וואס איז דע בעסטע, ביליגסטע, גייענדיגסע dsl אינטערנעט.
ביטע פאוסט נישט סתם נעמען (ווי ביי דיזשיטעל קאמערא'ס) נאר לייגט ארויף אייער מיינונג מיט מערערע סיבות, וועט דאס צונוץ קומען פאר די ליינער'ס.
ווערייזון:
ס'איז זייער גוטע אינטערנעט סערוויס, איך זאג נישט אסאך מאל מאכט עס פראבלעמען, לגבי געלט אויס ווענט זיך שוין וואספארא דיל די האסט מיט זיי אויפן טלעפאן (אזוי איז געווען ביי מיר) און לויט דעם אפעררן / געבן זיי דיר א אינטערנעט דיל.
ס'איז זייער שנעל, באט ווי אויבן דערמאנט ס'מאכט אפאר מאל פראבלעמען.
קאסטומער סערוויס:
איז גאנץ אינדער ערד.
קעיבל:
שנעל ווי אן אויגן בליק.
קאסטומער סערוויס:
ווייס איך נאכנישט ווייל ב"ה ביז דערווייל האב איך נאכנישט געהאט קיין פראבלעמען מיט זיי.
פרייז ווענט זיך אויך איז דא פארשיגענע מיני דילס.
אינטערנעט קעיבל האט נאך א מעלה וואס א צווייטע קאמפאני האט נישט.
אז די האסט די אזוי גערופענע טמא'נע כלי אינדערהיים און די ווילסט וואטשן קעיבל טי ווי, דארפסטו נאר צו קויפן א דיסקרעמבלער און קענעקטן צו טי ווי, און ס'איז דא סיי אינטערנעט קעיבל, און סיי טי ווי קעיבל פאר פרי.
טי וואן (T1):
ווייס איך נישט.
jewboy פארוואס אין ארה"ק קאסט דאס ביליגער ווי דא?
וואס ס'טוט זיך אין אר"י ווייס איך נישט, דארפסט פרעגן די ישראלים.
אגב:
ס'איז געווען א באריכט אויף א ישראלדיגע סייט אז ס'גייט זיין פרי אינטערנעט אין ירושלים, ווייערלעס:
נאך א זאך.
אז די ביזט אין ב"פ און די ווילסט האבן אינטערנעט פאר פרי שטעל דיר מיט א קאר 13 קארנער 45 (פרוכט פלאזא) דארט איז דא ווייערלעס נעטווארק פרי אינטערנעט, קענסט זעהן אסאך מאך ביינאכט זיצן דארט קארס מיט טונקעלע פענטסטערס און באזוכן חדשות אנש :-)
אין ישראל קאסט 1.5 M.B 15$
נעכטן איבער שמועסנדיג מיט איינעם וואס טוט זיך אין חדשות אנש, האט ער מיר געזאגט אז ס'איז אויך דא T3 אינטערנעט וואס דאס גייט זייער שנעל.
בי ענד העיטש נוצט טי טרי.