וואס רוב עולם זאגט אזוי וועט מען טוהן
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1182479
אזוי ווי יעדע ויקענד גיי איך אריבער כמעט אלע יידישע בלאג'ס, און איך זעה אז א גרויס חלק פון די בלאג בע"ב לינקן חדשות אנש וואלט איך געטראכט אז אפשר וואלט שיין געווען פון אונזער זייט אויך צו לינקן די יידישע היימישע בלאגס, וואס פאסט אהער.
וואס זאגט דער עולם?
הרב דזשובוי,
איך וואלט געזאגט אז נישט, ווייל איין מעלה פון חדשות אנ"ש איז, ס'איז נישט קיין בלאג סיסטעם וואו יעדער קען טאן וואס אים גלוסט, נאר עס האט א שטיקל קאנטראל. פארוואס זאל חדשות אנ"ש פארבלאגט ווערן?
בכלל זענען פארהאן בלאגס מלא כפירה און טינופות, פארוואס עס לינקען צו חדשות אנ"ש וואס האט כאטש נישט אזויפיל שאול תחתית מאטעריאל.
דאס איז מיין מיינונג...
צ"ל iraq2004
כל המוסיף גורע
לאז ווי עס איז
מיין וואוט איז: ניין
IF IT'S INTRESTING WHY NOT?
I'm against it
Jewboy most blogs who link to us are not our freinds they link to us as kind of a qaint amusment.
forget the idea
מיין וואט איז יא מיט א תנאי אז נאר ארטיקלען וואס איז אין איינקלאנג מיט די הויעכע סטאנדארד וואס אינז געניסען דא אויף אנ''ש (אהן די איינצעלנע קללות אד''ג) מיט די הדרכה פון אונזער חשובער מנהל דזובוי
אויך אפשר איז כדאי אז דזאבוי זאל ווייזען אפאר סעמפעלס אין נאכדעם זאל מען הערען אינזערע מיינונגען
חס ושלום.
pe'sach sha'rrei shu'mi'am, l'man yish'mi ve'yi'ru'i
די בלאג'ס שרייבען דאך על ה' ועל משיחו.
וואס האט דאס מיט אונז? ווייל זיי לינקען אהער?
ניין!!!!
תוקן על ידי - britolam - 12/11/2004 22:22:31
מען טאר אין רוב פון די בלאקס אפילו נישט כאפן א בליק, עס איז מלא כפירה ומינות קעגן באשעפער.
כל באיה לא ישובון! חדשות אנ"ש דארף זיין ריין פון לינקס אהין!
נ-ני-ניי-ניין
היימישע בלאגס?
די בלאג'ס זענען אזוי היימיש ווי היימישע בעקערי חלות געבאקען דורך היימישע מעקסיקאנער.
JEWBOY האלט דיך נישט אזוי קליין, דיין פורום איז הונדערט מאל מער בעסער ווי די בלאג'ס וואס זענען פול מיט ניבול פה אין אפיקורסוס.
די דארפסט נישט זייער עדווערטייזמענט, זיי דארפען אפשר דיך, אבער די טארסט זיי עס נישט געבען
זיכער נישט!
איך וואלט זיי גענצליך איגנארט ווען איך ביו אין דיינע הויזן.
אבער אויב דו פרעגסט נאט אייך,
1) it is no free world. וואס באצאלן זיי, זיך דאס צו פארדינען, וויזיטאר'ס? 'איי בעט יו 90% פון זייערע באזוכער קענען דעם פלאץ.
2) מיטן לינקן א בלאג שיקסטו אהין גולשים, דארפסטו באקוקען יעדן טאג אויב עס איז ok אין אלע בלאג'ס, האלטסטו דערביי?
3) כדי צו לינקן א בלאג אויף אזא נאבעלע פורום, דארף דאס זיין אויסגעהאלטן מיט: שיינקייט, updated , א טראפ ערענסטקייט, אין פון די סארט איז פאראן ווייניג.
4) איך וועל דאס מגדיר זיין מיט עטליכע ווערטער: אויב די וואלסט געמאכט א לינק צו yahoo וואלטן זיי געמאכט א לינק צו חדשות אנש?
מיין וואוט: ניין
www.yahoo.com[בילד – נישט אפגעהיט] ווי איך זעה איז רוב עולם פון די שרייבער'ס אקעגן לינקען צו בלא'גס, אבער איך האלט אז רוב קוקער'ס ווילען יא, ווייל זיי ווילען זעהן אלע אידשע וועבסיידס,
ח ס - ו ש ל ו ם !!!
איך קענסעל מיין יא וואט ווייל איך בין נאך דארט נישט געווען במילא האב איך נישט געוויסט אז עס איז מלא כפירה וכ''ו
אדער אזוי ווי איך זעה עטליכע פון אינזערע חשובע שרייבערס זאגען ניין פאר די זעלבע סיבה וויל איך נישט איינשטעלען אפילו מיט זובאיס צענזור משום איכא דרכא אחרינא
מיין ארימע מיינונג:
ניין! נישט לינקען קיין בלאגס אויף אנ"ש בשום אופן! און אוודאי נישט די מיט כפירה!
אויב יא, האב איך מורא אז חדשות אנ"ש וועט באקומען אזא סוף ווי די "היימישע נייעס" און אנדערע היימישע יאהו גרופס וד"ל, און ווער עס געדענקט עס נאך, האבן אומשולדיגע און שולדיגע צוגלייך געליטן פון די רדיפות פון וועד הצניעות?
סאו צו וואס פעלט עס דען אויס?
אט איז א לינק צו א פארום וואס מ'האט שוין אמאל גערעדט פון די נושא און מ'קען צוזאם רעכענען די וואוטס פון דארט אויך.
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1054353תוקן על ידי - כורמיזא - 14/11/2004 9:01:51
מה עושה את הבלוגים להימיש? שזה כתוב בשפת האידיש?
אז תדע לך שרוב ספרי ההשכלה והליצנות גם היו באידיש.
אין לבלוגים האלה שום קשר להיימיש, אלא לניבול פה והשחתה וליצנות מכל דבר שמריח מיהדות.
הלימוד זכות היחידה שיש לי על השטינקרים האלה הוא שהם נשמות מסכנות שלא מוצאים את מקומותיהם בשום מקום, אז הם מוציאים את התיסכול בעולם הבלוגים.
מקומם בטח לא איתנו.
א איד גייט "רעכטס" נישט "לינק"ס"....
נישט לייגן לינקס צו די לינקע בלאגס!
[בילד – נישט אפגעהיט]
בשום אופן נישט!!!
מיין וואוט: ניין. שלום אש און שלום עליכם האבן אויך גענוצט אידיש אלץ זייער שפראך.
יענע וואך איז געווען דא אלינק צו CHILULHASHEM.COM
וועגן שטיינמענס פראטעסט נעבן דעם איז געווען שמוץ
ווער נעמט אחריות
מיין שטימע איז
נייןןןןןןןן
מיין וואוט איז ניין
YOU CAN PUT IT IN JEWBOY CORP
סרולי
וועלכער בלאג האסטו א אינטרעס אז JEWBOY זאל מאכען פאר זיי PR?
אין וויפיל וועט יענער בלאג באצאלען פאר JEWBOY פאר די עדווערטייזמענט?
EPSTEIN
וואס פאסט אהער.
THAT'S WHAT JEWBOY WRITES IN THE BEGINNING
תזכורת פאר די נייע גולשים אשר מקרוב באו אין קענען נישט דעם מנהל המקום.
שיע וואס שרייבסטו דא? אפשר ווילסטו בעסער מסביר זיין דיין תגובה?
דשובאי היקר
ווילסט פאריאגן די פאהר שרייבערס וואס זענען פארבליבן?
פעלט מיסט אויף די וועלט? ווער סוויל וועט עס טרעפן אהן דיינע לינקס.
לאז געמאכט, דארף נישט קיין לינק צו גארבידש
איך נעם זיך אן פאר JEWBOY
ביטע אים לאזן טיען וואס ער וויל
וואס רעד מען דא?
JEWBOY האט עס שוין געלייגט פאר צוויי יאר צוריק. גייסט אים יעצט איינטיילן?
(איך פארשטיי אויך נישט וואס
shia550 האט געוואלט זאגן)
תוקן על ידי - יאגעלע - 26/06/2006 23:59:37
תיקון טעות נישט מנהל המקום, נאר מנהג המקום.
איך האב דאס געברענגט נאכדעם וואס איך האב שוין געזען צים צווייטן מאן ווי איינער ברענגט דא א לינק צו איינער פון די אומבטעמטע בלאג'ס
כ'האב נישט באמערקט אז דער אשכול איז אן אלטער.
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 27/06/2006 18:20:38
איך פארשטיי נישט פארוואס נבוכדנצר פארענפערט באטשי'ן זאג מיר נישט אז דאס איז דער זעלביגער.[בילד – נישט אפגעהיט]