היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער ספינקער רבי שליט"א

דער ספינקער רבי שליט"א

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1181223

jewboy » 11/11/2004 11:42


1) וויפל ספינקער רבי'ס קענט איר?

2) וועלכע פון די ספינקער רבי'ס האבן די מערסטע חסידים?

3) אויף וועלכע גאס איז דא צוויי ספינקע שולן?

4) וועלכע פון די ספינקע רבי'ס האבן די בעסטע מצליח געווען?

5) אין וויפל שטעט אין דער וועלט איז דא ספינקע רבי'ס און בתי מדרשים?

selish » 11/11/2004 13:58

די עכטא אוטענטישע איז אין רחוב סאלאנט בירושלים

tzvibp28 » 11/11/2004 16:20

oh please!
פארוואס איז כהנא מער אוטענטיש ווי אנדערע?
לדעתי איז עס הרה"צ ר' מאיר אלעזר ווייס פון 18טע עוועניו ברוקלין ניו יורק

tzvibp28 » 11/11/2004 22:38

boro park
flatbush
williamsburg
queens
jerusalem
bnei berak
antwerp
woodridge
south fallsburgh
london
האב איך עפעס אויסגעלאזט?

אייןסאטמאר » 11/11/2004 22:43

קרית יואל (ר' אייזיק)

מוזיקאנט » 11/11/2004 23:41


רבי אייזיק איז רבי אין וויליאמסבורג און אין קר"י, איך מיין אז ער איז איינציגסטער וואס האט צוויי בתי מדרשים. (אפשר איז ער דער גרעסטער אויכעט??)

עס איז אבער דא נאך איינע אין קרית יואל, איך געדענק נישט ווי אזוי ער הייסט, אבער ער האט א לאנגע וייסע בארד. איינער קען איהם דא?

אייןסאטמאר » 12/11/2004 00:17

ר' אשר ... כהנא, א זון פון ר' נחמן כהנא, ער ארבעט אין סאטמארע מצה בעקערי

jewboy » 12/11/2004 00:26

הב' מ. כהנא שליט"א ר"י דברי יחזקאל (ספינקא - סטראפקאב)

KJAlliance » 12/11/2004 00:33

איין סאטמאר , הרב אשר ישעי' כהנא ספינקא רבי קרית יואל

רבי אייזיק הורוויץ שליט"א אין זאלי-ספינקא רבי פון קרית יואל

גראדע האט ער נארוואס פארענדיגט א מיליאן דאללער'דיגע שוהל, מיט די הילף פון די זאלי'ס

א פלא אז זיי האבן אים געגעבן מער געלט, ווי פאר זייער אייגענע 'גרינע' שוהל

עס איז א פראכט פון א שוהל, א מקוה, מיט די 'האול ווארקס'

yohcee718 » 12/11/2004 00:43

אויב מ'מוז אויסרעכענען ווער איז דער יורש האמיתי לבית סאפינקא איז פשוט אז ר' נפתלי ווייס פון בארא פארק איז דער וואס האט באמת דעם רעכט דערצו

דער חשבון איז פשוט

דער לעצטע רבי פון ספינקא פאר דער מלחמה איז געווען ר' יצחק אייזיק ווייס דער 'חקל יצחק' הי"ד

ר' הערשל'ע ספינקער זצ"ל איז געוועהן א זוהן פון רבי'נס 'איידעם' ר' אביש'ל הורוויץ ער אליין האט זיך מקודם נישט גערופען מיטן נאמען ספינקא נאר קראלע רבי אבער וויבאלד א סאך ספינקער חסידים אין אמעריקה האבען זיך געצויגען צו איהם האבען זיי איהם מכתיר געוועהן אלס 'ספינקער רבי'

בן אחר בן פון ר' אייזיק איז געוועהן ר' יעקב יוסף ווייס זצ"ל ער איז געוועהן דער יורש דאורייתא פונעם חקל יצחק אין ר' נפתלי איז זיין עלסטער זוהן בחיים,

די כהנא משפחה זענען אפילו נישט קיין אייניקלעך פון דעם חקל יצחק נאר פון אן איידעם פון דער אמרי יוסף (ר' יוסף מאיר ווייס אביו של ר' יצחק אייזיק) הגאון ר' נחמן כהנא זצ"ל אב"ד ספינקא און זיינע אייניקלעך רופען זיך אויך ספינקא רבי'ס

tzvibp28 » 12/11/2004 01:03

yohcee
if you're taking sides in the Spinka debate then I smell a rat:
why can there be only one yoresh? I myself am patial to Reb YY's other son, R' Meir from 18th Avenue, he's a tremendous Baal Chesed and Tzedakah and hasn't got a bad Chotzer going, either

אייןסאטמאר » 12/11/2004 01:20

ר' מאיר יעקב אינדיג איז פון די גרעסטע שטיצער (אויב נישט דער גרעסטער) פון ר' אייזיק, און ער האט אויך געגעבן א ריזן סכום פאר'ן ביהמ"ד, און ער איז א אהרוני, סא עס איז נישט קיין זאלי זאך.

מוזיקאנט » 12/11/2004 03:46


אויב מע'רעדט שוין פון רבי אייזיק, איז קודם כל עס איז נישט א אהרוני פארטיי, און נישט קיין זאלי פארטיי.

ווער עס מאכט עס יא אויסקוקען ווי א זאלי סאב-פארטיי, זענען די שפיצער'ס, מרדכי הערש מיט יואלי, זיי זענען גרויסע רודערערס פין רבי אייזיק, און זיי זענען פארברענטע זאלי'ס.

דער בית המדרש אין מאנרא, איז צאמגעשטעלט מער ווייניגער פין די איינוואוינער אויף ליזענסק גאס, אהן קיין שום אפהענגיגקייט נישט צו רבי אהרן, אין נישט צו רבי זלמן לייב. ר' יוסל ניימאן - דער מייסד פון דעם ביהמ"ד, געהערט נישט צו רבי אהרן און נישט צו ר' זלמן לייב, נאר צו ספינקא.

אין חוץ פון דעם, צו די אלע חסידים פין רבי אייזיק (און צו די אלע חסידים פון אנדערע רבי'ס וואס זענען נספח צו סאטמער), איך פארשטיי ענק נישט, פארוואס דארפט איר סאטמער אז איר האט א עכטע רבי???? (no offence to satmer), לאזפ אפ דעם פאליטישע מחרחרי ריב פארטיי וואס הייסט סאטמער!!! טרעפטס ענק דאס פלאץ דארט ווי ענק זענען!!! פארוואס זיך אריינלייגען אין א קראנקע בעט???

קען זיין אז איך וועל עס נישט פארשטיין וויל איך בין נישט אויפגעוואקסן אין סאטמער, אבער אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס דארף איינער האבען צוויי רבי'ס? למשל ספינקא אין סאטמער??

אין מיין קאפ גייט עס נישט אריין.

עפשטיין » 12/11/2004 03:49

יוסי

אבער די וואס האלטען אז ר' מענדלע אין ויזניץ און ר' זלמן לייב אין סאטמאר זענען די יורשים האלטען אז די איז עס אויך ר' מאיר פון אכצען אדער דער ברודער פון בני ברק.

tzvibp28 » 12/11/2004 04:22

עפשטיין
דער רבי פון 18 האט שוין געהאט זיין שול בחיי אביו ובברכתות דא רעדט מען נישט פון יורשים
stop mixing in Satmar into every conversation!!!

עפשטיין » 12/11/2004 04:55

צבי

אמת די האסט נישט געליינט דעם תגובה אויף וואס איך האב מיך באצויגען?

KJAlliance » 12/11/2004 05:03

דער גרעסטער ספינקא רבי

דער מערסטער מוצלח, ספינקא רבי

דער חשובסטער - אין מיין מיינונג - ספינקא רבי

הייסט גארנישט ספינקא רבי

ער איז קראלע רבי שליט"א

מוזיקאנט » 12/11/2004 12:38


KJ,
ער רופט זיך קראלי רב, נישט רבי.

קענסט איהם צולייגן אין דעם אשכול
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1180826

tzvibp28 » 12/11/2004 18:48

עפשטיין
מ'האט גערעדט פון מוצלחים אדער פון אטענטיש, נישט פון יורשים
איך האב יא געליינט דיין תגובה, אבער אפשר מיין קליינע קעפעלע האט נישט יורד געווען לסוף דעתך הרחבה

רבישקינט » 13/11/2004 18:51

יוחי איך בין מסכים מיט דיך אינגאנצען נאר דער פראבלעם איז אזיווי אלעמאל ר' יעקב יוסף איז נישט געווען א זון פון דער חקל יצחק נאר אן אייניקעל און פאר דער קריג איז ער נישט געווען א מועמד פאר די רביסטבע איז ממילא האבען געהאט אלע אנדערע א פתחון פה.
מוזיקאנט איך ווייס נישט וואס די חאפסט נישט סאיז אלץ געלט אהרוני זלוני ביי די קליינע רביס איז נישט דא געלט

משנתחסידים » 14/11/2004 05:07

אין כמו ר' ברוך'ל, ספינקער רבי פון אנטווערפען.

usa44 » 14/11/2004 05:22

מען דארף שטעלן א רשימה און יעדער זאל צולייגן.

וויליאמסבורג פיר, אלע הורוויץ.
ר' בעריש, ר' אביש, ר' אייזיק, ר' נפתלי.

בארא פארק דריי
ר' נפתלי און ר' מאיר ווייס, ר' ... הורוויץ.

בני ברק צוויי
ר' ישראל חיים ווייס, ר' משה אליקים בריעה כהנא.

ירושלים איינס
ר' מרדכי דוד (?) כהנא.

אנטווערפן איינס
ר' ... כהנא.

ואידך זיל גמור, איך האב שוין נישט קיין נעמען, נעמטס מיך איבער.

דישיגוטער » 14/11/2004 20:37

ווער עס עסט מער פיצא דער איז די גרעסטע

דער וואך איז אויך דא א חתונה ווי אלע פיצא פרעסער וועלן זיך צאמזעצן וועט מען זעהן ווער ס'איז די גרעסטע ספינקא רבי

tzvibp28 » 14/11/2004 21:45

דישיגוטער
ריכטיג אז מען עסט פיצא, אבער מיט א גאפל און מעסער איז דאך מותר

yohcee718 » 14/11/2004 22:34

רבישקייט

ר' יעקב יוסף האט נישט געקענט זיין א מעומד ווייל זיין זיידע דער חקל יצחק האט נאך געלעבט ביז צום חורבן און מ'האט איהם טאקע גע'הרג'עט עקה"ש הי"ד

זיין טאטע איז אויך אומגעקומען אויף קדה"ש

ס'איז א פשוט'ע פאקט אז דאס רוב פארבליבענע ספינקא חסידים בפרט אין אמריקה האבען זיך געצויגען צו ר' הרשל'ע זצ"ל און זיי האבען איהם געקרוינט אלס ספינקער רבי און לכבודו האבען מיר היינט א גאנצע שטוץ מיט נאך ספינקא רבי'ס השם עליהם יחי'

וואס ארט מיך זייער איז דער נייער עבירה פון רופען רבי'ס מיטן נאמען א יעדע אנדער וואך הענגט פלאקאטען אין די אידיש'ע גאס

ברוך הבא
כ"ק אדמו"ר חסידא ופרישא שליט"א
מספיקנא


גיי ווייס פון וועהם מ'רעדט?

מאך אויף א צייטונג מיט נייעס און הודעות קיין זכר פון א נאמען

וואס איז דער עבירה פון ארויס שרייבען דעם נאמען

איך בין מציע אז מ'זאהל מאכען אן אשכול מין די עכטע גאנצע נעמען פון אללע הייליגע גאר גרויסע צדיקים השם ישמרם ויצלם נצח סלה ועד!

אפשר ווייסט איינער וויאזוי דער ספינקער רבי הייסט?

krepel » 14/11/2004 23:21

which one?

itzik18 » 12/12/2005 02:14

tzvibp28 » 12/12/2005 02:19

מ'האט פארגעסן פון מאך איין ספינקא רבי, רבי יעקב יוספ'ס פלומעניק, ר' אביש שמידמאן די זון פון מאריס שמידמאן

אגודיסט » 12/12/2005 17:40

איך בין מסכים צו יוחי:
און חוץ פון דעם ער איז דער איינציגסטער ספינקא רבי וואס זוכט מחזיר צו זיין עטרה ליושנה
סיי מיטן ת"ת סיי מיט די מתיבתא
און בפרט מיטן גאר באוויסטן מבצר התורה
כולל תפארת יעקב יוסף ספינקא מיט איבער 250 אינגעלייט וואס הארווען אוועק על התורה ועל העבודה
און חוץ פון דעם האט ער און א"י א ביהמ"ד און חשובען כולל
איך מיין אז ער איז די עכטע ספינקא רבי שליט"א

Baachi » 12/12/2005 18:52

אגודיסט

איך שטעל מיך פאהר אז דו באציהסט זיך צו ר' נפתלי בק יעקב יוסף זצ"ל פון בארא פארק

שאלה גדולה לי אליך

ער פעסט דעם פאלגענדן טעסט?

1) האט ליעב אידן - ק"ו אז ער רודפט נישט זיינע קעגנער/משפחה
2) ערליך מיט געלט
3) בעל מדות
4) תלמיד חכם
5) בויט מוסדות םאר זיינע חסידים
6) פאליטיש געשטומט אזוי ווי איך (נארמאל)
7) האלט ביי וואס ער רעדט - נאה דורש ונאה מקיים -Practice what he preaches בלע"ז
8) מען קען אנקומען צו איהם לייכט (Accessible)
9) זיין אייגענע משפחה פארנעמט נישט ביי איהם אזא וויכטיג פלאץ פריער ווי אלע אנדערע אידען
10) האט לייטישע חסידים



תוקן על ידי - baachi - 12/12/2005 18:53:41

tzvibp28 » 12/12/2005 19:34

גם אני "זכיתי" להסתופף בצילו לכמה שנים עת למדתי בת"ת ומתיבתא אמרי יוסף עוד בחיי מהרי"י זצ"ל

שלאגט זיך יא מיט משפחה
אויף די אנדערע זאכען רעד איך יעצט נישט

וואסענייעס » 12/12/2005 23:59

פאר דעם ווער ס'שרייבט אז דער חקל יצחק איז געווען דער לעצטער ספינקער רבי פאר די קריג איז גיט אז ער זאל וויסן אביסל היסטאריע
דער ערשטער ספינקער רבי = דער אמרי יוסף
ער האט אויפגענומען בחייו זיין איידעם הרה"ג ר' נחמן כהנא זי"ע (דער אורחות חיים) אלץ רב אין ספינקא און ער איז אוועק בחייו פונעם שווער און זיין זון הרה"ג ר' צבי הירש כהנא הי"ד איז געווארן רב און ווען דער אמרי יוסף איז אוועק איז דער חקל יצחק געווארן רבי ביים קריג זענען ביידע אומגעקומען על קידוש השם הי"ד
און נאכן קריג זענען קינדער פון ביידע געווארן רבי'ס
ר' נחמן כהנא און ר' יעקב יוסף און אזוי האבן זיך די ספינקער רבי'ס צושפרייט

tzvibp28 » 13/12/2005 00:10

דו זאגסט דאך אליין אז די כהנא'ס זענען נאר געווען רבנים און נישט רבי'ס?

וואסענייעס » 13/12/2005 02:00

פון רב ביז רבי איז שוין א קאצן שפרינג רוב רבי'ס פונעם היינטיגן דור האט מען ביז נישט לאנג צוריק געריפן רב

תוקן על ידי - וואסענייעס - 13/12/2005 2:09:34

טרעקטער » 13/12/2005 23:51

א "רב" איז אן א איד!

א "רבי איז מיט א איד ווייל אין מלך בלא עם!