א] פארוואס ווען א מענטש בלאזט שנעל מיט א פארמאכטע מויל קומט ארויס קאלטע לופט, און ווען מען בלאזט מיט א אפענע מויל קומט ארויס הייסע לופט?
ב] ווען א מענטש לויפט און גיסט אויס עפעס גיסט זיך אויס די גיסענדיג'ס שיף, און ווען מען פארט מיט א קאר גיסט זיך עס גראד, ס'וואלט דאך אויך געדארפט גיין שיף, נישט אזוי?
א) ווער זאגט אז עס איז אזוי? איך מיין אז ביידע מאל קומט ארויס הייסע לופט, נאר ווען מ'בלאזט מיט אן אפענע מויל קומט ארויס א גרעסערע קוואנטום אויף איין פלאץ פילט מען עס מער.
ב) עס גיסט זיך אויס גראד אויך ווען מלויפט נאר ווען מ'איז אפגעריקט פון די פריערדיגע פלאץ מיט א אינטש לאמיר זאגען איז שוין די וואסער פון די פריערדיגע פלאץ נידריגער ווי די וואסער וואס מ'גיסט דאן אויס, קומט דאס אויס שיף. און אויך נאר ביחס צו די מענטש וואס שטייט אין די זייט. פראביר ארויס צו גיסען פון פענסטער פון קאר וועט געשען דאס זעלביגע און עס וועט אויס זען שיף ווייל מ'קוקט לויט די פלאץ ווי מ'איז פריער געשטאנען אבער אין די קאר קוקט מען לויט די קאר און נישט לויט די געאגראפישע פאזיציע.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דזובאי איז גערעכט אין די סיבה איז ווייל ווען מען בלאזט אסאך קימט עס ארויס פון מויל מיט מער פרעשער ווי ווען מען בלאזט ווייניג
אין ווי מער פרעשער איז עס מער קאלט
למשל ליפט וואס קימט ארויס פון א קאר טייער אדער ספרעי קעען
ווייטער וועגען די שיפקייט פון וואסער איז זייער פשוט ווי כורמיזא
THE WARM AIR IS BLOWING THE COLD AIR THAT'S IN FRONT SO YOU FEEL IT COLD
YOU ARE FULL OF HOT AIR
ALES MIT A SHMEICHEL