היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » דרויסנדיגע מענטש מאכט חרוב חינוך אין ק"י

דרויסנדיגע מענטש מאכט חרוב חינוך אין ק"י

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1182371

קריתיואלער » 12/11/2004 08:15

קרית יואל האט אלעמאל מיטגעמאכט גאר שווערע צייטן. שוין לאנגע יארן וואס גוי'אישע שונאים פון קרית יואל פרובירן אונטערצוברענגען די הייליגע שטעטל, אבער מיט גרויס סייעתא דשמיא האט זיך זיי עס נישט איינגעגעבן ביז היינט.

איבער די לעצטע פאר יאר האט זיך אבער א פרישע צרה אנגערוקט אויף קרית יואל. עס רעדט זיך פון איינער, א איד פון בארא פארק, מיט בארד און פיאות, וועלכער האט צוליב זיין פראסטע עגאאיזם און גאוה (ווי ער האט זיך אליינס אויפגעטאן פאר די גוי'אישע צייטונג "דער רעקארד") באשלאסן אראפצוקומען קיין קרית יואל צו צוברעכן די הנהלת הקרי'.

איבער די פארגאנגענע פאר יאר האט שוין יחזקאל בראך, אויסגעגעבן מיליאנען דאלארן אין מיסט אריין, נאר צו מאכן קאפוויי פאר די הנהלת הקרי'. ער האט אהערגעברענגט דאס מין זאך ווי גוי'אישע וואלן, און אנגעפאנגען ארויסצושטעלן קאנדידאטן, אז זיי זאלן לויפן פאר אלע סארט פאזיציעס קעגן די עקזיסטירנדע הנהלה.

פארשטייט זיך אז רוב שטעטל איז נישט משוגע און איז נישט נאכגעגאנגען בלינד זיינע משוגעת'ן, און זיינע קאנדידאטן האבן אלעמאל פארלוירן מיט א לענדסלייד.

היי-יאר איז יחזקאל בראך אויפגעקומען מיט א פרישע המצאה. וויבאלד ער קען נישט געווינען קרית יואל, האט ער באשלאסן אז אויב האב איך עס נישט זאלסטו עס אויך נישט האבן און ער האט באשלאסן צו עפענען א ווילדן שמוציגן קאמפיין אין הייליג שטעטל קרית יואל.

שוין זייט א טאג נאך סוכות ווערן די פאסט קעסטלעך אין קרית יואל פארפלייצט יעדן טאג מיט פרישע פאשקעווילן קעגן די ווילעדזש פירער. פונקט ביים נייעם זמן ווערן די קינדער, בחורים און כולל יונגעלייט אריינגעשלעפט אין עקלדיגע טינופת, און אנשטאט מען זאל זיצן און לערנען פארברענגען די בחורים און קינדער מיט'ן רעדן פאליטיק.

דער דיין האט ארויסגעגעבן א שארפע אזהרה אז מען זאל זיך נישט וואגן צו ענטפערן אויף קיין שום אטאקע, ביז הארט פאר די וואלן, ווען עס וועט שוין אויספעלן אמת'דיג וויכטיג צו קאמפיינען (אויספעלן וויכטיג? מיט פינף יאר צוריק האט עס נישט אויסגעפעלט וויכטיג, אבער דאס איז ליידער דער מצב זייט יחזקאל בראך האט זיך פארמאסטן אונטערצוברענגען קרית יואל, מען מוז פירן עקלדיגע פאליטישע קאמפיינס אין א הייליגע אידישע שטאט.) כדי נישט נאכמער אריינפירן דעם שטעטל אין שמוציגע פאליטיק

[דא זענע ווערטער אויסגעמעקט געווארן פאר'ן זיין צו שארף. געדענקט דברי חכמים בנחת נשמעין, דוקא]

תוקן על ידי - davka - 15/11/2004 2:17:19

קריתיואלער » 12/11/2004 08:28

וועלכער מענטש האט דערקלערט פאר א צייטונג

I enjoy ego.

(איך בין א בעל גאוה און איך האב ליב עגאאיזם)

???

ענטפער: דער טרויעריג בארימטער יחזקאל בראך, וואס האט באשלאסן פאר אלע געלטער אונטערצוברענגען קרית יואל.

ליינט די ווילדע וואנזיניגע אינטערוויו וואס ער האט געגעבן פאר'ן רעקארד נאך אין 01', וואו ער לייגט אראפ זיינע פינסטערע פלענער באגלייט מיט שרעקליכע השמצות קעגן אידן און א שטארקן חילול השם.

אין די אינטערוויו זאגט ער אז ער איז א רעבעל. איך מיין אז דאס איז טאקע די בעסטע אויסדרוק פאר אים, רעבעל.

http://www.th-record.com/archive/2001/02/06/cmkjelec.htm

תוקן על ידי - קריתיואלער - 12/11/2004 8:31:10

KJAlliance » 12/11/2004 19:54

מיר פירן נישט הימלישע חשבונות

אבער "זיגי" טראכט פון 'וויגדער' און פון אברהם'י, פאר די ספענדסט נאך געלט פאר שפיצער און פריעדמאן

ראו הזהרניכם

upto » 15/11/2004 01:31

oiiu

יוסףמאיר » 15/11/2004 05:25

חברה דא

טראכט פון אהרן טייטלבוים פאר איר גייט דא באשמוצען יחידים.

davka » 15/11/2004 05:36

כבוד יוסף מאיר,

ביטע פון היינט און ווייטער שרייבן ר' ווען מען רעדט פון א רב (ר' אהרן, ר' זלמן לייב, ר' יואל'יש מארגנשטערן וכו') און ביטע נישט אריינמישן די פאליטיק פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב, לויט די תקנות הפורום.