היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ניייער נייטראלע צייטונג "דער באריכט"

ניייער נייטראלע צייטונג "דער באריכט"

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1185700

טרעקטער » 14/11/2004 23:24

די נייע נייטראלע צייטונג דער באריכט קומט ארויס אין קרית יואל עס איז מלא תוכן, יעדער אין קרית יואל איז צופרידען דערפון, ביים "באריכט" ציילט יעדע מענטש אין קהלה, קיינער ווערט נישט דיסקרמינאריט.

עס איז א פרייד אין קרית יואל צו די נייע צייטונג.

guar » 15/11/2004 01:23

טרעקטאר:
האסט שוין פארלעצט די תקנות הפורום

דא מעג מען שרייבן נאר אמתדיגע נייעס אין נישט קיין שקרים.

אפשר זאגסטו מיר מיט וואס איז "דער (איד) באריכט" נייטראל?

צי אפשר ווייל א דריי פערטעל פין די אויסגאבע שעלט אין שימפט אויף קרית יואל אין אירע פיליאלעס , אופן ווילידזש אין אויף די קהילה, מיט דעם ווערט מען "נייטעראל"???

צי ווייל אט די אויסגאבע האט אינדארסט אלע אנטיסעמיטען פין גאנץ אראנדזש קאנטי, מיט דעם ווערט מען "נייטעראל"???

צי ווייל אט די אויסגאבע ברענגט נאר אראפ די נייעס פין שונאי רבינו שליט"א מיט דעם ווערט מען "נייטעראל"???

צי ווייל אט די אויסגאבע ברענגט נישט קיין שום ערענסטע נייעס פין די קהילה אדער מוסדות, מיט דעם ווערט מען "נייטעראל"???

אפשר ווייס איך נישט וואס נייטרעאל מיינט, ???????

דעמאלס זיי מיר מסביר וואס מיינט נייטעראל.

getme » 15/11/2004 02:43

די לעצטע פיר יאר מיינט ",נייטראל"
נייטראל קעגן די מענטשהייט
נייטראל קעגן די קהל ייטב לב
נייטראל קעגן די ווידלעש
נייטראל קעגן די פאליטישענס וואס העלפן קרית יואל
וכו וכו
אז די פרעגסט איז א סימן אז דיביסט נישט נישט פין קרית יואל

קרית_יואל » 15/11/2004 17:26

GUAR

דערווייל "שרייבסטו" שקרים.

דער באריכט האט נישט גענומען קיין שטעלונג פאר די וואלן.

דער באריכט שימפט נישט קעגן קינעם. עס ברענגט ארויס די איכטיגע פאקטן און אלעס וואס די באהערדע וויל נישט דערציילן.

יא! די אויסגאבע ברענגט אראפ נייעס פון "גאנץ" קרית יואל, און דאס שטערט דיר. עס האט מיר דערציילן א אינגערמאן אז זיין שכן אן אהרוני האט אים געזאגט אז דער באריכט האט אים געמאכט פראבלעמען. נאכ,ן לייענען די באריכטן איבער די מוסדות ויואל משה און בני יואל האט אים זיין ווייב פארגעהאלטן אז זי האט ביז איצט געוואוסט אז ביידע מוסדות האבן קוים אפאר קינדער, און פלוצלינג ווערט זי געוואויר אז זיי האבן הונדערטער קינדער!

גראדע ברענגט דער באריכט נייעס אויך פון די שטאטישע קהילה און מוסדות.

getme » 15/11/2004 19:23

טרעקטאר
איך ווייס נישט פארוועם די ווילסט פארקויפן שקרים אבער נישט פאר איינעם וואס בליקט אריין אין דעם די ערשטע אויסגאבע איז געווען 65% פין די נייעס מיט העליכע ארטיקלען קעגן די ווידלעש וכו
25% אויסרימען בראך די אבריגע איז געווען פאזטיווע נייעס פין בניי יואל ויאל משה אין קיין איינס נאכאמאל קיין איינ פאזטיווע נייעס פין קהל ייטב לב
די צווייטע אויסגאבע האב איך שוין נישט געפענט

KJfireman » 19/11/2004 06:09

קוקנדיג אין מיין דיקשאנערי האב איך מיך אנגעשטויסן אין דאס פאלגענדע:


neutralize

make neutral; counteract; take out of action; become neutral;


אין פשוט'ן אידיש רופט זיך דאס "נייטראליזירן".


אזוי ווי די ביז איצטיגע קרית יואל'ע אויסגאבעס האבן געדעקט נאר איין צד, טוט "דער באריכט" דאס נייטראליזירן מיטן דעקן אויך די אנדערע איינוואוינער אין קרית יואל.

KJAlliance » 19/11/2004 16:40

פייערמאן

ווידער בין איך מסכים מיט דיר

דער באריכט "צוזאמען" מיט די אנדערע צוויי ציייטונגען דעקן "גאנץ" קרית יואל

אין אידיש,

זשורנאל, בולעטין, פאר די חסידים

באריכט פאר די שונאים

KJAlliance » 19/11/2004 16:46

קרית יואל שרייבט:
א! די אויסגאבע ברענגט אראפ נייעס פון "גאנץ" קרית יואל, און דאס שטערט דיר. עס האט מיר דערציילן א אינגערמאן אז זיין שכן אן אהרוני האט אים געזאגט אז דער באריכט האט אים געמאכט פראבלעמען. נאכ,ן לייענען די באריכטן איבער די מוסדות ויואל משה און בני יואל האט אים זיין ווייב פארגעהאלטן אז זי האט ביז איצט געוואוסט אז ביידע מוסדות האבן קוים אפאר קינדער, און פלוצלינג ווערט זי געוואויר אז זיי האבן הונדערטער קינדער!


א שיינע מעשה,

ווייל וואס דער באריכט שרייבט איז דאך אמת ויציב,

אדרבה, קומ אראפ א באזוך אין דעם אויג פארכאפענדן, מאיסטעטישע "בית יחזקאל" און צייל מיר אפ מער ווי 12 בענקלעך אין א קלאס, אין 5 קלאסן

נעם א קאלקולער, רעכן צוזאם

אגב, דער ערשטער באריכט האט געשריבן 300 קינדער, א וואך פריער האט "דער איד" געשריבן 500 קינדער, און די צווייטע באריכט האט געשריבן 400

קומט אויס לויט "דיין" קאלקולעטער קנאפע 1200 קינדער, נישט אזוי

זשוליאני08 » 19/11/2004 17:26

אין די מיידל סקול וואס זיי האבן אויפגעשטעלט אויף די תיפלה (!) איז דא א סך הכל פון פיר קלאסן. אין יעדע קלאס לערנען מאקסימום 12 מיידלעך.

אזא הצלחה אויף יעדע תיפלה געזאגט.

KJAlliance » 19/11/2004 19:47

זשוליאני

דאס אז עס איז דא 12 בענקלעך אין א קלאס, אין דעם בין איך זיכער, איך געדענק נאר נישט קלאר אויב יענער האט מיר געזאגט 4 קלאסן אדער 5

אבער ווי זאגט דער גולש קרית יואל, אז עס שטייט אין א צייטונג, ובפרט דער איד אדער דער באריכט, איז עס קלאר אמת

נו, נאכאמאל, 400 + 500 + 300 = 1200

ואין אחר .... כלום

ובכלל מען ניצט נישט פאקטן קעגן דמיונות

עס איז אדער דמיונות קעגן דמיונות, אדער פאקטן קעגן פאקטן

זשוליאני08 » 22/11/2004 05:46

אזא נייטראלקייט אויף אלע גוים געזאגט.

איך האב יעצט געליינט דעם באריכט און געזען דארט וויאזוי זיי פאמפען פון "סאטמארער רב שליט"א."

איך מיין אז א נייטראלע צייטונג וואלט געדארפט האבן אזויפיל שכל אים צו רופן "אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג".

דאס ווייזט ווי נייטראל זיי זענען.

נ.ב. איך האב נישט געזען קיין שום נייעס איבער קרית יואל'ער רב שליט"א אין די אזויגערופענע "נייטראלע צייטונג, אז זיי זאלן זיך עט ליסט מאכן ווי גלייך זיי זענען נייטראל.

תיבהאישית » 22/11/2004 06:24

מעיאר יחזקאל בראך.

די נייטראלקייט פין די צייטונג זעיט מען אויף יעידן פעידזש ממש. די גאנצע צייטונג פין אנפאנג ביז צים סוף איז נאר ביזי מיט יחזקאל בראך, יחזקאל בראך, יחזקאל בראך. איין שטיק נייטראלקייט.

אויב מען האט געבאוט ערגעץ נייע טאילעטס איז עס נאר צי פארדנקען פאר יחזקאל בראך, אויב האט מען געקלינט די סאער איז עס נאר צי פארדאנקען פאר יחזקאל בראך, וכו' וכו'

ס'קיקט אויס אז זיי האבן געדראפט מעיאר מענדל שווימער אין שטאטס אויפגענימען א נייע מעיאר יחזקאל בראך. ער מאכט פאליסיס אין האט מיטינגס מיט גרויסע גרויסע פאליטישענס וועיגען די מצב פין קרית יואל.

getme » 22/11/2004 16:42

זיי זענענן נייטראל מיט חוזק מאכן פין די ישבה מיט א ליגענט אז עס האלט אין איין ברענענן פייערס
זיי זענענן נייטראל מיטן שרייבן אז נאר 25 משפחות האבן שוין געמעגט מופן כדי עס זאל נישט פאלן די פרייז עס איז קלאר שקר איבער120 מענטשען האבן שוין געקלאזט אין זיי קענען היינט מופן אויב זיי ווילן

תוקן על ידי - getme - 22/11/2004 16:45:52

SRULI2 » 22/11/2004 21:56

GETME
WHAT DO YOU MEAN WITH IF THEY WANT?
WHY DO'NT THEY MOVE?

באראש » 22/11/2004 23:00

סרולי, וועמען ווילט עטס בית שינ'ען?

160 משפחות וואוינען שוין פונלאנג אין עפארדעבל דירות.

נאך 100 מענטשן האבן געקלאוזט ביי יודי גאלדבערגער'ס דירות און 25 פון זיי האבן זיך אריינגעצויגן פאריגע וואך.

די נייעס האט עטס געליינט אין די בולעטין פונקט ווי איך און יעדער איינער, זענט עטס געגאנגען און פארדרייט די יוצרות.

אבער אזוי ווי אן אנדערער האט שוין דא געשריבן. די וואס שרייבן און די וואס ליינען דעם באריכט זענען אלע גרויסע כעלמער, וואס לאזן זיך גרינג איינרעדן.

KJAlliance » 22/11/2004 23:00

מוחה מוחה מוחה

איך בין מוחה קעגן אלע גולשים דא, חוץ סרולי 12

פארוואס זאל וועד הקרי' אדער א אנדערע אהרונישע 'ענטעטי' צאלן געלט פאר אונזער זייט

ווען זיגי בראך, טוט די בעסטע דזשאב וואס מעגליך

זיגי קיפ אפ יו גוד ווארק

און נאכאמאל איך בעט אלע גולשים, הערטס אויף, א שאד אויף אהרונישע געלט

און צו דיר התם המפורסם סרולי 12, די ווייסט אז עס איז דא אזא זאך אין קרית יואל ווי "סעקשאן 8"

דאס ווארטן אויף אריינמופן האט צוטאן מיט דעם..............

אויב די כאפסט נישט, דזשאסט טו בעד

בכל אופן, דו וועסט סייוואו נישט זיין, נישט פון די 25 אפילו נישט די 120 און אויך נישט די גאנצע 210 פון די ערשטע פאזע

די בני יואל מיט די ויואל משה, וועלן מוזן בלייבן אויף צפת, ניקלשבורג,

אניפאלי רוזשין, פרעמישלאן, קראקע, טשערנאבל, פארן די טריפענע דיסטריקט באסעס

rabbi88 » 23/11/2004 00:37

איך האב גערעדט מיט איינעם וואס איז געווארען אן ארוני ווייל ער דארף א שיינע ביליגע דירה הייס הייס

KJAlliance » 23/11/2004 01:11

ראביי

טו לעיט

ער וועט שוין מוזן ווארטן אויף זיגי'ס דירות

ווייל הקרי' ערשטע פאזע איז שוין כמעט פארטיג

און הקרי' צווייטע פאזע איז שוין קאמפלעט פארקויפט

און הקריק דריטע פאזע, איז שוין פיל די וועיטינג ליסט קאמפלעט פיל

טו ליטעל טו לעיט

אבער נישט געזארגט, זיגי גייט האבן דירות פאר ביליג דירות אומזינסט, דירות רעכטס דירות לינקס

אבער קויפ די אן "אפערדעבל" בענקל, צו ווארטן ביז די דירות וועלן פארטיג זיין

getme » 23/11/2004 04:03

srul12
זיי מאפן נאך נישט ווייל א פארט פין די דיעל איז געווען אז ביז מען
קלויזט טאר נישט קיין שים בעל מלכה אררינגיין אין די דירה אפלןו נישט פענטן סקרעפן ווייל אויב עפעס געשענט גייט עס אויף זיין טאש אין ווי באלד מען האט געצאלט ביליג האט דער עולם מסכים געווען
וועגן דעם נעמט עס דא אבסיל לענגער אריינצימאפן דער עולם לייגט יעצט אריין אין דירה אלע עקסטערע זאכן

rabbi88 » 23/11/2004 15:31

לכבוד KJAlliance

למעשה האט ער באקומען א הערליכע דירה

SRULI2 » 23/11/2004 16:53

GETME
THAT MEANS THAT 75% OF THE PEOPLE ARE NOT HAPPY WITH THE APPARTEMENTS
RIGHT?

קריתיואלער » 23/11/2004 17:12

סרולי, רעד נישט וואס דו ווייסט נישט. איך אסאך אנדערע פון די וואס שרייבן דא אויף דעם פארום האבן געקויפט א דירה ביי יודי גאלדבערגער.

אונז זעמיר העכסט צופרידן.

ווילסט הערן נאך שענער? איך האב געקויפט א וואק-אין דירה, און EVEN THOUGH בין איך זייער צופרידן פון דעם דיעל וואס איך האב געמאכט.

אויב יחזקאל בראך רעדט זיך איין אז ער קען גיין זוכן פריינט צווישן מענטשן וואס האבן געקויפט די "עפארדעבל" דירות, דעמאלס איז ער אין בעד שעיפ.

SRULI2 » 23/11/2004 17:47

KIRYAS YOELER
SO YOU ARE FROM THE 25% ?

KJAlliance » 23/11/2004 18:11

לעבן זאלן די זאליס

הוא מותיב והוא מפרק

מען 'מאכט' א "פאקט" אז נאר 25 דירות האט מען געמופט

מען 'מאכט' א "סיבה" אז מען לאזט נישט מופן מער אויפאמאל

מען 'מאכט' א "הסבר" ווייל מען וויל קאנטראלן די מארקעט

און נאכדעם בויעט מען אויף דעם א שיינע געביידע

דער מציאות איז אז וואוינען שוין איבער 35 משפחות פון די 72 דירות, 'עז ווי ספיעק'

און ביי דעצעמבער איינס, ווען רורעל אפארטונעטיס, וועט גיבן זייער אקעי, וועלן זיין איבער 60 פון די 72 משפחות,

און נאכאמאל, סרולי, זעה אז דער באריכט זאל ענק פארקויפן די מאקסימום שטותים און חלומות בנוגע הקרי' הייזער

אזוי וועט יעדער זיין צופרידן

די אהרונים, ציען זיך אריין אין רחבות'דיגע דירות, פאר א פרייז וואס איז עטליכע 100 דאלער ביליגער ווי דינגען, אין א הערליכן געגנט, מיט הערליכע שטחים, ווי מען ענדיגט יעצט א הערליכן ריזיגן שוהל,

און די זאלי, ווען הערליך חלומ'ן, ווי הערליך וועט זיי זיין ווען דער הערליכער מטורף זיגי וועט זיי הערליך צוזאגן הערליכע דירות, פאר הערליכע פרייזן

ושלום על ישראל

זשוליאני08 » 23/11/2004 19:45

ס'איז בערך אזוי ווי די דעמאקראטן האבן פארדרייט א קאפ פאר די וואלן, אז אסאך רעפובליקענס זענען גערעגט אויף בוש און זיי גייען וואוטן פאר קערי.

זיי זענען געווען אזוי זיכער אז קערי גייט געווינען ווייל עס זענען דאך דא גערעגטע רעפובליקענס.

די מענטשן וואס ציען זיך אריין אין די "עפארדעבל" דירות זענען ווי יעדער ווייסט בלויז היימישע היימישע.

די עפארדעבל געגנט איז א "רעד סטעיט". 100 פראצענט פון די וואוטס גייען גיין פאר אברהם ווידער.

אומפארטיי » 25/11/2004 19:31

מיין מיינונג...

איך האלט אז אזוי ווי "דער באריכט" איז נאך א נייע צייטונג, נייע שרייבערס, אן עקספירענס, דארף מען זיי געבן א טשענס אפאר חדשים, צו ווייזן וואס זיי קענען, און נאכדעם אפמאכן צו זיי טויגן אדער נישט.

איך האלט אז זייער שטארקייט ליגט אין דעם וואס עס קומט אן אויף די פאסט אומזיסט, אזוי האבן זיי א טשענס צו פארבעסערן זייער אויסגאבע אפילו נאך א דורכפאל.

איך האף אז די שרייבערס פון דער באריכט כאפן א בליק דא אויף היידפארק, און אויב זיי זעען אז זיי זענען באגאנגען מיט עפעס א טעות, אדער געשריבן נאריש, לערנען זיי זיך כאטש אפ וויאזוי צו פארבעסערן.

אלענפאלס, איך האב הנאה אז יענער צד געט ארויס א צייטונג, אזוי קען מען זען ביידע זייטן פון די מטבע, און באשלוסן וואס ס'איז ריכטיג.

KJAlliance » 25/11/2004 21:44

אומפארטיי

קודם איז נישטא, קיין אומפארטייאישע מענטשן, אין קרית יואל, ממילא ווייס איך נישט פון וואו די קומסט

צווייטענס, האלט איך פונקט ווי דיר, אז די בערך 40% פון קרית יואל, זענען בארעכטיגט, און עס איז נאר נארמאל, אז זיי זאלן האבן א צייטונג

דער פראבלעם איז נאר, אז די 60% פראצענט, האבן מער ווייניגער איין מיינונג, אוודאי איז דא, וואס האבן טענות, אויף מאיר הירש, אברהם ווידער, דוד עקשטיין, אויף די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, סקול דיסטריקט, ווילידזש, בוטשער, שאפינג צענטער, בית המדרש, עזרת חולים אאו"ו, אבער זייער אידעלאגיע איז איינס

מה שאין כן, די 40% באשטייט פון בני יואל, זאלי, ברעסלאוו, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, טשאטע, שארמאש, וכולי וכולי, יעדער האט זיך זיין פראקציע, זיינע צילן, זיינע חלומות, איז במילא א פראבלעם פון האבן א צייטונג, ווייל ווי קען מען צופרידן שטעלן יעדן איינעם

טייל פון זיי האבן זיכער געשטיצט משה בער בעק אקציעס אין פאריז, נאכמער פון זיי האבן געשטיצט משה בער בעק אקציעס אין מוחה זיין קעגן שטיינמאן, אבער פון די אנדערע זייט, איז דא וואס האלטן פארקערט, נו, ווי אזוי זאל די צייטונג שרייבן

ווצב"ש, בנוגע סו קעלי האט מענדל שווימער און שמואל שלמה קויפמאן געהאלטן אז עס איז א אומדערהערטער זאך צו גיין קעגן סו קעלי, אבער מאיר דייטש און פיני דזשעקאבעוויץ האבן באקומען געלט פון די דעמאקראטישע פארטיי, נו, וואס וואלט ווען דער צייטונג געשריבן, אזוי צו אזוי

אבער נאך מער, דער מציאות איז, אז זיגי בראך איז דער טאטע פון דער צייטונג, און מ.ה.ש. איז דער רעדאקטאר, - נישט אזוי מר. דערבאריכט - און וואס זיגי וויל דאס שטייט, בנוסף צו דעם, אויב ש. כאפט די רוח, שרייבט ער אריין זיינע בויך קרעמפען, און ער דארף קיינעם נישט געבן דין וחשבון

ממילא, ברענגט דאס שאדן פון איין זייט, כאטש עס ברענגט זיי נוצן אז זיי קענען גרינג פארשפרייטן זייער מעסעדזש

אבער דער עיקר שאדן פון דער באריכט איז, אז האפענטליך וועט זיי נעמען לאנג צו כאפן, אז היות עס קומט אן צו יעדן, האט עס א שטארקער סייד אפעקט, ווייל פונקט ווי ביז היינט האבן די 40% געוויסט אז וואס דער בולעטין שרייבט דארף מען טוען פארקערט, יעצט ווען דער באריכט שרייבט זיינע "מעכטיגע, זיסע קלוגע" נייעס, העלפט דאס שטארק ארויס פאר די אהרונים, אז זייערע 60% זאלן וויסן אז זיגי איז א שונא און א משוגענער

אבער האפענטליך, וועט דאס נאך לאאננננננגגגגגגגגגגג נעמען פאר זיגי און שפיצער צו נארמאל ווערן, וועט ניטאמאל אויספעלן אויסצוגעבן געלט, איבער צוצייגן די 60%, זיי וועלן אלעס פונקטליך וויסן פון דעם באריכט

מען וועט נאר דארפן מכיר טובה זיין זיגי, און אים באצאלן, כפעלו הטוב, מיט מפרסם זיינע מעשים טובים בהוה ובעבר, נישט נאר אין קרית יואל, נאר טאקע אין גאנץ ניו יארק, וומ"ס ב"פ מאנסי און אפילו אין פלעטבוש, ווי אויך אין די פייוו טאונס, און אפשר אויך אין ארה"ק, אין טאקע אין אלע דריי שפראכן אידיש, ענגליש און לשה"ק

אבער לאמיר נישט כאפן די פיש פארן נעץ, די "זיגי סחורה" וועט הערשט ארויסקומען נאך פסח, און ביז דעמאלטס וועט מען נאך אסאך פיש כאפן פון ים הגדול, און ביז דעמאלטס, זאל ער אנגיין, און נאך טאקע ביתר שאת וביתר עוז

לעבן זאל זאלי לעבן זאל זיגי

<<אויסגעמעגט דעם נאמען פון איינעם וואס איז נישט א פאבליק פיגור, דוקא>>

תוקן על ידי - davka - 25/11/2004 22:13:09

DERBARICHT » 25/11/2004 21:54

יא יא! דאס איז גוט ווילאנג עס איז נאר דא איין שופר, ווען עס בלאזט שוין א נייער שופר איז זייער שווער צו זאגן פאראויס.

וואס א צייטונג טוט דארף איך אייך נישט אויפקלערן, א"ט איז נאך א שטיקל רב און זיין ביהמ"ד קרית יואל ווייל ער האט א שטאב מיט צייטונגען (בולעטין, דזשורנאל, הקריה, ק"י בבנינה, בלאט,)

נו גיי שטעל אפ א צייטונג, עס איז כמעט אן אוממעגליכע זאך ווייל עס זענען דא און קרית יואל פונקט אזויפיל משפחות וואס זענען נישט אינטרעסירט אינעם "באריכט" וואו די וואס זענען נישט אינטרעסירט אויף די שטותים אינעם בולעטין-דזשורנאל, זאת ועוד, אויב עפעס וועלן מענטשן שנעלער אפקויפן דעם "דער באריכט" ווייל עס איז יעצט א סענזאציע און דאס גלייכט מען.

KJAlliance » 25/11/2004 23:12

מר באריכט

חס ושלום, אפצושטעלן "דער באריכט"

אזא דבר טוב, דארף מען אנהאלטן מיט מסירות נפש, ווער רעדט שוין ווען זיגי, באצאלט נאך אז עס רינט איבער

קיפ איט אפ, איי בעג יו

באראש » 25/11/2004 23:18

איך זע שוין פאר א ריזיגער טוירנאוט פאר אברהם ווידער ביי די קומענדיגע עלעקשאנס.

דער באריכט גייט ארויסברענגען די איינוואוינער פון קרית יואל צו שטימען אין די מאסן.

א דאנק פאר'ן טאן די דזשאב פאר אונז.

קרית_יואל » 26/11/2004 00:13

באראש

איך האב הנאה פון דיין לוזערישע שפראך.
געווענליך רעדן אזוי די לוזערס (אנטשולדיגט: די געווינער).

KJAlliance » 26/11/2004 00:28

יא גערעכט

לוזערס = 2700+ וואוטס

געווינער = 1300+ וואוטס

פארפאלן, דארט ווי חכמה דארט איז תורה