היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וואלן אויסטרעפער פון גהנם נישט ארויסגיין

וואלן אויסטרעפער פון גהנם נישט ארויסגיין

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1171934

Ziskeit » 2/11/2004 20:42

דער וואס האט אויסגעטראפן וואלן וועט פון גהנם נישט ארויסגיין.

איך רעד צו יונגעלייט איבעראל וואס קענען נישט עסן, שלאפן, ארבעטן. זיי זענען משוגע נערוועז און צודרייט ווייל זיי ווייסן נישט ווער ס'וועט געווינען.

און יעצט הער איך נאך אז ס'איז דא א טשענס אז ס'וועט נישט זיין קיין עקזיט פאולס ביז ביינאכט, ווייל היי-יאר ווערט די עקזיט פאולס גענומען דורך AP, און זיי וועלן זיין סאך שטרענגער ווי עס איז געווען ווען די גאנצע מידיא האט אינאיינעם גענומען די עקזיט פאולס.

(איך האף אז דראדזש וועט דאך באווייזן עפעס צו מאכן.)

וויאזוי זאגט דזשובוי אלעמאל: משוגע ומטורף.

שדים_טאנץ » 2/11/2004 20:45

זיסקייט, וואזשע דען האסטו געוואלט?

האסט געוואלט א קאמוניסטישע אדער מאנארכישע הערשאפט?

דעמאלט וואלסט די זיך געווינשען דעם טויט יעדן טאג, נישט בלויז איינמאל אין פיר יאהר

משוגענער » 2/11/2004 20:50

דאס איז דאך די גאנצע פאן דערפון...

Ziskeit » 2/11/2004 20:52

שדים טאנץ

ביזט אבער נישט גערעכט ווייל קאמוניסטישע לענדער האבן אויך וואלן. ווי ס'קוקט אויס איז עס א מיטל פון דיקטאטורישע רעגירונגען אונטערצודריקן זייערע בירגער...

שטעל דיך פאר וויאזוי מענטשן אין קובא ווארטן זיך נעבעך אפ א גאנצן טאג צו הערן ווער ס'האט געווינען די וואלן, נאר צו הערן ביינאכט די BREAKING NEWS STORY אז פידעל קאסטרא האט געווינען מיט 99 פראצענט פון די שטימען...

שדים_טאנץ » 2/11/2004 20:56

worldwar » 2/11/2004 22:57

דאס אז מען גייט לויט עלעקטארל אפילו ווען די אנדערע האט מער
דאס אז די עלעקטארל גייט לויט ווי די מענטשען פון זיין סטעיט האבן גיוועלט אויסער אויב ער דארף אטענשן קען ער וואטן אנדערש אזוי ווי איין סענאטר האט גיזאגט היי יאר

און דאס אז אפילו מען ווייסט קלאר אויף וואטס וואס מען האט ארויסגיווארפן אדער מענטשן וואס מען האט גיבלאקט איז דערנאך אין מען רעכענט שוין נישט
דאס אלעס ווייזט א מאדנע סיסטעם