, און דאס איז געווען דער דרך חיים פון רביה'ק מסאטמאר.
היינט האט באקומען דער ווארט קנאות א'פאלשן פשט, היינט מיינט מען אז קנאות איז לוחם זיין אנקעגן ווער ס'גייט נישט און זיין וועג, דאס איז נישט קנאות, דאס איז השחתה מיט פאליטיק.
די מערכה אנקעגן גדול דורינו הגה'צ הרב שטיינמאן שליט'א וואס ווערט געפירט דורך אפאהר מושחתים פון ירושלים אן קיין שטיץ פון עיני העדה שליט'א, איז אריכטיגע דוגמא אוף די השחתה. רוב זאכן וואס מ'זאגט אויף איהם איז שקר גמור, אזוי ווי למשל די מעשה מיט דע 'נחל חרדי' וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן און ס'האט גארנישט קיין שייכות צו הרב שטיינמאן, אדרבה, ער איז היינט דער איינציגער וואס איז מוסר נפשו כפשוטו אז יעדער בחור זאל לערנן נאר אין אהייליגע ישיבה אהן לימודים זרים, און צוליב דעם איז ער געפארן פאר דריי יאהר קיין פראנקרייך און חפץ ה' בידו הצליח מאכן דארט אגאנצע מהפכה וועגן דעם נושא. און איצטער אויך און די היסטארישע נסיעה קיין אמעריקא דער עיקר נושא איז געווען אנקעגן קאלעג', און ער האט שארף ארויס געגאנגען אנקעגן דעם, הן בבנים והן בחינוך הבנות. וואס דאס אלעס איז פונקט פארקערט פון דער מכלומרשטע ,נחל חרדי, וואס איז אפשוטע עלילת שקר, וואס איז אנגעקומען פון געוויסן פאליטישע אינטרעסן ביי דע ליטווישע וועלט נאכן הסתלקות פון הרב שך, וד'ל.
אוך האב שוין אסאך מאריך געווען אויף היינט, אבער דאס וייסט אז מיט א'בלאף פון קנאות, קענמען גראד אנקומען קיין השחתה.
די גרעסטע השחתה און דעם ליגט אז לו יהא און הרב שטיינמאן שליט'א איז ח'ו יא דער שטיצער פון דעם 'נחל', אבער דא ער איז דאך געקומען ,כדי צו מחזק זיין תורה און מרבה זיין כבוד שמים מיט כבוד התורה, איז פון וואו נעמטמען די העזה צו גיין מאכן 'הפגנות' אויף דעם.
דאס איז נישט קנאות, דאס איז רשעות.
ווער קען מעתיק זיין דעם העכסט געלונגענעם ארטיקל פון פאריגע וואכעדיגן איד (ויצא) אופ'ן עדיטאריעל פעידזש
"קנאות מיט דעת"
געשריבן דרוך פסעוודאנים ב. טויב.
גוט געזאגט, נאר וויניג געזאגט!
דאס אז קיינער קריגט זיך נישט אויף די ויואל משה איז נישט אמת, מען האט דאס נאר נישט געדרוקט מרוב פחד פון די טעראריסטן, איך אליין ווייס פון 2 ספרים!
להגיד שבחו של אהרן שלא שינה, האט דער רבי זי"ע געזאגט נישט לגבי דעם ענין פון קנאות.
דער רבי האט דאס געזאגט לענין וואס די לייקוודער ישיבה איז געבליבן ריין פון לימודי חול, אנדערש ווי ליידער אנדערע ליטוישע ישיבות וואס האבן משנה געווען אין דעם הינזיכט פון דעם אלטן דרך פון די ליטווישע ישיבות אין די ליטא
דאס האט דער רבי איהם מכיר געווען, וואס דאס איז טאקע ביז'ן היינטיגן טאג, דאכט זיך די איינציגסטע אמעריקאנע ליטווישע ישיבה וואס האט נישט משנה געווען.
אינגערמאן
אוודאי איז נישטא לימודי חול אין לעיקוואוד, ס/איז שוין נאך היי-סקול וואס איז די אויפטו?
און פארוואס האט דער סאטמאר רב זיך אויסגעדרוקט אויפ'ן בעלזער רב ז"ל "אהרן שעשה את העגל" רח"ל ?
וויאזוי האט נח געקענט בויען די תיבה, אז רע איז געווען בלינד?
דער תירוץ איז, נח איז נישט געווען בלינד! פארשטייסט?
סאטמאר רב האט דאס "נישט" געזאגט אויף הרה"ק ר' אהר'לע בעלזאר זיעועכ"י
די מענטשן מיט אינטערעסן האבן גענומען זיינע ווערטער פון א דרשה צו שלשל סעודות תורה אויף די פרשתה שבוע, און איבערגעזאגט פאר בעלזא רב אז ער האט עם געמיינט.
מ'האט גראדע יא געדרוקט ספרים קעגן דעם ויואל משה, אסאך מער ווי צוויי. נאר אין וויליאמסבורג ווייסט מען נישט דערפון.
אין ארץ ישראל איז דא צענדליגער ספרים פון רבנים וואס האלטן אנדערש פונ'ם ויואל משה.
צבי
ברענג נישט אויף קיין אלטע מחלוקת פון פופציג יאר צוריק כדי צו מאכעו דא א פייער ספעציעל ווען עס האט גארנישט מיט דיינע קרייזען.
משיח.
אולי אתה יכול לתת שמות הספרים והמחברים?
ואפילו אם תמצא לומר שיצא, למה בחייו של בעל הויואל משה זי"ע לא יצא אף אחד בגלוי להפריך את דבריו?
גם אני שמעתי פה ושם שיצא ספר נגד הויואל משה, אבל בנתיים לא ראיתי ולא שמעתי מאף אחד שהוא ראה את זה בעין.
אגב. לא מזמן ראיתי פה בפארק, אחד מחסידי ערלוי כותב, שרבו יצא עם ספר נגד הויואל משה, וגם שלח עותק מזה לרביה"ק מסאטמאר זי"ע. מישהו ראה או שמע על הספר הזה?
תוקן על ידי - SAMMY - 29/11/2004 3:14:08
סעמי
למיטב זכרוני רב מ"מ כשר הוציא לאור את ספרו התקופה הגדולה בחיי רבינו הקדוש מסאטמאר.
מישהו יכול לאשר?
נו. אם לציוני כזה "כשר אבל מסריח" אתה קורא רב, ומביא ראיה ממנו שהוא הפריך את דעת רביה"ק מסאטמאר, אז כנראה שלא הבנת את מה ששאלתי.התכוונתי לרבנים וגדולי ישראל מהיהדות החרדית, ולא רע-בנים בדיחות.
אגב. אם אתה מביא לי דוגמא מכאלו רע-בנים, אני יכול להביא לך כמה וכמה מהסוג הנ"ל שיצאו עם ספרים להפריך את הויאל משה.
תוקן על ידי - SAMMY - 29/11/2004 3:18:43
אינגער מאן
ARE YOU SERIOUS?
לייקוואוד איז דער איינציגע??
עס זענען פארהאנן עשרות עשרות ישיבות ליטווישע וואס לערנען נאר תורה האסט געהערט פון דער גרעסטער ישיבה אין ניו יארק סיטי מיטן נאמען 'מירער ישיבה'??
אדער פון דער פאסיעק ישיבה? אדער פון די לאנג ביטש ישיבה?
אדער פון בייאון ישיבה? אדער פון פערט אמבוי ישיבה?? פון סטאמפורד ישיבה? וכו' וכו' וכו' וכו' וכו'
דאס איז נישט געוועהן דער אישו פאר ר' אהרן.
ער איז געוועהן דערקעגען פון א ישיבה בחור צו שטודירן 'נאכען' ישיבה ווי א סאך האבען דאס געטוהן ער האט געהאלטן 'אנדערש' ווי סאטמאר רב זצ"ל פון לאזען זיך לערנען א 'פרנסה' בכלל!
איז דער סאטמאר רב אנטקעגן פון א יונגער מאן זיך צו לערנען צו סיי וואס? א DR , א שוסטער, אן אקאונטענט?
ר' אהרן'ס תלמידים פירען א מערכה עד היום הזה אקעגען ישיבות ווי תורה ודעת ווי ר' חיים ברלין ווי נר ישראל באלטימור די אללע ישיבות האבען טאקע 'בית המדרש' וכולל נאר פאר לימודי קודש כל היום וכן הלילה.
זיי האלטן אבער אז זייערע תלמידים קענען אויב זיי ווילען גיין אחר הישיבה צו קאלעדש, אויף דעם האט ר' אהרן געקעמפט
די לייקוואודער קוקען אויף זיי מיט א כעס און א באהאלטענע חמה שפוכה, זייער הויפט ווארט זאגער איז ר' אלי' שוויי ראש ישיבת פילידלפיה ער האלט [מליבה לפימיה לא גליה] אז א ראש ישיבת פון די וואס לאזען זייער תלמידים גיין ארויס שטאדירן האבען נישט קיין אמת'ע דעת תורה
אבער פאר דו סאטמערע זענען אלע ליטוישע היינו הך אלע ראזירען זיך דאך דעם בארד....
פונקט ווי אלע תלמידי החתם סופר
אינגער מאן דו בוסט א טיפ פון א היימישער חסיד וואס האט נישט קיין השגה בכלל ווי אזוי דער ארטאדאקסישע מחנה זעהט אויס און אמריקע
סעמי
אתה לא יכול להסתכל עליו כמו רב ציוני מן השורה, בכל זאת הוא היה חסיד גער ומשפחתו ונכדיו כולם חסידי גור מהשורה.
למען ההגינות הספר שלו לא ראיתי.
סעמי
אזוי גייט עס אין סאטמאר, אויב האלט ער ווי איך, דאן איז ער פון די גדולי ישראל פון יהדות החרדית. אויב האלט ער פארקערט איז ער פון די רע-בנים.
איך ווייס אז ווען איך וועל דיר ברענגען די נעמען פון די ספרים ומחבריהם וועסטו גלייך קומען מיט דעם נארישן תירוץ. קענסט ענטפערן צום זאך, אדער נאר באטיטלען די רבנים.
אויב קומט א רב וואס זיצט און לערנט, און ער איז מברר א זאך, אפילו עס איז אנדערש ווי די סאטמארע שיטה, קומט איהם נאך אנערקענונג. ער דארף נאך נישט ווערן קיין רע-בנים פאר דעם, און ער ווערט נאך נישט אויסגעשפיגן פון יהדות החרדית.
משיח.
(אגב. זה מאוד מוזר שבחרת לך ניק כזה, "משיח השם"?)
אתה יכול להאשים אותי מיליון פעמים בזילזול בגדולי ישראל שלא חושבים כמוני, אבל אתה לא יכול להוכיח את זה!
כיהודי חרדי, אני מאמין באמונה שלימה, שציונות הוא כפירה, ובמילא רב ציוני חשוב אצלי בדיוק כמו רב רפורמי.
הכשר הנ"ל היה ציוני מובהק ומפורסם, עד כדי כך כשהוא כתב באחד מהקונטרסים שלו, שבכוס החמישי של פסח צריך לחשוב על האתחלתא דגאולה של המדינה הציונית, יצא נגדו חוצץ הרבי מחב"ד זצ"ל.
ובבקשה ממך,אל תביא לי ראיות מכאלה רע-בנים המלאים בדעות כוזבות ורקובות, ואפילו אם הם הלכו עם ספודיק.
וזה שרב יושב ולומד יומם ולילה,והוא תלמיד חכם גדול, לא אומר ולא כלום. כי ספר תורה שכתבו מין ישרף! ואפילו שכתוב בו אותם פסקים בדיוק כמו בספר תורה כשרה.(אגב. אני מכיר כאן ברחבי הפארק איזה רבנית רפורמית אחת, ואין לך מושג איזה תלמידה חכמה היא. נו, לשיטתך נקבל את פסוקיה?)
תוקן על ידי - SAMMY - 29/11/2004 6:05:39
קודם כל עס מיינט נישט ווייל קיינער האט נישט ארויס געגעבען א ספר וואס פרעגט אפ ויואל משה מיינט שוין אז יעדען האט אנגענומען דעם פסק.
אין רמב"ם ווערט געפאסקענט אז זייט חז"ל קען נישט איין רב מחייב זיין מיט זיין פסק אנדערע וואס זענען נישט כפוף לפסקו.
די סאטמערע רב זצ"ל איז געווען א יחיד בדורו מיט דעם מהלך (צוזאמען מיט די געלד רבנים דאס מיינט ווייטער א דעת יחיד) אין עס קען מחייב זיין די סאטמערע קרייז וואס דאס איז א קליין טייל פון כלל ישראל.
וועגען די עצם ספר ווי שטארק ס'איז הלכה און ווי שטארק ס'איז אגדה אין דעם האבען שוין דן געווען גרויסע תלמידי חכמים ס'איז דא א חלק וואס טענ'ן אז מ'קען נישט פסקענען קיין הלכה פון אגדה ס'דא וואס האלטען בכלל אז די שלש שבועות איז קיים כל זמן די אומות העולם האלטען עס אן, און דאס איז זיכער אז זיי האבען דאס נישט איינגעהאלטען. די שורה התחתונה איז אז גאנץ כלל ישראל איז עס זיכער נישט מחייב.
יעצט וועגען די עצם ענין פון ציונות, עס מיינט נישט אז די רבנים וואס האבען נישט אנגענומען דעם דעת פון אדמו"ר מסאטמער האבען געהאלטען פון די מדינה, פונקט פארקערט עס האט זיי געבאדערט פונקט אזוי, נאר זיי האבען געהאלטען אז מ'דארף אננעמען די מציאות (און קנאות מאכט מען ביי זיך אינדערהיים, מ'גיבט אכטונג אויף די קינדער) און מ'דארף מיט גיין דערמיט ווייל טאמער נישט וועט ווערען אפגעריסען שטיקער פון כלל ישראל אזוי ווי ביי די טיילונג וואס אויך דאס האבען רוב רבנים נישט אנגענומען און די אחריות פון יענע דורות ליגט אויף די וואס האבען געמאכט די טיילונג.
חוץ פון דעם האבען די רבנים געהאלטען אז די כח פון הפגנה דארף מען האלטען פאר אמת'ע פראבלעמען ווי למשל גיוס בנות וכדומה ווייל טאמער נישט פארלירט עס די כח.
ס'איז געווען נאך פארשידענע חילוקי דעות ווי למשל ס'זענען ממש נישט געווען קיין גדולים וואס זאלען האלטען אז די כותל פארלירט פון די קדושה ווייל עס ליגט אין זייער הענט. אבער רוב רבנים זענען נישט ארויס אין די גאסען מיט א לארעם אז יעדער זאל אננעמען זייער שיטה.
וועגען הרב מנדל כשר איז קלאר אז דאס איז נישט געווען די דעת פון רוב גדולי ישראל, אמת אז אלע גדולים (חוץ הרב מסאטמער) האבען געהאלטען אז די 6 טעג מלחמה איז געווען ניסים גלויים (אם כי למחצה ולשליש ביחס צו די צוריקגעשטאנענע ארמיי אין די אראבישע לענדער), אבער אין די 'התקופה הגדולה' פון הרב הנ"ל איז דא גענוג דעות כוזבות.
מ'האט גוט געגלוטשט פון ערשטן נושא.
א'וודאי אז דער הייליגער סאטמערער רבי זיע"א איז געווען אן ערליכע קנאי.ער האט פשוט געברענט וועגן די רשעים עוקרי הדת, ס'איז איהם געגאנגען אין לעבן.
אבער ער האט נישט געמיינט אז די אלע אגודיסטן זיינען רשעים, ער האט געויסט אז צוישן זיי איז דא אויך ערליכע גדולים וואס הארט זיי פונקט ווי איהם די עקירת הדת פון די ציונים שר"י. ער האט גוט געויסט אז הגר"א קאטלער טראץ דעם וואס ער האלט אז ס'איז א"חוב קדוש" גיין צום בחירות האסורות, און האט געקעמפט וועגן דעם פונקט ווי דער רבי זיע"א האט געקעמפט אנטקעגן, איז נישט קיין ציוני רח"ל, און חאטש אז ער האלט אז גיין צום בחירות איז נישט המתחבר לרשע אדער מודה בע"ז, אנדערש ווי אונזער הייליגען רבי זיע"א, ער איז נישט געווארן א'מין אדער אפיקורס רח"ל. וייל נישט יעדער וואס האלט אביסל אנדערש ווערט אאפיקורס, אפילו אויב עס רעד וועגן אזעלכע הארבע איסורים. וועגן דעם דארף מען נוהג כבוד זיין און איהם.
אנדערש פון דעם איז דער רה"ר קוק וואס האט גיהאט ביי זיך דעות כוזבות, (און טראץ דעם האט הגה"ק רי"ח זאנענפעלד זצ"ל נוהג געווען כבוד מיט איהם בפניו, אפשר ווייל ער איז געווען אגיוואלדיגע ת"ח), אנדערש פון דעם איז ר' מענדל טרף וואס איז געווען א'קל און געוויסע זאכן.
דאס דארף זיין דער וועג, נישט מודד זיין לויט דע פעולות, אפילו אויב מיר מיינען אז דאס איז איסור גמור ונורא, ווייל ער האט רעכט צו האלטן אנדערש פון דיר. דער מודד איז דער דיעות און דער דרך החיים, אויב עס ברענט ביי איהם כבוד שמים און כבוד התורה, אפילו אויב ער מאכט עס אנדערש פון וואס דו מיינסט, מ'דארף איהם מכבד זיין.
די היינטיגע מכלומרשטע "קנאים" גיין נישט און דעם וועג, זיי זענען פוגע אין כבוד התורה באופן נורא, זיי זענען מחללי ש"ש ברבים, זיי מיינען נאר פאליטיק.
דאס איז נישט קנאות דאס איז רשעות.
sammy
אני יהודי חרדי ואותי לימדו שמבזה ת"ח הוי אפיקורס
משנת חסידים
איך האב נישט אויפגעברענגט אלטע מחלוקת'ן, מ'האט גערעדט פון די לעיקוואודער ר"י האב איך גערעדט פון דעם זעלבען נושא, BTW, איך שטאם פון די זעלבע "קרייזן" ווי דיר
YOHCEE
I still don't understand the big accomplishment of Yeshivas Gedolos not having secular studies if they're all post high school! All of the mesivtas DO have Limmudei Chol! That they don't allow the Bochurim to go to college is such an accomplishment? Hagaon Harav Hutner Zt"l and all of the Roshei Yeshivah of Torah Vodaas, Reb Yaakon Kamenecki included, DID allow 18 year-olds to attend college.
כורמיזא, כל הכבוד. דעס שטיקל וואס דו האסט געשירבן דא אויבן אויפ'ן בלאט איז געוואלדיג. בפרט דער חילוק פון הלכה און אגדה וואס כמעט קיינער כאפט עס נישט. א גרויס חלק פון היינטיג'ן אידישקייט איז געבויט אויף אגדה. און דער פראבלעם איז אז ווער עס טוט עס נישט ווערט שוין א שייגעץ. ווען מ'טוט עס פאר זיך איז עס גאר א פיינע זאך, אבער מיט אגדה קענסטו נאך נישט יענעם מחייב זיין וואס צו טוהן.
איך האב נישט יעצט צופיל צייט צו שרייבן, כ'האב עס נאר בארירט אויפ'ן שפיץ גאפל, ועוד חזון.
(אגב, וואלט איך מייעץ געווען ווער עס וויל וויסן מער וועגן די שלש שבועות, זאל לערנען די גמרא אינעווייניג, נישט נאר אין ויואל משה. [וואס איך האף אז די סאטמארע חסידים לערנען כאטשיג])
משיח השם, ווער זאגט אז עס איז אגדה? ברענג מיר נישט קיין ראיה פון די היינטיגע
איך האב פשוט נישט מער צייט אויף די מינוט, איך וועל פרובירן מסביר זיין די שיטה קלארער אין אנדערע געלעגענהייט.
נו וואס ווילסטו אן הוכחה אז עס איז אגדה?
1. עס שטייט אין עין יעקב
2. עס שטייט אין אגדות מהרש"א
3. עס שטייט אין חידושי אגדות למהר"ל
ווילסט נאך ראיות?
רבותי אנא הרגעו !
אני חסיד סאטמאר מובהק עם כל הפיטשעווקעס וכו' (אני מנגן בכל שמח"ת את ה6'טע הקפה ניגון, וגם את הנענועים ניגון, ואני אף שומע בכל שובבי"ם את הטעיפ'ס מרביה"ק זי"ע, מה עוד החסרתי ?), ובכל זאת יש לי דעה וחשיבה עצמאית, שאולי לא כל כך מקובלת במקומותינו (אגב, כבר שמעתי כדעתי מעוד רבים וטובים ממני תלמידי רביה"ק זי"ע מביני דבר), ואנסה להגיב על כל האמור כפי דעתי הקטנה (וברוב ענותנותי אגלה דעתי בזה, שאני לא מהראשונים, ובהחלט מותר לכל אחד ואחד לחלוק עלי, אבל אנא מכם רק בדעת ובתבונה "ובנחת ולענין", ואדרבא אולי יוכל אחד מכם להעמיד אותי על טעותי, אם יש כמובן)
וזה החלי, בעזהשי"ת:
א. כל הגדולים (ההיימישע, למעט רבני המזרחי) בדור שלפני השואה, היו נגד הציונות, נקודה. (כמדומני שאין בזה שום חולק).
ב. הפראבלעם (בעיה בלע"ז) מתחיל, עם ההגדרה המדויקת של המושג "ציונות", מהו ואיך הוא. יש שהתנגדו להציונות החילונית הכפרנית, היות שמטרתה אך ורק להעביר את עם ישראל על הדת, אבל בעצם ענין העליה לארה"ק ואבזרייהו, לא התנגדו, ואדרבא תמכו בקניית אדמות ארץ ישראל מהערבים, ובהקמת הקאלאניעס, (דברים שהיו טרף חזיר אצל רבותינו). בקיצור, כל התנגדותם היתה רק כדי שלא להסחף, ולהעריץ, ולהתחבר אל הכופרים והחילונים, אבל לא היה להם שום קשר לענין הג' שבועות. ביניהם היה הגה"ק האבני נזר מסאכטשוב זי"ע, הרה"ק ר' ישראל מטשארקוב זי"ע, הקנאי הגדול ר' עקיבא יוסף שלעזינגער מירושלים זי"ע, וגם הגה"ק רי"ח זאנענפעלד זי"ע (אנא, אל תצעקו עלי, זהו האמת הברור, קנאתו הגדולה של מרן ריח"ז לא התקשר כלל לענין הג' שבועות, אפשר להוכיח זאת שחור על גבי לבן, ואכמ"ל) ועוד ועוד רבנים ואדמורי"ם מפורסמים, זכותם יגן עלינו.
ג. ומאידך גיסא, היו גדולי ישראל אחרים שהסתמכו בעיקר על ענין הג' שבועות, ולדעתם אף מדינה על פי תורה עם כל פרטיה ודקדוקיה וחומרותיה, היא נגד דעת תורתינו הק' מכח השבועות והאמונה בביאת המשיח, ביניהם היו רביה"ק מסאטמאר זי"ע והגה"ק ממונקאטש זי"ע והגה"ק ר' אלחנן וואסערמאן זי"ע, ועוד ועוד, אין מן הצורך להאריך בדעתם הק', כי מבוארים הם בכתביהם הק', ולאורם אנו הולכים ונוסעים עד ביאת משיח צדקינו בב"א.
ד. מב' שיטות אלו, התפצלו כל הדרכים וההנהגות שאנו רואים כיום הזה (כמובן שקצת היה גם יד אנקעל סעם $ באמצע, וד"ל). בקצת התבוננות אביוקטיבית, בלי נגיעות וכדו', וגם בלי צעקות וזעקות וחמימות במוח, רק באופן שכלי וקרות המזג, אפשר לראות איך הנחלים של היום הולכים אל הים שנתבאר לעיל, ולאור זאת אף אחד מן הרבנים שאינם מחסידי סאטמאר איננו נגוע בציונות ובאפיקורסות ח"ו. אפשר להאריך בזה עוד, אבל אין לי עכשין זמן לזה.
ה. חלילה לנו לדבר ואף לחשוב סרה על גדולי ישראל זי"ע ולהבחל"ח אלו שאתנו לאוי"ט, שדרכיהם היו שונים מדרכי רבותינו זי"ע, כי לא כולם שתו מבאר מים חיים של רבותינו, ומותר להם להסתמך על גדולי ישראל שלא נקטו ענין הג' שבועות להלכה ולמעשה, כפי שאנחנו קבלנו מרבותינו זי"ע. ופוק חזי גודל צדקתם, וגודל כח תורתם, ועל הכל מדת ענותנותם בשאר ענינים, ומזה תבין שכל מעשיהם היו לשם שמים, גם בענינים שאנחנו קבלנו אחרת מרבותינו הק' מאורי הגולה זי"ע. ובסך הכל הם אינם ציונים, אלא יש להם הסתכלות אחרת על אופן ההתנגדות לציונות.
ו. אני חושב (ולכאורה אני גם צודק) שגם רבותינו מסאטמאר וממונקאטש זי"ע ועוד, צעקו בכל הכח נגד השיטה דלעיל רק כדי שתלמידיהם לא יגררו ויסחפו אחרי הציונים הכופרים. אבל גם הם ידעו וגם ידעו שיש גם דרך אחרת וכו', כי אם לא כן, איך היו בידידות ועמדו בקשר ללא רבב של שנאה וזלזול עם רבני ואדמור"י האגודה וכדו', ובקרו בביתם ואכלו ממאכליהם ושתו מיינם ללא חשש של חיסור חזקת הכשרות ויין נסך, דבר שאסור עפ"י ההלכה במחוסרי אמונה ונגועים בכפירה ואפיקורסות,
אין לי זמן עכשיו להאריך יותר ואתכם הסליחה. ושוב, אני מבקש עוד הפעם לא להתלהם בתגובות, וזכרו את הכלל: דברי חכמים בנחת נשמעים !
תוקן על ידי - שמחהלע - 30/11/2004 10:38:21
שמחה'לע
אני לא חסיד סאטמאר היות שאני קרוב משפחה קרוב אבל תאמין לי שאני מאד מודה לך על התגובה היפה
באמת גוט געזאגט!
שמחהלע האט גערעט זייער צום זאך. הגם אז איך מיין אז סאטמאר מיינט נישט דאס זעקסטע הקפה ניגון מיט טעיפס פון שובבי"ם. סאטמאר מיינט דער אלטער וועג פון דער היים, מיט נאך פול זאכן.
לעצם הענין, אודאי אז אונזער וועג איז מתבדל זיין פון רשעים עד קצה הגבול, און נישט פראבירן ראטעווען דורך שמועסן מיט זיי, אזוי ווי די אגודיסטן מיינען.
(אגב ס'איז אינטרעסאנט צו קלערן וואס איז אונזער מיינונג נאך דעם אז די חפירות און די אלטן ביה"ח אין עכו האבן זיך אפגעשטעלט נאך אזיצונג צווישן הרב אלישיב מיט דער שליח פון ראש ממשלה, און נישט נאך דע גרויסע מחאות פון אנשי ירושלים וואס מהאט זיי ארעסטירט. א נקודה למחשבה).
מ'דארף נאך אמאל און נאך אמאל ארויס ברענגן דאס פאקט אז די אלע שרייערס וואס רוממות הקנאות בגרונם, ס'איז פשוט פאליטיק אזוי ווי די אלע פאליטישע פארטייען אויפן וועלט.
דאס איז נישט קנאות, דאס איז רשעות!
"(אגב ס'איז אינטרעסאנט צו קלערן וואס איז אונזער מיינונג נאך דעם אז די חפירות און די אלטן ביה"ח אין עכו האבן זיך אפגעשטעלט נאך אזיצונג צווישן הרב אלישיב מיט דער שליח פון ראש ממשלה, און נישט נאך דע גרויסע מחאות פון אנשי ירושלים וואס מהאט זיי ארעסטירט. א נקודה למחשבה)."
דאס איז אויך געווען דרכו של כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זי"ע וואס כידוע האט נישט געהאלטען פון הפגנות אין סיי וועלכע נושא אפילו בנוגע צו רוסישע אידן און אויך נישט בנוגע שלימות הארץ (יא, איר הערט גוט) ער האט געהאלטען פון השתדלות, טאן מיט שרי הממשלה וכדומה און אלע האבען געשריגען "וואו איז חב"ד ביי די אלע "מערכות" "?
שמחה'לע איך האלט שטארק פון דיר
אין לזה כמובן כל שייכות לדרך ליובאוטש שהתרועעו ונעשו חברים של כל הרשעים, ומושיבים אותם בראש חינגאותיהם!
לחיים! לשנה טובה בדרכי החסידות תכתבו ותחתמו[:-)]
חבדסקער פירען די אלע פראטעסטן וועגען שלימות הארץ קעגען התנתקות וואס ענדיגען זיך מיט התקוה.
צבי
ביסט דער איינציגער וואס פארשטייט ליויבאוויטשער רבי'ס שיטה? די אלע ליויבאווישער רבנים פארשטייען נישט?
sim
קודם כל הפתגם שאתה צוחק ממנו מקורו מכ"ק אדמו"ר הרש"ב זצוקללה"ה ה"קנאי" הגדול, זה שהשיבו אותם בראש הפעיל הרבה יותר מכל ההפגנות ואבנים
ekstein
איך זאג דיר אז די רבי האט קיינמאל נישט געלאזט הפגנות, די אלע וואס גייען איז נאר זייט די הסתלקות
פארוואס מוז זיין אז איינער וואס טוט אנדערש ווערט גלייך אן אפיקורס?
רבותי, אני מקבל את תגובותיכם האוהדות בשמחה ובעונג.
אמנם, אני רואה צורך להבהיר:
שעם כל הכבוד וההבנה וההערצה הפנימית לצד השני כמבואר בתגובתי שלמעלה, עדיין אני חושב שרביה"ק מסאטמאר זי"ע מלבד צדקתו וקדושתו הגדולה, היה גם חכימא דיהודאי, וחכם עדיף מנביא, וראה סוף מעשה במחשבה תחילה בכל עניני ארה"ק, והיה צודק מאד בגישתו הקנאית והבדלנית מכל מנעמי השלטון בארה"ק (מגוחך מאד שאני הפיצפון אביע דעה לומר על ענק הדור שהיה צודק, אבל ההכרח לא יגונה). וכל ההנהגה בחוגים החרדים בארה"ק בימינו מוכיחים זאת בעליל, וד"ל. (אפשר לפרט את כל זה לפרטים ופרטי פרטים, אבל אכמ"ל)
אבל בכל זאת אני חוזר שוב, שאין שום צדק לחסיד סאטמאר לבזות אף בלבו פנימה את הצד השני, כי היו גדולים וצדיקים אמיתיים עוד בדור שלפני השואה שסברו אחרת מכפי מה שאנחנו קבלנו מרבותינו, ולכן, אם יש אפשרות להסביר את דרכינו בדרך נועם וכבוד ובנחת בלי שום טינא בלב, וגם בהכרה פנימית אמיתית שהעומד מולנו הוא יהודי יר"ש ומאמין אמיתי בהקב"ה בלב ונפש, מה טוב, ועל כגון דא אחז"ל דברי חכמים בנחת נשמעים. אבל אם אין אנו יכולים לעמוד בכל התנאים האלו, אז טוב שתיקתנו מדיבורנו !
ובענין הקנאים, בודאי שיש ביניהם כמה וכמה יהודים טובים ויר"ש, אבל לדאבוננו הרב יש גם כאלו שבכל קנאותם אין יותר מלבד התבטאות והתפרצות של מדות גרועות, ושומר נפשו ירחק מהם, ואין תוצאת מעשיהם רק ביזוי שמו הגדול של רביה"ק זי"ע, חבל מאד ...
ואני חוזר וכופל ומשלש שהשקפה זו שכתבתי, שמעתי כבר מרבים וטובים ממני, תלמידי רביה"ק זי"ע מובהקים שיש להם מוח (ולא דימוי מוח...) על קדקדם "תלמידים ששמשו כל צרכם"
(ל SIM89: בוודאי שעיקר ענינה של סאטמאר והחרות על דגלה היא ענין צאי לך בעקבי הצאן ללא שינוי, אלא כתבתי מה שכתבתי בענין השולי של ה6'טע הקפה ניגון וכדו', כדי להבהיר שאני חסיד סאטמאר מובהק ללא רבב כלשהו, היימישער, מישהו מן הבית פנימה, וחניך קרית יואל עוד מימי חייו של רביה"ק זי"ע)
תוקן על ידי - שמחהלע - 02/12/2004 10:21:47
לשמחהלע, אני באתי לחזק את דבריך, רק העירותי ש6'טע הקפה ניגון לא זה סאטמאר.
לעצם הענין, לדעתי היה צריך כבר זה זמן רב להבהיר ברבים את דרכו האמיתית של מרן רביה"ק זיע"א, ולא לתת לכמה מושחתים לנצל את דרך הקודש דרך סאטמאר, לצרכיהם הפאליטיים השפלות, שגורמים חילול ש"ש וחילול כבודו הטהור של רבינו הקוה"ט זיע"א.
לענין דרך חב"ד, אדרבה משום שכ"ק הרש"ב זיע"א היה הקנאי הגדול, זהו רק סימן שליובאויטש דהיום עם כל סממניה אינה בדרך ליובאויטש המקורית כלל, והם מתחנפים לרשעים וחולקים להם כבוד רח"ל. יותר מהמזרחי.
ומדרך החסידות והעמקות של תורת חב"ד גם כמעט ולא נשאר שריד ופליט, האם יש משהו מהרבי הרמ"מ ז"ל בסגנון המשך תער"ב או החלצו?
שמחה'לע
אלע דיינע הערות זענען זייער פיין, שיין געשריבן, און צום זאך.
כ'האב נאר איין קליינע הערה. אין דיין לעצטע תגובה שרייבסטו אנפאנג 'עדיין אני חושב'. איך מיין אז דאס איז נישט אייגענע מחשבה, ווייל דיין מהלך המחשבה איז געבויט אויף א פופציג יאריגן סיסטעם, וואס איז פארשפרייט געווארט דורך 'דער איד'.
[אגב, עס קוקט מיר אויס פון דיינע ווערטער אז דו האסט שייכות צו ר' יצחק לעבאוויטש, ווייל דו שרייבסט זיינע השקפות, און אויך אביסל זיין שפראך. ס'איז נישט משנה גארנישט, סתם לידיעה בעלמא].
יש לי חדשות בשבילך:
אינני יונק בשום פנים את השקפתי מ"דער איד" כי אדרבא הם כל הזמן מכניסים ומפטמים את הקוראים בהרגשת אני ואפסי עוד, וזולתנו אין עוד יהודים כשרים בעולם וכו', ואני כותב להיפוך, שגם עם מסורתינו שקבלנו מרביה"ק מסאטמאר זי"ע, עדיין אנו צריכים להחשיב ולהעריך כל יהודי באשר הוא.
ולענין ר' יצחק לעבאוויטש, אני לא מכיר את האיש ואת שיחו, כך שאינני יכול לומר לך אם דבריו תואמים לדבריי
ובנתיים, כל טוב לך
משיח
דו קענסט נישט וואודרידזשער רב שליט"א
שמחה'לע ענדעלט נישט צו אים
די הנחה אז עס איז נאך דא רבנים היינט צו טאג, איז דער היפך צו זיין שיטה
והשנית, אויב ווערט נישט דערמאנט דער הייליגער חתם סופר, קען עס ווידער נישט זיין וואודרידזשער רב'ס שיטה
און צו דיר שמחה'לע
שרייבסט, סאליד, קלאר, קורץ צו דער זאך, אבער, אבער חז"ל זאגן, מתוך שבחו בא לידי....
עס לוינט נישט, צו טענה'ען מיט די חברה, ווייל היינט צו טאג רובא דרובא מענטשן, בפרט דא די גולשים קענען די שיטה, ווי איך קען אלעדזשיברא,
און עס איז א שאד די צייט
איך האב מיך נעכטן נאכט באטייליגט צוזמען מיט אנ"ש סאטמערע חסידים פון ב"ב אין די גרויסארטיגע מסיבה פונ'ם גרויסן טאג כ"א כסלו. מיר האבן זוכה געווען צו הערן דברות קודש פון ירושלימע רב שליט"א וואס האט זיך מטריח געווען עקסטער צו דע מסיבה אין ב"ב.
זיין עיקר רעד איז געווען ארום דאס רבין'ס תורה מבאר זיין די מחלוקת ב"ה וב"ש לגבי חנוכה צו מוסיף והולך אדער פוחת והולך, האט איבער געזאגט אז בית שמאי שיטה איז געווען דער עיקר לוחם זיין אין צד הרע, און דאס לערנטמען ארויס פון פרי החג וואס איז אנקעגן די שבעים אומות, און דורך דעם וועט ממילא גובר זיין צד הקדושה.
אבער בית הלל האלטן אז אדרבה "מעלין בקודש" דער ריכטיגער וועג איז מרבה זיין אין קדושה, און דער צד שכנגד וועט שוין ממילא נחלש ווערן.
דער רב שליט"א האט אויסגעפירט אז מיר האלטן ווי בית הלל'ס שיטה, און דער עיקר איז מוסיף זיין נאך מוסדות לתורה וקדושה און דער צוויטער זייט וועט שוין ממילא בטל ווערן. עכתו"ד.
דאס איז פונקט פארקערט פון דעם קרומען וועג וואס גייען די היינטיגע "קנאים", זיי מיינען אז דאס עיקר איז אגאנצע טאג פירן מערכות, אפילו אנקעגן ערליכע אידן גדולי ישראל וואס גייען נישט לויט זייערע מיינונג. און דער ירושלימער רב שליט"א דער ריכטיגער ממשיך דרכו פון רביה"ק ומ"מ און דעם ירושלימע רבנות, לערנט אונץ אויס אז דער וועג איז פונקט פארקערט. ישמע חכם ויוסף לקח.
למעשה די גאנצע אריכות איז למותר, ווייל די היינטיגע מכלומרשטע "קנאים" מיינען גארנישט לש"ש, ס'איז בלויז פאליטיק מיט רשעות!!! אבער לו יהי כדבריהם דאס איז נישט אונזער וועג!