היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » הערליכע נייע געגענט אין קרית יואל

הערליכע נייע געגענט אין קרית יואל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1185843

getme » 15/11/2004 03:12

די נייע שטאט אין די שטאט קרית יואל די עפארדעבל דירות ווערט שוין באזעצט די הינדערטע נייע ציפרידענע משפחות זענענן א פאטש אין פנים פאר כאן שווימער דייטש אין בראך וויל יעדער זעט ווי ציפרידען זיי זענענן צי קויפן פאר אזוי ביליג א דירה מלאך רע בע"כ יענה אמן
די בניי יואל באס פארט נישט אריין אין די גאס ווייל זיי האבן נישט פאר וועם

גולםקלאץ » 16/11/2004 19:41

מיין חבר האט זיך אריינגעצויגן אין איינס פון די הייזער. ער האט גערופן א קלינינג קאמפאני. די ארבעטערס האבן אים געעפנט די ספרינקלערס און געמאכט א שרעקליכער חורבן. נאכדערצו איז די וואסער אראפגערינען צו די אונטערשטע שטאקן און געמאכט גרויסע חורבנות.

ווען די מענטשן האבן געבעטן פון די קאמפאני אז זיי זאלן באצאלן, האבן זיי געזאגט אז זיי האבן נישט קיין אינשורענס.

דעריבער איז זייער וויכטיג מען זאל וויסן ווען מען רופט א קאמפאני פאר קלינינג, פעינטינג אדער מואווינג, צו נעמען נאר איינער וואס האט אינשורענס.

davka » 16/11/2004 19:43

ס'איז נישט אמת אז די בני יואל באס פארט נישט אריין אהין.

יצחק שווארצ'ס איידים, וואס האט די קינדער אין בני יואל, האט באקומען א דירה דארט.

מען האט נישט דיסקרימינירט קעגן קיינעם.

getme » 16/11/2004 20:44

איך האב געקויפט א דירה דארט אין ביים קויפן האט מען מיר געזאגט אז די בניי יואל באס גייט נישט אריינפארן דארט קען זיין אז זיי האבן האבן באשלאסן אנדערש אדער האט ער עס געקויפט דוירך א צווייטן אדער רענט
וטעות לעולם חוזר

KJAlliance » 16/11/2004 20:50

אלו ואלו דברי .............

יצחק שווארץ איידים פון וועם דו רעדסט האט נישט די קינדער אין בני יואל

אדרבה ווער עס קען א. ק. ווייסט אז ער האט ניטאמאל קיין אינגל, נאר מיידלעך

וואס יא, זיי נעפיו די קינדער פון י.ש. זענען געקומען מיט די בני יואל באס, צו אים אהיים

ושלום על ישראל