היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » מעג מען זיך רייצן מיט די גוים אדער נישט?

מעג מען זיך רייצן מיט די גוים אדער נישט?

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1183224

קריתיואלער » 12/11/2004 21:06

די אלייענס שרייט אז מען רייצט זיך מיט די גוים.

אין די פארלאפענע וואלן האבן זיי אינדארסירט די דעמאקראטישע פארטיי קאנדידאטן וועלכע זענען טראדיציאנאל אלעמאל געווען קעגן קרית יואל. זייער לעכערליכע און ראדיקאלע תירוץ איז געווען אז די קאנדידאטן זענען באמת פיינע גוים, זיי זענען פרא-קרית יואל, נאר קרית יואל רייצט זיך מיט זיי.

אלזא גיט נאר א קוק וואס פנחס יאקאבאוויטש, דער פירער פון די אלייענס האט געזאגט פאר די רעקארד אין 03', פארוואס מען טאר נישט שטימען פאר דעמאקראטישע קאנדידאטן:

Pinkus Jakobowitz, one of the group's leaders, said yesterday that the alliance is in a dilemma because of the Democratic slate's strongly "anti-growth" position, as he put it.
His group sees that stance as a threat to the relentless demand for new housing in what is the fastest growing municipality in the state.


וואס הייסט דאס? זיך נישט גערייצט מיט די גוים?

און מאך אפ. מעג מען יא שטימען פאר דעמאקראטן אדער נישט?

http://www.recordonline.com/archive/2003/10/29/camkjblo.htm

תוקן על ידי - קריתיואלער - 12/11/2004 21:26:07

קריתיואלער » 14/11/2004 05:50

הרצחת וגם ירשת! (בניחותא)

אזא מעסעדזש האט די אלייענס געשיקט פאר יעדן פאליטישאן אין ארענדזש קאונטי.

דו קענסט אטאקירן קרית יואל
דו קענסט זיך צוזאמשטעלן מיט די גרעסטע אנטיסעמיטן
דו קענסט אפן דערקלערן אז דו ביסט קעגן דעם פייפליין

די KJ אלייענס וועט דיך אלעמאל אינדארסן.

מען קען שוין באלד זאגן אז א פאליטישאן איז משוגע נישט ארויסצוגיין קעגן קרית יואל. א פאליטישאן וואס גייט ארויס קעגן קרית יואל באקומט די שטימען פון אלע אנטיסעמיטן און אויך א פערטל פון די קרית יואל'ער שטימען. ער פארדינט גאר דאפלט.

די אלייענס זענען פונקט ווי די אמאליגע מוסרים, די קאפאס און די משומדים וועלכע האבן געמאכט א יד אחת מיט די נאציס, אנטיסעמיטן און רשעים קעגן זייערע אידישע ברודער.

majyar718 » 15/11/2004 02:45

וכל אויבי עמך מהרה יכרתו