היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » פארווערטס ארטיקל איבער אלייענס חורבנות

פארווערטס ארטיקל איבער אלייענס חורבנות

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1183075

קריתיואלער » 12/11/2004 19:16

די פאלגנדע ארטיקל איז געווען געדרוקט אין פארווערטס פאראיאר, ערב די וואלן פאר מעיאר:



דאָס צעשפּאָלטענע שטעטל: קרית־יואל ערבֿ די וואַלן

קרית־יואל צעוואַקסט זיך צום גרעסטנס פֿון אַלע שטעט און שטעטלעך אין ניו־יאָרק. מיט אַזאַ צעוואַקסונג קומען אויך אונטער פּראָבלעמען וואָס זײַנען בשותּפֿותדיק בײַ אַלע שטעט אומעטום: די פּראַקטישע שוועריקייטן וואָס אַפֿילו די חסידישע בטחון און אמונה קענען ניט אַלע מאָל באַשטיידן. וואָס מערערע תּושבֿים, אַלץ מערערע שולן, וועגן, תּפֿיסות, און בכלל עפֿנטלעכע באַקוועמלעכקייטן מוז מען אויפֿבויען. אויף וועמען פֿאַלט די משׂא, און בפֿרט ווען די סאַטמער חסידים ווילן אויפֿהיטן אַן אָפּגעזונדערט שטייגער לעבן וואָס שטימט ניט מיט דער אָנגענומענער אָרדנונג פֿון די אַנשטאַלטן פֿון שטאַט ניו־יאָרק?

דער בײַשפּילן זײַנען פֿילצאָליק, נאָר דאָ וועלן מיר זיך אָפּשטעלן נאָר אויף צוויי: גשמיות, דאָס הייסט דאָס וואַסער־גערער, און רוחניות, די ביבליאָטעק. לסוף, וועלן מיר געבן צו וויסן וועגן די וואַלן וואָס שטייען שוין בײַ דער טיר, נאָך אַן אָפּשפּיגלונע פֿון די אינעווייניקסטע שפּאַלטן פֿון דער דאָזיקער גאָר פֿרומער קהילה.

מיים חיים: וואַסער פֿון ניו־יאָרק לטובֿת קרית־יואל

ביז אַהער גראָבט מען אויס ברונעמער כּדי צוצושטעלן דאָס נייטיקע וואַסער פֿאַר די אײַנוווינער פֿון קרית־יואל. מיט דעם זײַנען אָבער פֿאַרבונדן אַ צאָל פּראָבלעמען. דאָס כּסדר שעפּן וואַסער פֿון אונטערערד שוואַכט אָפּ דאָס וואַסער־געהייב, וואָס קען שאַטן די אַרומיקע קהילות. צווייטנס, באַטרעפֿט דאָס אויסגראָבן און אויפֿהיטן ברונעמער ריזיקע און אָנגייענדיקע הוצאָות.

איז געקומען און עצה־געבער (איינע פֿון די ק"י־באַאַמטע אָדער איינער פֿון די אַרומיקע קהילות, עס שטימען ניט די באַריכטן אין דער פּרעסע) און פֿירגעלייגט, אַז די ישועה קען אפֿשר קומען פֿון אַ גרויסן אַקוועדוקט (וואַסער־מאַגיסטראַל) וואָס געפֿינט זיך אין שטעטל ניו־ווינדסאָר און וואָס ווערט באַנוצט פֿון שטאָט ניו־יאָרק. דאָס האָט מען פֿאָרגעשטעלט (מיטן הסכּם טאַקע פֿון די אַרומיקע שטעטלעך) ווי אַ פּלאַן וואָס וועט יעדן צופֿרין שטעלן – אַ כּשר טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל. מע וועט דאַרפֿן אויסלייגן דאָס גערער דורך פֿיר שטעטלעך, נאָר צוריקגערעדט, וועט זיך ק"י אויך מיטטיילן דאָס וואַסער מיט די אַנדערע שטעטלעך. ק"י האָט גענומען צוגרייטן די נייטיקע פֿינאַנצן, ווי אויך דעם לעגאַל־נייטיקן באַריכט וועגן דעם אָפּרוף, וואָס דאָס נײַע גערער וועט האָבן אויף דער נאַטור־סבֿיבֿה.

נאָר די שטאָט ניו־יאָרק האָט זיך דערוווּסט וועגן מיטטייל־פּלאַן, און ס´איז אויס געשעפֿט. ניין, ס´איז ניט כּשר צוצונעמען (אָדער צוצוקויפֿן) וואַסער בײַם גרויסן כּרך, און אַרומטיילן די שטראָם צו די אַרומיקע שטעטלעך. און, איין מאָל געכאַפּט זיך אַז ניו־יאָרק איז ניט מסכּים, האָט זיך אויך איבערגעוואָלט דער אַראַנזשירונג בײַ די דערבײַיִקע קהילות, וואָס צוויי דערפֿון האָבן אָנגענומען רעזאָלוציעס קעגן פּלאַן. (טאַקע איינע פֿון די אָ קהילות איז געווען צווישן די, וואָס האָט אַרויסגעקוקט אויף טיילן זיך מיטן וואַסער.) די שטעטלעך טענהען, אַז מע מוז בײַ זיי בעטן רשות, איידער מע בויט אַריבער זייער שטח.

ק"י בלײַבט אָבער בײַם אַקוועדוקט־פּלאַן – אַ ברירה האָט מען? מע האַלט אין איין וואַקסן, און וואַסער איז נאָך נייטיק. מיט אַ וואָך צוריק איז ענלעך אַרויס דער באַריכט וועגן די סבֿיבֿה־עפֿעקטן פֿון פּראָיעקט. „עס וועט ענטפֿערן אויף אַלע פֿראַגעס [פֿון די קעגנערס],'' האַלט גדליה סעגעדין, דער הויפּט־באַאַמטער פֿון שטעטל, כאָטש ער איז מודה, אַז ער ווייסט ניט צי ניו־יאָרק־שטאָט וועט צושטימען. „קיין באַשלוס האָט מען נאָך ניט גענומען,'' זאָגט איִאַן מײַקלס, דער וואָרטזאָגער פֿאַר דער ניו־יאָרקער אָפּטייל פֿאַר דער נאַטור־סבֿיבֿה. פֿון וואַנען וועט קומען דאָס וואַסער אויב ניט פֿון דער „טרייפֿענער מדינה'' ניו־יאָרק? מיר וועלן זען.

. . . און ביכער

אויב גשמיות איז נייטיק, איז רוחניות דאָך אויך ניט אַוועקצומאַכן. די פּראָבלעם איז אַזוי: יעדער עפֿנטלעכע באַקוועמלעכקייט ווערט געשטיצט, על־פּי געזעץ, לויט ציבורדיקע שטײַערן. נאָר וואָס טוט מען, אַז די פֿאָרויסגעזעענע אָפּנעמערס פֿון די באַדינונגען, ד"ה די בירגערס, באַנוצן זיך ניט דערמיט? אַ גרויסער משל, וואָס דאָ איז ניט דאָס אָרט זיך אַרײַנצולאָזן דערין, איז די שולסיסטעם פֿון ק"י, וואָס מוז דאָך זײַט צוגעפּאַסט צו די הצטרכותן פֿון די גאָר פֿרומע אײַנוווינער. יענער פֿאַל איז לסוף דערגאַנגען אַזש ביזן העכסטן געריכט.

אויף אַ קלענערן מאַסשטאַב איז די מעשׂה פֿון דער פֿרײַער ביבילאָטעק פֿון מאָנראָ, די נעענסטע און גרעסטע שטאָט לעבן ק"י. דאַכט זיך, אַ ביבליאָטעק ווי אַלע ביבליאָטעקן. נאָר די אָנפֿירער פֿון ק"י ווילן זיך אָפּרײַסן (אָדער, לויט די ביבליאָטעקערס פֿון מאָנראָ, אַרויסדרייען) פֿון צאָלן זייער חלק פֿון די שטײַערן, וואָס ווערן צוגעטיילט דעם ביבליאָטעק־בודזשעט. לויט סעגעדינען, „ווייניקער פֿון איין האַלב פֿון איין פּראָצענט פֿון דער [סאַטמער קהילה אין] ק"י באַניצט זיך מיט דער ביבליאָטעק.'' ווען דער פֿאָרווערטס פֿרעגט אים פֿאַר וואָס ניט, רעכנט ער אויס אַ צאָל סיבות – די ביכער דאָרט זײַנען ניט אויף מאַמע־לשון; די ביבליאָטעק איז ניט אָפֿן זונטיק; מע באַפּוצט דעם בנין לכּבֿוד ניטל און האָלאָווין. דאַכט זיך אָבער, אַז די סיבות זײַנען ווויניקער וויכטיק ווי דאָס אָננעמעניש לכתּחילה, אַז קיין היימישער ייִד טאָר זיך ניט באַנוצן זיך מיט אַ גוייִשן אַנשטאַלט אַזאַ. און דערפֿאַר ווילן די סאַטמער פֿון ק"י, זאָגט סעגעדין, גרינדן אַן אייגענע ביבליאָטעק, אַן עפֿנטלעכע (כאָטש, ווי סתּירותדיק ס´זאָל ניט אויסדאַכטן, אויך אַן אייגענע) און מאַכן ויבֿרח פֿון מאָנראָ־הויפּט־פֿיליאַל.

נאָר מערלין מעקינטאָש, די דירעקטאָרשע פֿון דער מאָנראָ־ביבליאָטעק, איז דווקא מחולק אויף סעגעדינס טענה, אַז די צאָל באַנוצערס איז אַ קליינע. „כ´געדענק ניט אַ טאָג, ווען איך זאָל ניט האָבן געזען אַ צאָל חסידים אין דער ביבליאָטעק.'' האָט מען דאָרט ביכער אויף מאַמע־לשון? „ניין, נאָר דער פּערסאָנאַל רעדט דאָך ניט קיין ייִדיש און ווייסט ניט וואָס סע פּאַסט דער לייענערשאַפֿט. מיר האָבן געבעטן עצות נאָר קיינער האָט זיך ניט פֿאָרגעשטעלט.''

דאַכט זיך, אַז דער הינטערגרונד צו סעגעדינס פּרוּוו איז די אָנגעיינדיקע מלחמה צווישן די זין פֿון איצטיקן סאַטמער רבין, זלמן־לייב (וואָס פֿירט אָן אין וויליאַמסבורג) און אַהרן (דער רבֿ אין ק"י). די ביבליאָטעק, ווי אויך אַ סך אַנדערע רײַסערײַען וואָס מיר וועלן באַהאַנדלען בײַ אַ געלעגנהייט, איז אַ בײַשפּיל פֿון דאָזיקן קאָנפֿליקט. לויט מעקינאָשן, און אויך חסידישע קוואַלן, ווילן די ק"י־דיסידענטן, אַ פּאָליטישע געזעלשאַפֿט „זאַלוינים'' וואָס רופֿט זיך דער „קרית־יואל־אַלײַענס'', ניט גרינדן קיין אייגענע ביבליאָטעק. זאָגט אַן אַנאָנימער קוואַל, „כּדי צו האָבן אַ ביבליאָטעק מוז מען פֿאַרמאָגן ספֿרים חצונים,'' וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אָסור על־פּי סאַטמער הלכה. איין כּתּ וויל אַן אייגענע ביבליאָטעק וואָס איז מער סאַטערדיק, און די צווייטע האַלט, אַז ביבליאָטעקן זײַנען במילא גויִיש. (איז ווי אַזוי דערקלערט מען די חסידים באַנוצערס פֿון דער ביבליאָטעק? בלײַבט אַ קשיא.)

די וואַלן

באַלד נאָך שבֿועות, דעם צווייטן יוני, קומען פֿאָר די וואַלן פֿאַרן שטעטל־ראַט פֿון ק"י. צוויי פֿון די פֿיר פּלעצער אויפֿן ראַט זײַנען אָפֿן. וואַלן, יאָ, נאָר ווידער שטאַרק אונטערן חותם פֿון זלמן־לייב־אַהרן מלחמה. אין 2001, האָבן די וואַלן פֿאַרן פּאָסטן פֿון ק"י־בירגערמײַסטער געליטן פֿון באַשולדיקונגען פֿון קאָרופּציע, און אַ זשורי האָט געפֿונען, אַז עטלעכע צענדליקער וואַלצעטלען האָט מען פֿאַרפֿעלשט. די צוויי אַמטירנדיקע פֿון שטאָטראַט וואָס זאָלן האָבן געלויפֿן אין די איצטיקע וואַלן האָבן צוריקגעצויגן זייערע נעמען, זאָגנדיק אַז זיי גלייבן ניט אין דער יושרדיקייט פֿון די וואַלן. נאַרישקייטן, זאָגט סעגעדין, וואָס פֿירט אויך אָן מיט דער וואַלן־פּראָצעס. „די וואַלן אין 2001 האָט מען אַדורכגעפֿירט אויף אַ פּערפֿעקטן אופֿן,'' טענהט ער.

עס פֿאַרמעסטן זיך שוין פֿיר קאַנדידאַטן אויף די צוויי אַמטן, צוויי „זלמן־לייב''־ניקעס, ד"ה געשטיצט פֿון „קרית־יואל־אַלײַענס'', און צוויי פֿון די אָנפֿירנדיקער אַהרן־מחנה. ווען דער פֿאָרווערטס האָט געפֿרעגט די קאַנדידאַטן פֿאַר וואָס זיי לויפֿן, איז געוואָרן קלאָר אַז דער פּערזענלעכער איניציאַטיוו האָט קנאַפּ משפּיע געווען אויף דעם, אַז טאַקע די ייִדן, און ניט קיין אַנדערע, זאָלן זיך צושטעלן. שלמה פֿעדער, איינער פֿון די „אַלײַענס''־קאַנדידאַטן, האָט זיך געקווענקלט, צי ער זאָל בכלל רעדן מיטן פֿאָרווערטס. „איך ווייס ניט פֿאַר וואָס די וואַלן וואָלט אײַך אינטערעסירן, ס´איז ניט קיין נאַציאָנאַלער אישו [ענין]. ס´איז בכלל ניט כּדאַי. כ´דאַרף פֿרעגן דעם אַלײַענס [צי איך מעג רעדן].'' אַז מע פֿרעגט פֿאַר וואָס ער לויפֿט, רופֿט ער זיך אָן אַזוי: „די קאָמוניטי [די קהילה] האָט מיך אויסגעפּיקט [אויסגעקליבן]. מע האָט מיך געהייסן לויפֿן, לויף איך.'' דער צווייטער „אַלײַענס''־קאַנדידאַט, קלמן ווײַס, האָט געזאָגט, „כ´גיב ניט קיין אינטערוויוען.'' און איינער פֿון די „אַהרוני''־פֿאַרמעסטער, יעקבֿ פֿרוינד, האָט געזאָגט, „מע דערלויבט מיך ניט צו רעדן פֿאַר די וואַלן.'' אַפֿילו אַ ייִד וואָס איז גאָר נאָענט צו דער זלמן־לייב־פֿאַקציע (און וואָס האָט אַוודאי געוואָלט בלײַבן אַנאָנים) האָט געקענט ווייניק וואָס אויפֿקלערן דעם מה־נשתּנה פֿון די אַלײַענס־קאַנדידאַטן. „זיי זײַנען פֿאַר יושר, טראַדיציע, און אָרנטלעכקייט,'' און צוריקקערן די קהילה צום אַמאָל, צו דעם „וואָס קרית־יואל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט, ערלעך און פֿײַנשפּיגלנדיק.''

דאָס אַלץ איז, פֿאַרשטייט זיך, גאָר אַנדערש פֿון געוויינטלעכע וואַלן, וווּ יעדער פּרוּווט זיך אונטערשיידן פֿון דער קאָנקורערנץ. דאָס קען זײַן דערפֿאַר, ווי פֿרוינד האָט געזאָגט, אַז „די קהילה וויל בלײַבן צוזאַמען,'' דאָס הייסט געאייניקט, נאָר עס קען אויך זײַן, אַז יעדער בלאָק ווי שטרענג קאָנטראָלירן די בציבורדיקע רייד פֿון זײַנע לײַט. צי די וואַלן ווערן אַרויסרופֿן די זעלבע קאָנטראָווערסיע וואָס אין 2001 איז שווער פֿאָרויסצוזען. אין ווײַטערדיקע נומערן פֿון אונדזער רובריק וועט מען פּרוּוון אָנצייכענען, ווי ווײַט עס דערגרייכט דער גוואַלדיקער ריס צווישן די צוויי צעקריגטע פֿליגל פֿון משפּחת סאַטמער.