מז"ט פאר סאטמארער רבין'ס ווערן 90
32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1176451
דא וועט מען קענען לייגן אלע ברכות און וואונטשען פאר כבוד קדושת מרן רבינו הקדוש והטהור רבן של כל בני הגולה האדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר'ן ווערן 90 יאהר כ"ג חשון תשס"ה לפ"ק
כמנין צדי"ק
כ"ק רבינו שליט"א איז פון די עלטסטע רבנים אין היינטיגן דור און די איינציגסטע אדמו"ר וואס איז שוין געווען א רב אין א שטאט פארן קריג
הקב"ה יאריך ימיו ושונותיו בנעימים וירפיאהו ויחלימהו און זאל זוכה נאך זוכה זיין צו זעהן בני שלשים רבעים וחמישים מתוך נחת והרחבת הדעת, און אויך נחת מבני קהלתו און זאל זוכה צו פירן זיין עדה הקדושה און גאנץ כלל ישראל קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו מתוך בריות גופא ונהורא מעליא
תוקן על ידי - אויסשווארץ - 07/11/2004 3:19:55
חדש אסור מן התורה!
עד כמה שידוע לי, לא היה מקובל אצלנו לברך את האדמו"ר לרגל היום הולדת.
יש אנשים, שיעשו הכל , כולל מנהגים חדשים . והכל כדי להביע כלומפערשט את אדוקותם לרבינו שליט"א.
אבא, איך מעשרים את המלח?!
סעמי, פארוואס שרייבסטו קיינמאל נישט אין אידיש?
פשוט יותר קל לי (מחמת הרגל) לכתוב בלשה"ק.
"לשה"ק???"!?.
"עברית"!!!!
זיל בתר טעמא
סתם אזוי מאכט מען קיין יום הולדת שמחה ווייל טוב לו שלא נברא משנברא,
אבער ביי רבינו שליט"א איז דאך זעכער טולו ולנו שנברא, במילא וואנטש איך אויך אזוי ווי דער פריערדיגער
הקב"ה יאריך ימיו ושונותיו בנעימים וירפיאהו ויחלימהו און זאל זוכה נאך זוכה זיין צו זעהן בני שלשים רבעים וחמישים מתוך נחת והרחבת הדעת, און אויך נחת מבני קהלתו און זאל זוכה צו פירן זיין עדה הקדושה און גאנץ כלל ישראל קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו מתוך בריות גופא ונהורא מעליא
דאס מינימום וויפיל מיר האבן אן הכרת הטוב פאר JEYBOY, אלס מכניס אורח, כאטש אזויפיל קומט זיך פארן סאטמאר'ן רבי'ן פארן אונז אזוי אינטערהאלטן...
דער אייבירשטער זאל אים העלפן, ער זאל ווייטער לעבן, און זוכה זיין צו זעהן אסאך "רבי'שע נחת" אויך פון זיינע איבריגע 2 קינדער, ליפא, און שלום אליעזר...
נישט פארגעסן, אונז האלט מיר שוין 4 חדשים (...) פאר פורים, און עס איז נאכנישט דא קיין "עכט געלונגענע וויצלעך" ווי ס'פאסט זיכער פאר "פורים 2005".
ביי ביי
אויסשווארץ
איך גלויב נישט אז דו ביסט אן אמת'ער סאטמארער חסיד ווייל אויב יא וואלסטו נישט געברענגט אז באריכט.
נישט עס פאסט צו רעדן אין דער עפענטליכקייט פון די עלטער פון א רבי'ן און ס'איז נישט מסוגל צו גארנישט וד"ל
געזעגענען!
אויסשווארץ האפט נעבעך אז עס וועט שאטן אן עין הרע...
מזל טוב די אייבישטער זאל העלפען און געבן פארן רבי'ן שליט"א זאל לעבן געזונט נחת און פרייד עד ביאת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו אמן.
און דער אייבישטער זאל אים העלפען אז ער זאל אויסגעלייזט ווערן פון זיינע פאנגערס און רודפים אכזרים בן סורר ומורה, און ער זאל קענען גיין צו די שמחות פון זיינע קינדער און אייניקלעך ביז די הונדערט און צוואנציג בבריות גופא אמן.
דער אייבישטער זאל העלפען ער זאל טאנצען קומעדיגע יאר ביי די הקפות על אפם ועל חמתם פון זיינע שטוב מענטשען.
פארוואס זאל דער רבי שליט"א נישט פירן די הקפות תשס"ו בעזהשי"ת? כ"ק חורינער פלאנט דען נאכאמאל צו קומען קיין וויליאמסבורג און אים נישט לאזן טאנצן, אזוי ווי ער האט געטאן היי-יאר?
געזענגען: דיין טיפשות וואס די שרייבסט מאכט מיך ברעכן! ווי כאילו ר' אהרן לאט נישט זיין טאטע אריינקומען טאנצען,
איך גיי מיך זיך אפילו נישט טענהן וועגן דעם ווייל סאיז סתם טופשיתדיג,
אבער כאטש STOP מיט די נארישע טענה, די שרייבסט דאך ווי א טיפוש, עס מאכט אפילו נישט סענס וואס די שרייבסט, שרייב נארמאל פליז,
natrul
וואס מאכסטו זיך ווי א תמים?
צי ווייסטו דען נישט אז אובי כ"ק חורינער וואלט געליבן אין מאנראו וואלט דער רבי שליט"א רואיג געקענט אריינקומען טאנצן די הקפות???
נאך די קריסטאלנאכט וואס חורינער'ס כווליגאנעס האבן דורכגעפירט אין בית המדרש הגדול האלסטו נאך אלץ אז דער רבי שליט"א האט געמעגט אריינקומען ווען חורינער איז אין שוהל???
און ווען נישט דער שייגעץ חרוניער וואלט די רבי נישט געפארן קיין פלארידא גלייך נאך יו"ט אין איילענישט, ער וואלט נאך דא געזיצן און געפרורען געווארן, און וואלט נישט געווארן 90 יאר, אלעס איז דער שייגעץ שולדיג...
איך האב געמיינט אז ס'איז א רשעות וואס "מען שלעפט" דעם רבי'ן גלייך אנהויב חשון קיין מיאמי.
יעצט האב איך הנאה, אז דער בעל-דבר אליין איז מודה אז ווען נישט וואלט דער רבי שליט"א דא געפרוירן געווארן.
פיו הכשילו!
געזענגען: גענץ אינטעראסנט.
דער פראבלעם איז געווען ר' אהרן, איי יעדע יאר איז ר' אהרן געקומען אין אלעס איז געווען פיין וואיל אבער דאס זעט זיך אויס האסטו נישט געוויסט...
און נאכמאל די שרייבסט דאך ווי נישט צום זאך אז ר' אהרן איז שולדיגט,
בליז[אדום] שרייבט מיט נארמאלקייט
ווער האט א לינק צו חדשות נו יארק פאראיאר שמחת תורה ווען כלאמפעריש איז אלעס געווען פיין?
נוטראל איז לכאורה פון די חלק סאטמאר וואס איז ליידער דער רוב וואס גייען אין ערגעץ נישט.
ראדני: וויפל עס איז יא געווען, איז נאך אלץ די אמאליגען סאטמערן רבי וואס זיצט היינט ליידער תפיסה,
די אלע 4 יאר אריינגעקומען און פלוצלינג פון די משומרי התפיסה אזא רשעותדיגע מעלדונג אז די איינמאל א יאר וואס מען לאזט אים שוין יא ארויס פון תפיסה האט מען דאס יאר נישט ארויסגעלאזט, ווי איז די מענטשליכקייט?
ראדני האט פארגעשלאגן מען זאל אויפזוכן פון חדשות ניו יארק וועגן הקפות תשס"ד.
דא האט איר עטליכע לינקס.
פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות ניו יארק NY NEWS > שיינער יום טוב אין סאטמאר
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=649379פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות ניו יארק NY NEWS > אהרן ט"ב באשריגן געווארן צווייטע נאכט !
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=649413תוקן על ידי - kjfireman - 09/11/2004 7:17:11
פייערמאן, איך האב דורכגעקוקט ביידע אשכולות וואס די ברענגסט אראפ, ביידע שרייבן אז די הקפות פאריאר איז זייער שיין געווען, חוץ וואס די זלונים האבן געמאכט מהומות.
פארשטיי איך נישט, צו ווייל רז"ל קען נישט קאטראלירן זיין עולם וואס ווערט ווילד ווען זיי זעהן אז ר"א מענטשן פילן אן דעם ביהמ"ד, פארשפארט מען דעם רבי'ן אין די שענסטע יו"ט פון יאר?
זאג דיינע פאר מענטשן וואס קומען יא געצווינגערהייט, אז זיי זאלן נישט קומען, גיי פראווע די הקפות אין סיגעט אזוי ווי אלע יארן, ושלום על ישראל.
פייערמאן! מורא'דיג!
ווען מען זעט די אשכולות פון פאראיאר, און מ'דערמאנט זיך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט, קען מען נישט גענוג דאנקן דעם פון אויבן, וואס ס'האט זיך אזוי צוגעפירט אז דער רבי שליט"א איז בחסדי השי"ת ניצול געווארן היי-יאר שמיני עצרת פון די בעלי בחירה...
אויב מ'ליינט גוט זעט מען אז פאראיאר האבן אויך די אהרונים שטאלצירט מיט זייער שאהיד יוסי בראך פאר זיינע העלדישע שריט. און זיי יובל'ען אז באזונדער האט זיך אנגעזען אין די גרויסע שול אויף ראדני סטריט הרבני הנגיד רבי יאסי בראך שליט"א, וועלכער האט באשיינט דעם בית המדרש און געמאכט לעבעדיג. איינער פרעגט זיי אפילו אין יענעם אשכול מיט ווייטאג: "וואס מאכט דיך אזוי שטאלץ מיט רבם דקרו? ביסט אזוי שטאלץ מיט דעם פאקט אז מען האט פרובירט צו פארשטערן די הקפות ביי א רבן של ישראל? יוסי בראך איז דער פראכט פון ענקער קהלה?"
דער חילוק נאר פון פאריגעס יאר ביז היי-יאר, אז פאריאר האבן זיי שטאלצירט מוצאי יום טוב אז מען האט באוויזן צו מאכן א חורבן, יוסי בראך און חורינער האבן געטאנצט אין בית המדרש. דאס איז געווען דער באריכט פונעם יו"ט, היי-יאר, ברוך השם, איז דער באריכט געווען פונקט פארקערט. נאך יום טוב האט די גאנצע וועלט געהערט ווי יוסי בראך איז געפלויגן און חורינער האבן נישט געהאט קיין דריסת הרגל נאר געמוזט טאנצן אין פארק אויף די גאס. חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
לאמיר נאר האפן אז חורינער זאל זיך בארעכענען נישט אריינצוקומען קיין וויליאמסבורג צו די הקפות תשס"ו בעזהשי"ת, כדי דער רבי שליט"א זאל נישט דארפן נאכאמאל אויסשטיין פון די בעלי בחירה די זעלבע צרות ווי אין תשס"ד און נישט קענען פראווען די הקפות אין בית המדרש.
איך פארשטיי נישט?
ר' יוסף בראך דאווענט יעדע וואך אין ראדני אויבן אן לעבן רבי'ן, און אויך נאך 50-60 אהרונים טראבעל מעקערס, און כמעט יעדע וואך איז לעבעדיג אין ראדני, מען שלאגט זיך און מען שרייט, און די רבי קומט ווייטער דאווענען?
ווי אזוי לאזט מען דעם רבי'ן קומען דאווענען?
די רבי מוז בלייבן אין פלארידא?
דער קאשויער רב איז נישט געווען א רב פאר די קריג?
איך האלט די עיקר חילוק צווישן היי יאר אין פאריאר איז אז ר' ליפא טייטלבוים שליט"א מיט ר' יהודה וויינשטאק שליט"א זענען נישט געקומען אין ביהמ"ד, ווען זיי קומען ווען געוואלט נישט געווען די ראיאטן, והא ראי' פאריאר זענען זיי געווען און סיז געווען שטיל...
מען זעט אז נגחל האט שוין נישט אריינגעטרעטן אין ראדני זייט שמחת תורה.
איך זוך שוין בראך זייט דעמאלטס און כ'קען אים נישט געפינען פאר קיין רפואה נישט.
אזוי אויך די 50-60 אהרונים.
בראך איז נאך נישט אין ראדני זייט שמחת תורה, ווייל ער קען נישט וואקען, צוליב זיין פיס וואס די זאלי'ס האבן געמאכט שמ"ת, און די דיסטריקט אטורני נעמט קער דעראויף.
אבער עס דאווענען אין ראדני יעדע וואך א 150 אהרונים פון די מעכטיגע 300 אידן וואס דאווענען אין ראדני שבת, און פון דעם איז דא א 50-60 וואס זענען גרייט זיך מקרב צו זיין און טיילן ווען עס פעלט זיך אויס.
די זאלי'ס דערוואגען זיך נישט צו טשעפען אדער נאך שרייען אן אהרוני קיין איין וואך ווייל זיי ציטערן אין ראדני ווי א פיש, און ווען זיי האבן נאר אנגעהויבען האט מען זיי צוריק געגבען אז זיי זענען שטים געווארן.
נגח
האק נישט אין קאפ אריין די זאליס האבען נישט קיין מורא פון די אהרונים זייט שמחת תורה ווען זיי האבען גיזעהן אז אין ראדני זענען זיי בעל הבית נישט די אהרונים ...
איך האב באטראכט יוסי בראך די וואך זונטאג ווען ער האט שפאצירט אויף דוויזשען עוו.
איך קען אזויפיל זאגן: ער פארגעסט יעדע מינוט אויף וועלכע פיס ער הינגט...
מורי ורבותי
עס איז נישט נארמאל וואס גייט פאר מיט די סאטמארע, מען רעדט דא וועגען דער סאטמאר רעבע איז געווארען 90 יאר אלט, ווערט דער נושא אינגאנצען פארדרייט אויף די פאליטיק.
איך ווינדער מיך אויב אין סאטמאר ביהמ"ד ווען מען הייבט רעדען וועגען סיי וועלכע זאך, ענדיגט זיך דער שמועס אין א וויכוח וועגען אהרן ז"ל?
סאטמאר סאטמאר, שלאגסט ענק געזונטעהייט, אבער עטץ קענסט דאך נישט רעדען ווי נארמאלע מענטשען!! וואס מען רעדט, ווערט פארדרייט צו די מחלוקת, קענטס עטץ ענק האלטען צו א טעמע? אדער זענט עטץ אזוי פארדרייט אז אלעס איז איין גרויסע טשאלענט.
קוקטס ווי נידערגעשלאגן דער נגח'ל איז נאך פונעם "זיג" (אנטשולדיגט: דורכפאל) אין געריכט, אז ער מוז זיך טרייסטן דא אויף הייד פארק.
ראדני סטריט איז ב"ה רואיג זייט ריכטער באראש האט זיי דערלאנגט א זעץ, און ווי עס קוקט אויס וועט בראך מוזן זיך אריינדרייען גאר לאנג מיט זיין פיס וואס "די דיסטריקט אטורני נעמט קער דעראויף".. (ווי נגח'ל זאגט).
ווער עס איז נאכנישט געווען אין ראדני זייט שמחת תורה זאל קומען זען ווי שיין דאס ביהמ"ד קוקט אויס מיט אידן וואס קומען דאווענען און נישט נוצן א ביהמ"ד פאר פאליטיק.
און כ'האב שיעור נישט פארגעסן דעם שלש סעודות וואס ווערטג עפירט דורך הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א וומס"ב פאר הונדערטער אידן. נאך מנחה קען מען כמעט נישט טרעפן קיין אהרוני פאר קיין רפואה.
באראפארקער, קאשויער רב איז געווען ראב"ד אין קאשוי נאך די קריג ערשט, אודוארער רב שליט"א איז יא געווען רב פאר די קריג, אבער ער איז נישט קיין אדמו"ר, און די צוויי זענן די איינציגע שרידים וואס האבן משמש געווען ברבנות פאר די קריג לאויש"ט. (ביידע האלטן אז ר' אהרן דארף זיין רבי).
געזעגענען די זעסט נישט קיין ארונים ווייל דער רבי איז נישט דא, פונקט ווי די זעסט נישט קיין זלונים ווען דער רבי איז יא דא.