געדענקט איר נאך ווען די אלטע אמבולאנס (וואס האט אריינגעטראגן דעם רבי'ן זצ"ל אין שפיטאל) איז געליגן אין פראנט פון הצלה גאראדזש?
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » זכרונות און פאקטן וועגן ק"י והגלילות
זכרונות און פאקטן וועגן ק"י והגלילות
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1185844
געדענקט איר נאך ווען האלענדער'ס הארדוועיר איז געווען אויף העיס קאורט.
ראזנבערג'ס קליידער סטאר איז געווען קעגנאיבער האלענדער אויף העיס קאורט.
מאשקאוויטש טוי סטאר איז געווען אויף קראלא.
ראזנבערג'ס קליידער סטאר איז געווען קעגנאיבער האלענדער אויף העיס קאורט.
מאשקאוויטש טוי סטאר איז געווען אויף קראלא.
געדענקט איר נאך ווען א סאטמער דרייוו דירה האט געקאסט 75.000$?
מיט 25 יאר צוריק איז געווען נאר איין גראסערי אין קרית יואל, אנגעפירט דורך ר' נחום פר"מ.
די גראסערי איז געווען אין א נארישער טרעילער אויפ'ן פלאץ וואו עס איז היינט די העלט סענטער.
ווען מען האט געבויט די שאפינג סענטער האט ר' נחום פארקויפט (אדער אפשר איבערגעגעבן) זיין סטאר פאר לאנדא'ס גראסערי.
אינטערעסאנט איז אז היינט איז ר' נחום אויפ'ן זעלבן פלאץ וואו עס איז אמאל געווען זיין טרעילער --- ער איז דער דירעקטאר פון די העלט סענטער...
היינט צו טאג איז דא בערך 8 גראסעריס אין שטעטל.

געדענקט איר נאך קרית יואל אן מחלוקת ?
צווישן אויפגעבן זיין גראסערי און ווערן העלט סענטער דירעקטאר האט נחום פריעדמאן געמאכט געלט פון דעליווערן מילכיגע פראדוקטן...
דארט וואו ס'געפינט זיך יעצט וויינשטאק'ס גראסערי אינעם בונקער, אין די רויטע הייזער אין סעקשאן 1, איז געווען א גראסערי וואס האט באלאנגט פאר דריי שותפים... יצחק פעדער, שלמה פעדער, גרשון מענדל ניימאן.
זיי האבן זיך שפעטער צוטיילט אויף א פרידליכן וועג ביי א רב.
שלמה פעדער איז דארט געבליבן, יצחק פעדער איז געגאנגען אויף העיס קאורט וואו ער האט זיך געבויט א גרויסע שיינע גראסערי און גרשון מענדל ניימאן איז געגאנגען אין שאפינג צענטער וואו ער האט געעפנט גרענד פוד צוזאמען מיט זיין שוואגער אליעזר ווייס.
אונטער דעם אפמאך האט גרשון מענדל ניימאן זיך אונטערגענומען נישט אנצונעמען קיין פאון ארדערס (ער נעמט נאך אלס נישט אן קיין פאון ארדערס). די אנדערע צוויי האבן זיך אונטערגענומען אנדערע זאכן, ווער עס געדענקט וואס זאל ביטע שרייבן.
ווער ס'קען מיך העלפן אין מער אדער אין קלארערע דיטעילס זאל ביטע ארויסהעלפן.

שפעטער האט שלמה פעדער פארקויפט זיין גראסערי פאר יחזקאל וויינשטאק און ער איז געווארן דער מענעדזשער פון טשאטה ישיבה.
תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 6:07:01
תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 6:07:01
ליפא קאהן האט געהאט זיין בוטשער סטאר אין א טרעילער, דארט וואו ס'איז היינט די כולל. דער בוטשער האט דעמאלטס פארמאגט נאר 2 איינגעשטעלטע, דערנאך האט עס געמופט קיין בעיקערטאון רד. מיט 4 איינגעשטעלטע און היינט צו טאג איז פאראן איין גרויסער בוטשער סטאר אין שאפינג סענטער, נאך א בוטשער סטאר אויף ווען ביורען, א דעלי און א בית השחיטה.
חיים פריינד'ס באסעס זענען געווען געפארקט אין די פארקינג לאט פון בית המדרש. היינט האט ער א שיינע פארקינג לאט אויף פארעסט רד. אונטער'ן 17.
די ריידס איז געווען אין פארקינג לאט פון בית המדרש.
תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 3:46:07

געדענקט איר ווען די בויטשער סטאר איז גווען קעגו די ביהמ"ד ווען עס איז נאך נישט געווען קיין פארקינג לאט
די בויטשער איז געווען קעגן שיל נישט לעבן די שיל
געדענקט איר נאך ווען די תלמוד תורה איז געווען אין די רויטע בילדינג אויף סעקשאן 1? מיט 25 יאר צוריק האבן די קינדער געלערנט אין צעשפרייטע בעיסמענטס איבער'ן גאנצן שטעטל. דערנאך איז געווען איין בנין פאר יונגלעך און איינס פאר מיידלעך. היינט צו טאג איז בליעה"ר פאראן 5 בנינים פאר יונגלעך און 6 פאר די מיידלעך.
תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 3:48:22
תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 3:48:22
ווער קען געדענקען וויפל זאכן עס איז שוין געווען אין די פלאטץ ווי עס שטייט היינט די פאלאטשעק בעקעריי ??
ספרים סטאר דורך אלי' מוהדיב, אפגעברענט.
מלא טעם אפעטייזינג דורך דוד יושע פארקאש, גע'אסר'ט.
פרוכט סטאר דורך אברהם משה ברוין, ארויסגעשטופט פון ביזנעס.
מזרחי פלאוערס.
און נאך.
שפעטער האט די ספרים סטאר געמופט צו די נעקסטע בילדינג און איז אפגעקויפט געווארן דורך משה חיים איידליס.
תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 4:27:25

ווער געדענקט ק"י אן די
זשורנאל
בולעטין וועכנטעליך
סמארט שאפער
שאפ אין סעוו
קאמינוטי
דער באריכט
הקריה
עיר הצדק
תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 4:28:19
זשורנאל
בולעטין וועכנטעליך
סמארט שאפער
שאפ אין סעוו
קאמינוטי
דער באריכט
הקריה
עיר הצדק
תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 4:28:19
געדענקט איר נאך די אמאליגע הצלה מעמבערס?
ר' אלי' שלמה קאהן...
ר' זלמן לייב אינדיג...
משה ראובן אינדיג.
אברהם יושע ווערצבערגער (משמש)...
מרדכי פריעד
אברהם משה ברוין
נחום פריעדמאן
ר' מענדל גערטנער...
הערשל סאנדעל
ר' יוסף דוד הירש (און נאכדעם איז ער אויך געווען דער שומר פון קרית יואל.)
שמשון קרויס איז געווען א הצלה מעמבער (געדענקט איר נאך די מחלוקה צווישן אים און משה אהרן שטיינבערג?...)
אויב קענט איר זיך דערמאנען נאך נעמען פון דעמאלטיגע הצלה מעמבערס ביטע שרייבן.

געדענקט איר נאך די תלמוד תורה קלאסן אינעם בעיסמענט פון בית המדרש הגדול, דארט וואו עס איז שפעטער געווען דער קרית יואל מענאר זאל און היינט איז דארט די היכל ראזנבערג.
ווען מען האט אוועקגענומען די אלטע ווענט פונעם זאל ביים בויען היכל ראזנבערג האט זיך אנטפלעקט די אלטע געלע ווענט פון די תלמוד תורה קלאסן.
---
געדענקט איר נאך די תלמוד תורה קלאסן אויבן נעבן דעם ווייבער שוהל וואו עס איז שפעטער געווען די כולל און נאכדעם תפארת בחורים און וואס איז עס היינט???
---
געדענקט איר נאך ווען די צעירים בילדינג איז געווען אן איין שטאקיגע צעמענטענע געביידע און ווען די מצה בעקערי איז דארט געווען?

געדענקט איר נאך די שרעקליכע אינוועסטיגעישאנס אויף די ישיבה (טאבאק), און ווען איינער פון די הנהלת הישיבה איז אנטלאפן קיין ארץ ישראל מיט גרויס שרעק?
געדענקט איר נאך ווען פרענקעל'ס גראסערי איז געווען אין טרעילערס?
ווען זיין הויז האט אפגעברענט?
ווען מען האט זיך אריינגעבראכן ביי אים אין שטוב און גע'גנב'עט די סעיף פון זיין הויז?
ווען זיין הויז האט אפגעברענט?
ווען מען האט זיך אריינגעבראכן ביי אים אין שטוב און גע'גנב'עט די סעיף פון זיין הויז?
געדענקט איר נאך "פת שחרית" אין די גרויסע גרינע באס אין פראנט פון בית המדרש, דורך יצחק אשר פריעדמאן?
היינט איז דא א קליינע טרעקל "פת שחרית" נעבן די באס סטאפ וואס באלאנגט פאר יחזקאל כ"ץ
געדענקט איר נאך די "מעדני מלך" פליישיגע דעלי אין די קליינע טרעקל אויף סאטמאר קארנער עיקערס דורך ר' יושע מרדכי ווערצבערגער
און לעצטנס די גרעסערע טראק דורך חיים בנימין כהנא און נאכדעם דורך וואגשאל?
געדענקט איר נאך ווען ברייער'ס רעסטוראנט איז געווען קעגנאיבער ר' ישראל דוד ווייס ע"ה'ס הויז אויף פארעסט קארנער ווען ביורען?

צי ווייסט איר אז די לעיק אונטער ר' ארי' לייב מייער'ס הויז הייסט "קאראנעט לעיק"? (קאראנעט מיינט א קליינע קרוין)
און די סעקשאן וואן לעיק הייסט באמת "פארעסט ראוד לעיק"?
און די סעקשאן וואן לעיק הייסט באמת "פארעסט ראוד לעיק"?
געדענקט איר הלל פר"מ ז"ל מיט די קאווע אין ביהמ"ד יעדן שבת צפרי
א גיט שבת פאר די ריבעצען יעדע וואך באקימעו א לאלי
יעקב פריינד ציזאם גענימען די קינדער ביים ליינענן יעדע וואך אין ביי שלוש סעודות
א גיט שבת פאר די ריבעצען יעדע וואך באקימעו א לאלי
יעקב פריינד ציזאם גענימען די קינדער ביים ליינענן יעדע וואך אין ביי שלוש סעודות
געדענקט איר נאך ווען יחזקאל בראך האט געמאכט א קידוש אין די פארטש פון זיין שווער און די פארטש איז צוזאמגעפאלן?
געדענקט איר נאך ווען ר' אברהמ'לע לאנדא האט געדרייווט די מיני באס?
געדענקט איר ווער די טיש איז געווען נאר מיט 2 פארענטעס יעדע וואך
ווען שלוש סעודות האבן נאר 3 מענטשען גזינגען
ווען מהאט געלייגט די שיינע לייטס (ז"ל) אויף די זייט אין ביהמ"ד
ווען די קאווע איז געווען דארט ווי חדר יחזקא ל איז
ווען די קהל שטיבל איז געווען ביהכ"ס
די מארמאר אויף די סטעפס און פארנט פון ביהמ"ד (מ'גייט עס לייגן גלייך נאך פסח תשנ"ד)
ווען סאיז געווען 3 פארגינג לאטס און די זייט פונעם ביהמ"ד
ווען איך האב געלערנט אין צעירים (נאך ביים קארלסבורגער מיט די צעגרעטל) האט מיר אמאל ר' דג"ל מסביר געווען אז ווען מהאט געבויט דע בילדינג האט מען אנגעהויבן צו בויען נאר פון רעכטע זייט און געענדיגט פון די אנדערע זייט ד. מ. אז סאיז אנגעקומען א טראק ציגל האט מען עס אויפגעשטעלט איינס אויפן צווייטן אויף דע רעכטע זייט נאכדעם וואס איז אנגעקומען נאך טראק ציגעל האט מען אויפגעשטעלט אויף דע לינקע זייט
ווער ס'האט געלערנט אין די בילדינג וועט פארשטיין וואס איך מיין
תוקן על ידי - טאגליכט - 18/11/2004 4:06:33
ווער ס'האט געלערנט אין די בילדינג וועט פארשטיין וואס איך מיין
תוקן על ידי - טאגליכט - 18/11/2004 4:06:33
געדענקט איר נאך ענגעל'ס שוך סטאר אין די גאראדזש
וואו פאר לאנגע יארן איז געשטאנען א סיין גרינפעלד'ס שוך סטאר
וואו פאר לאנגע יארן איז געשטאנען א סיין גרינפעלד'ס שוך סטאר
און ווער פון דא געדענקט נאך דעם אלטן ביהמ"ד אויף סעקשאן 1 אין בילדינג 5?
אויך ווער געדענקט די צוויי הויפט ווהיקלען אין שטעטל אין די מיטעלע ל' יארן?
אויך ווער געדענקט די צוויי הויפט ווהיקלען אין שטעטל אין די מיטעלע ל' יארן?