היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » עת לעשות!

עת לעשות!

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1171168

sammy » 2/11/2004 05:45


מורי ורבותי. ידידי היקרים חברי הפורום הי"ו.

ברצוני לשאול את כבודכם: האם אתם מסכימים לקבל על עצמכם להמנע יום אחד מן השבוע, מלכתוב דברי ריב ומדון?

ח"ו, איני בא לחשב חשבונות שמים, אבל עכ"ז זה פשוט לא יוצא לי מן הראש. אולי יחוס עם עני ואביון, אולי ירחם?

אני יודע שזה לאדבוננו גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בו, אבל רק יום אחד!
חבריא קדישא.באו ונקבל עלינו ביחד, לפחות יום אחד בשבוע שבו נדון בדברים המאחדים אותנו, ונתרחק מהמחלוקות. מסכימים?

תחשבו על זה!

אפלטון10 » 2/11/2004 05:47

מסכים

yankees » 2/11/2004 05:48

maskim

v'huosah shulom bimromuv he yasah sholom uliny..............

משוגענער » 2/11/2004 05:57

סמי, א גרויסען ייש"כ פארן אויפברענגען אזא געוואלדיגע איידיע. עס איז גוט ברוחניות און נאך מער בגשמיות. עס זענען דא מעמבערס וועלכע מיינען אז סעטיספאקציע קען קומען נאר דורך זיך ארום קריגען 24/7. איך מיין אז עס איז נאך קיינמאל נישט ערשטאנען א ריכטיגע אחדות דא אויף דעם פורום. באט לעטס דו איט.
טאמבס אפ פאר יו סמי.

yankees » 2/11/2004 06:09

i afraid the one day is gonna be "shabass"

משוגענער » 2/11/2004 06:11

LOL, דאמאלט קריגט מען זיך אין ביהמ"ד

KJfireman » 2/11/2004 06:15

גוטער געדאנק, לאמיר טאקע מאכן דעם טאג דינסאג!

איך שלאג פאר אז אין דעם טאג זאל מען זיך מתוכח זיין בהלכות בין אדם לחבירו...


ווער ווייסט וואס עס איז דער אפטייטש פון שנאת חנם

משוגענער » 2/11/2004 06:26

מ'דארף נישט רעדן קיין הלכות, עס איז דא א תהום מיט חומר פון וואס מען קען רעדן, עס מוז נישט אלעמאל זיין שמוץ און נארישקייטען.

רעב_חסיד » 2/11/2004 06:28

סעמי חזק ואמץ! כולנו בעדך

Knacker » 2/11/2004 08:51

אין וואס וועט זיין מיט א מחלוקת לשם שמים, מה דינו?

911zalis » 2/11/2004 09:26

סמי

איך האלט ווי דיך!
איך ווייס נישט ווי איינער קען זאגן אז ער איז פארזיכערט ,
מען הערט יעדן טאג צרות ביי אלע צדדים עס איז ליידער דא אזוי סאך ציבראכענע משפחות ב"ה אז מיר זענען נישט פין די באטראפענע , מען דארף האבן א הארץ פין אייזען נישט צי שוינען די כלה אדער הרב יחזקאל גלאנץ ,

מיר דארפן זיך אינטער נעמן אזוי ווי סמי זאגט , איך האלט מאנטאג אדער דינסטאג נישט צי אטאקירן קיין שום איד נאר פלענע פלענע טריקענע נייעס,

אין פאר דער וואס האט נעבעך די פראבלעם מיט די לשם שמים מחלוקת = זאל ביטע לשם שמים אראפגיין פין די אינטערנעט אין אוודי פין דא [היידפארק] אין איך וויל דיר זאגען לץ אחד דוחה מאה תוכחת!

jewboy » 2/11/2004 16:32


סמי כל הכבוד על הרעיון

משוגענער » 2/11/2004 16:56

נו, למעשה ווען איז דער טאג?
מען דארף עס איינפירן יעצט ווען דער עולם איז נאך ווארעם צו דער זאך. אפשר קען אונזער חשוב'ער מנהל עס אפילו אריינשטעלן אין די תקנות פון דעם פורום. אויב עס איז היינט דינסטאג איז דאך זיכער נישט קיין פראבלעם, מען קען דאך רעדן פון די וואלן די והותר.

jewboy » 2/11/2004 17:02


איך וועהל אויך דינסטאג.

אגב.
ווי לאנג גייט נעמען ביז דער עולם וועט מחליט זיין?

אייןסאטמאר » 2/11/2004 17:31

זייער א גיטע עצה
דינסטאג איז א גיטע טאג

השם ירחם

KJAlliance » 2/11/2004 18:04

דינסטאג

aush » 2/11/2004 19:20

איך וועהל אויך דינסטאג.

יענקעלע11 » 2/11/2004 23:51

וואס עפעס דינסטאג???????????????

זאל איך יא, אבער זאל איך נישט, איין מינוט באשליס איך יא צו שרייבן און איין מינוט שפעטער קלער איך שב ואל תעשה עדיף, אבער למעשה קען איך מיך נישט איין האלטן במילא שרייב איך מיין מיינונג,

קודם כל א גרויסן יישר כח פאר ר' סעמי, ס'איז דברים היוצאים מן הלב, ווייל עס איז נכנסים אל הלב, מען זעהט בחוש ווי יעדער איז מסכים אז עפעס מיז דא געטוהן ווערן, מען מאנט פון אונז עפעס,

אבער למעשה בין איך זייער מחולק אויף דעם וועג וואס מען מאכט אייגענע חשבונות אז וועגן דעם אדער דעם איז דאס געקומען, און דאס אבער דאס דארף מען מתקן זיין, ווען עס פאסירט א אומגליק דארף יעדער יחיד פאר זיך מאכן א חשבון הנפש, און אריינקלערן אז ס'איז נישט קיין מקרה, מען דארף תשובה טוהן, לב יודע מרת נפשו, יעדער האט פלענטי אויף וואס זיך צו פארבעסערן,

איך וויל חלילה נישט קאלט מאכן וואס ר' סעמי האט פארגעשלאגן, פארקערט איך וויל נאך גיין ווייטער, מען זאל זיך יעדער אינטערנעמען נישט צו בארעדן קיינעם און חלילה נישט באשמיצן קיינעם, נישט נאר דינסטיג נאר יעדן טאג, זונטיג מאנטיג מיטוואך דאנערשטיג פרייטיג און שבת, יעדער מעג אנדערשט האלטן, יעדער איז ענטייטעלט צו זיין אפיניען, כשם שאין פרצופותיהן שוות כך אין דיעותיהם שוות, אבער נישט יענעם צו באשמיצן, עבירות שבין אדם לחבירו אין יום הכיפורים מכפר, והמלבין פני חברו ברבים אין לו חלק לעולם הבא, אזוי אויך המכנה שם לחברו אין לו חלק לעולם הבא, עס העלפט דערויף נישט קיין תשובה, לאמיר פראבירן יעדער צד נאר צו שרייבן פאזיטיוו אויף זיין צד, און אפילו ווען מען מיז שרייבן וועגן א עוולה וואס דער צווייטער צד איז כלומפערש באגאנגען, זאל דאס זיין מיטן גרעסטן מאס מענטשליכקייט, אן קיין ווילדע לאזאנגען אדער שמוציגע סטעיטמענטס,

לפי דעתי וואלט די ערשטע שריט געדארפט זיין אראפ צו נעמען אלע ניק'ס וואס זענען מבזה סיי וועמען, אפילו ס'איז נאר א נאמען פון א צווייטן, איבערהויפט אויב עס איז א שפעט נאמען פון א צווייטן.

איך וויל דא נאכאמאל באהויפטן, אז איך וויל חלילה נישט אפקילן דעם גייסט וואס אונזערע חברים האבן דא ארויס געוויזן, קיינער, קיינער, ווייסט נישט בשל מי הרעה הזאת, פונקט ווי קיינער ווייסט נישט פארוואס דער יונגערמאן פון קרית יואל איז נפטר געווארן אזוי יונג אפאר וואכן צוריק, און קיינער ווייסט נישט פארוואס די פרוי ג. פון בארא פארק איז נפטר געווארן, קיינער קען נישט פוינטן קיין פינגערס, נסתרים דרכי השם, נאר לאמיר צוזאמען נחפשה דרכינו, לאמיר יעדער זוכען ביי זיך און תשובה טוהן, רבותי, די שפעטעלער זענען נעבעך פיל מיט היימישע פאציענטן, טאטעס מאמעס און קליינע שעפעלעך, וואס ווארטן נעבעך אויף א רפואה שלימה, ובזכות זה זאלן מיר הערן בשורות טובות און יואל בן צבי-ה זאל האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל אמן.


תוקן על ידי - יענקעלע11 - 02/11/2004 23:58:38

sammy » 3/11/2004 02:17


ר' יענקל.
אני בהחלט מבין מה שאתה אומר, ובדיוק בגלל זה כתבתי: "ח"ו, איני בא לחשב חשבונות שמים, אבל עכ"ז זה פשוט לא יוצא לי מן הראש.

גם אני מציע את יום שלישי שנכפל בו כי טוב.

13Hooper » 3/11/2004 02:34

מסכים דינסטאג והוסיף יום אחד מדעתו
מוצש''ק פארשטייט זיך נאר אויב די הויפט בעלי שמחה וועלען מסכים זיין ביזדערווייל הערט מען נישט זייער מיינונגען צופיל

אייןסאטמאר » 3/11/2004 05:30

עס איז שוין מיטוואך

yohcee718 » 3/11/2004 18:50

ר' סעמי שליט"א

I hate to disagree


דער פראבלעם איז אז חרדי'שע אידען דארפען ווערן מער פארגעשריטן ווי אזוי צו האבען חילוקי דעות.

אלע פרומע שלום מאכערס לויפען ארום אין פרעדיגען 'שלום' אבער אונזער פראבלעם איז אז מער קריגען זיך נישט גענוג!

דהיינו איינער זאל פאלען פון דער לבנה אין לייענען אלע אשכולות איבער דער 'מחלוקה' אין סאטמאר וועט נאר זעהן קללות וביזיונות זל"ז אבער ער וועט נאך אלס זיין כעוור הממשש באפילה וואס גייט דארט פאר..

איך שלאג פאר פאר דיר אדער פאר JEWBOY אויף מאכען אן אשכול איבער דער מחלוקה שטרענג נאר איבער 'דיעות והשקפות' לאזען די קנאים די מתונים אלע אין דע צווישען, שרייבען מיט שכל אין הסברה פארוואס זיין צד איז גערעכט ווער עס וועט שרייבען 'בדרך ביזיון' אין יענעם אשכול זאל פארלירען אישור כתיבה בכלל ב'חדשות אנ"ש'

ס'קען זיין אז מיר האבען א פראבלעם פון ארויסצו ברענגען מיט שכל אונזערע צדדים נעמט מען זיך צו קללות וביזיונות?

13Hooper » 3/11/2004 18:56

yohcee718

יענקעלע11 » 3/11/2004 19:28

כל הכבוד!!!!!!!!!!!!!!!
אני מסכים עמך.

jewboy » 3/11/2004 19:45

יוחי דיין הצעה איז א געוואלדיגע הצעה.

will work on it

meshug » 4/11/2004 00:30

יוסי
עם כל הערבוביה שהעיתונים עשו בפרשה הזאת זה כבר בלתי אפשרי להיות כאן הגון, כל אחד כבר ממש מאמין גם לשטויות שעיתונו כותב.

כל אחד כבר סגור בעמדתו, אף אחד לא יחליף את דעתו, לדעתי אשכול כזה יתמלא בדמוגוגיה.

אינגערמאן » 13/4/2005 17:14

ווער געדענקט נאך

jid_613 » 13/4/2005 19:09

אינגערמאן

אדדרבה.

און בד"א וואס איז געבליבען, מעג מען זיך יא קריגען אדער נישט?

shia550 » 13/4/2005 20:01

סעמי האט אונגעהויבען מיט דינסטאג, אין איז צום סוף נעלם געווארען בכלל.


SAMMY יפוא אתה?