- אין 00' האבן די אראבער אינדארסירט בוש. בוש איז געגאנגען קאמפיינען אין אראבישע געגנטער און זיי צוגעזאגט אז ער וועט סטאפן RACIAL PROFILING ביי אראבער, וואס ביל קלינטאן האט איינגעפירט. ד.מ. אין אנדערע ווערטער אז מען גייט אויפהערן נאכצוקוקן די אראבער (דו ווייסט וואס דאס מיינט???) עס איז אריבער פיר יאר זייט דעמאלטס און כלל ישראל איז נאכנישט אונטערגעגאנגען.
- דו האלטסט אין איין האקן אין טשייניק עפעס וועגן איראן. איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט, אבער די איראנער האבן היי-יאר אינדארסט בוש און נישט קערי וויבאלד אלעמאל אין די היסטארי זענען דעמאקראטן געווען ערגער פאר איראן ווי די רעפובליקאנער און קלינטאן איז געווען דער וואס האט איינגעשטעלט די ערגסטע סאנקציעס קעגן איראן.
אדרבא ליין:
Historically, Democrats have harmed Iran more than Republicans, said Hasan Rowhani, head of the Supreme National Security Council, Iran's top security decision-making body.
"We haven't seen anything good from Democrats," Rowhani told state-run television in remarks that, for the first time in recent decades, saw Iran openly supporting one US presidential candidate over another.
"We should not forget that most sanctions and economic pressures were imposed on Iran during the time of Clinton," Rowhani said. "And we should not forget that during Bush's era, despite his hard-line and baseless rhetoric against Iran, he didn't take, in practical terms, any dangerous action against Iran."
Though Iran generally does not publicly wade into US presidential politics, it has a history of preferring Republicans over Democrats, who tend to press human rights issues.
http://www.news24.com/News24/World/US_Elections/0%2C%2C2-10-1665_1607809%2C00.html - סאודי אראביע שטיצט אפן אנטיסעמיטיזם און אטאקעס קעגן אידן. דער גרויסער אידן-פריינט בוש האט זיי נאך קיין איין איינציג מאל נישט קריטיקירט, ווייל די בוש משפחה און די סאודי אראביע קעניגליכע משפחה זענען שוין לאנגע יארן שטארק באפריינדעט. דזשאן קערי האט זיי יא פארדאמט איינמאל און נאכאמאל!
- קערי איז מער פרא-מדינת ישראל ווי בוש. נישט ווייל ס'אינטערעסירט מיך. איך וואלט געשטימט פאר אים ווען ער וואלט געווען אנטי-מדינת ישראל אויך, אבער דער פאקט איז אז קערי האט נאך קיין איין איינציג מאל נישט קריטיקירט א פאליסי פון מדינת ישראל, און ער האט זיכער נישט געהאט די חוצפה זיך אויפצושטעלן אין די UN צו קריטיקירן מדינת ישראל ווי בוש האט געטאן. אדרבא, ער האט א לאנגע רעקארד פון קעמפן פאר מדינת ישראל און קעגן טעראריזם. די וואשינגטאן מדינת ישראל לאבי AIPAC האט אים געגעבן א 100. בוש האט נישט אזא רעקארד.
- דזשאן קערי'ס זיידע און באבע זענען געווען אידן און ער האלט זיך זייער נאנט צו אידישקייט. ער איז ספעציעל גאר נאנט מיט זיין ברודער וועלכער איז א גר.
- ווידעראום בוש'ס זיידע דזשארדזש הערבערט וואקער איז געווען א נאצי און געהאנדלט מיט די נאציס ביי די צווייטע וועלט מלחמה.
- בוש'ס מאמע בארבארא איז א באוואוסטע שונאת ישראלית. יעדער היימישער עסקן וואס האט באזוכט דאס ווייסע הויז ווען זי האט דארט געוואוינט וועט דיר וויסן צו דערציילן פון איר מעשיות אויף מעשיות.
- ווען בוש'ס טאטע איז געלאפן פאר ווידערערוויילונג אין 1992 האט ער געדארפט צו הייסן א שונא ישראל, ווייל ער איז מכלומר'שט געווען אנטי-מדינת ישראל.
- בוש האט געזאגט אז אלע אידן גייען גיין אין גהנם ווייל זיי גלייבן נישט אין יוזל.