היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וועלט פארזארגערס, מוקדש לJEWBOY

וועלט פארזארגערס, מוקדש לJEWBOY

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1153814

כורמיזא » 18/10/2004 16:25

בס"ד
עס איז מיר אויסגעקומען צו פארען מיט א באס אביסעל א לענגערע וועג פון עטליכע שעה, און עס האט געהייסען אז דער באס פארט ארויס גאנץ פונקטלעך האב איך באשלאסען סוף דאווענען אז רבינו תם'ס תפילין וועל איך אנטוהן אויפן באס.

צום סוף האט זיך אביסעל פארשלעפט די צייט און די באס איז ארויס געפארען היבש שפעטער. ענדלעך ווען די באס איז שוין געפארען אויפ'ן הייוועי האב איך אנגעטוהן מיין תפילין דרבינו תם (אן מיין טלית) און איך האב צוגעענדיגט תפילות ופיוטים וכו'.

איך ענדיג צוזאם לייגען מיין תפילין מסודר קומט צו צי מיר א איד מסתם נישט מער פון געציילטע יאר עלטער פון מיר און נעמט זיך מיר באוואשען,
- דאווענען אן א טלית?
- בכלל ס'איז שוין נאך זמן תפילה!
- ווי קומט צו א חסידישער יוד זאל אין אפאר מינוט אפענדיגען די גאנצע דאווענען?! אפילו מיט א קאמפיוטער קען מען נישט דאווענען אזוי שנעל (עס איז געווען דארט איינער מיט א געשטריקטע קאפעל און ער ווייזט מיר אן אויף יענעם אז יענער דאווענט שוין לענגער ווי מיר).
- בכלל ווי האסטו געזען א היתר צו דאווענען זיצעדיג.

איך בין זיך געזיצען און אויסגעהערט רואיג אלע טענות, און ווען ער איז געווארען שטיל האב איך אים געזאגט מיט די גרעסטע דרך ארץ: דא איז א דעמאקראטישע לאנד, כל זמן איך בין נישט מסכן אדער מזיק אנדערע מעג איך טוהן וואס איך וויל.

יענער איז זיך אוועק געגאנגען און איך האב געמיינט אז די מעשה איז אריבער.

גייט דארעך בערך א האלבע שעה קומט יענער צוריק מיט נאך איינעם און יענער האט אויסגעזען בערך אזוי אלט ווי אים אבער מיט א ברייט באוואקסענע בארד יורד על פי מידותיו.
דאס מאל האט יענער אנגעהויבען צו דרש'נן, די אלע אויבנדערמאנטע טענות + אז עס איז א חילול ה', און אזוי ווי איך האב געהאט גענוג צייט האב איך זיך וויסנדיג געמאכט און געענפערט דאס זעלבע וואס איך האב געענפערט פארן ערשטע.
יענער האט אנגעהויבען מיר צו באזידלען.
- דו אפיקורס.
- ביי יהדות איז נישטא אזא מושג פון דעמאקראטיע. עס שטייט הוכח תוכיח את אמיתך.

פרעג איך אים וואס מיינט אן אפיקורס?
ווען ער האט מיר אנגעהויבען צו ענפערען נארישע תירוצים האב איך אים געזאגט, אז אין מהרש"א שטייט אז אפיקורס מיינט איינער וואס איז מבזה תלמידי חכמים און גלייבט נישט אין חז"ל.

און איך האב אים ווייטער געפרעגט: אוודאי ווילסטו יעצט מקיים זיין די מצוה עשה פון הוכח תוכיח, האסטו אדארעך געלערנט אלע הלכות פון הוכח תוכיח את אמיתך? איך גלייב אז פאר ער דו טוהסט אן אנדערע מצות עשה לערנסטו אדארעך אלע הלכות כדי אז דו זאלסט עס מקיים זיין ריכטיג, אפשר ביזטו גאר עובר אויפן לאו פון ולא תשא עליו חטא?!.
און בכלל אויב דו ביסט מוכיח וואס דאס איז אן ענין פון בין אדם לחבירו ביזטו א וודאי אויסגעארבעט אין דעם ענין פון בין אדם לחבירו, אויב אזוי ווי האסטו געקענט מקבל זיין לשון הרע פאר דו האסט בודק געווען אלע צדדים?

עס איז מיר געווען א חידוש אז ער האט מיר אויסגעהערט דער גאנצע צייט, געווענליך אזעלכע מענטשען זענען נישט גרייט צו הערען מוסר.

צום סוף זאג איך אים, יישר כח פאר'ן מיר מזכה זיין מיט די מצוה פון הוכח תוכיח... און איך האב בלויז געלייגט רבינו תם'ס תפילין...

אינגערמאן » 18/10/2004 16:53

נו, היתכן, ווי קומסט דאס טאקע צו דיר צו דאווענען ביחידות אן א טלית אויף א באס אזוי שנעל?

jewboy » 18/10/2004 17:42


כורמיזא

יעצט צום עניין:
פארוואס די מיני מענטשן קומען שוין נישט היינטיגע צו מיר? איך האב זייער ליב ווען די מיני מענטשן זארגן זיך פאר א צווייטן, אדער ענטפערט מען רואיג שטיל געלאסן אז זיי זאלן פלאצן עד הסוף, אדער הייבט מען אן א וויכוח (דעבאטע בלע"ז) אז ס'גייט א רויעך...

עכ"פ נעקסטיים די טרעפסט אן אזא איינעם שיק עם צו מיר איך וועל מאכן סאלאט פון עם.

shia550 » 18/10/2004 18:16

אין אמעריקע [א לאנד פון מיינד יור און ביזנעס} איז דא אביסל ווייניגער פון די חברה ווי אין ארץ ישראל אדער אייראפע, אבער וויפיל עס איז דא איז צו סאך.

אגב פרוביר אמאל צו זאגען מוסר פאר איינער פון די וועלט פארזארגער'ס, קום צוריק זאגען וואס איז געשען.

שמחהלע » 18/10/2004 18:52

כורמיזא, אתה עשר

אגב, און ברסלב אין ירושלים איז גוועהן א באקאנטער טיפישער יודעלע, א עני ואביון מגוזלו, מיטן נאמען דוד ראמענישער, אנדערע האבען אים גרופען דוד ברסלבר, פיו נטף מור ואהלות, אזש ס'איז גוועהן א תענוג צושטיין אין זיינע ד' אמות...

איינמאל אין די שטיבלעך ביים דאווענען, איז ער פארבליבען זיצען ביי ויברך דוד, קומט צו עם צו א יוד נאכען דאווענען מלא טענות, פארוואס ער שטייט נישט ביי ויברך דוד ?

דוד קוקט אים אזוי אהן, און פרעגט אים אזוי הויך אז די גאנצע שול זאל הערען: זאג נאר, צו איך האב וואס צו עסען אויף פרישטיג, ווילסטו גארנישט וויסען ? נאר פארוואס איך בין גזיצען ביי ויברך דוד ?

פארשטייט זיך אז יענער האט אפגטראגן כל עוד נשמתו בו...

כורמיזא » 18/10/2004 21:09

אינגערמאן, ווייסטו דען נישט אז ווען מ'איז אינטערוועגענס האט מען א דין פון א חולה שאין בו סכנה?
[בילד – נישט אפגעהיט]

זיידיאנטשי » 18/10/2004 21:21

אנטשולדיגט כורמיזא כוויל דיר דא ברבים איבערבעטן כוואלט דיך באמת געדארפט אפלאזן כהאב פשוט געהאט א שווערע צופרי מיט באבע צירל און די דרייווער איז עפעס געפארן אזוי מין ווילד...

איי די יונגווארג...

usa44 » 20/10/2004 05:34

כורמיזא... איך פלאץ!! פון די מענטשן (מענטשן?). זיי זענען מצליח מיר ארויס צו נעמען פון די כלים מער ווי סיי וואס פארא בן אדם.
ווען עס געשעט צו מיר אזא מעשה וואלט איך נישט געקענט זיצן אזוי רואיג, אין נאך מער... ווען ער הייבט אן צו נוצן די ווארט אפיקורס האט ער דיך שוין געלייגט אויף די "אפענסיוו" (offensive) און גיי פארענטפער דיך פאר די גאנצע באס אז די ביזט נישט קיין אפיקורס (דער בחור'ל וואס זיצט אין בעק פון דיר, ער וויל שוין טוישן פלעצער מיט א "קליינע קאפל איד").
אלזא לאמיר נישט פארקריכן פון ענין, דו לייגסט גוט אראפ די מעשה.

yohcee718 » 20/10/2004 14:01

כורמיזא

געוואלדיג!

איך האב כסדר צו טוהן מיט אזעלעכע פערשוינען אין איך בין נישט אזוי איידל ווי דו על פי רוב זענען זיי אויסגעשפראכענע עמי ארצ'ים.

איך דערמאן מיך איינמאהל בין איך געגאנגען אין שוהל אין א קאלטן פראסט שבת צופרי, אויפן וועג האב געזעהן ווי א איד פארהאנדלט זיך מיט דעם אויל דעליווערי מאן, אין איינער שרייט "שבת!, ווי מעג מען הייסען א גוי מחלל שבת זיין"

האב איך זיך אונגערופען "ר' איד איהר זעהנט א טיפש אין אן עם הארץ, 'הכל חולים אצל הצינה', אין מ'מעג הייסען א גוי ...אין דער אלטער היים זענען דאך די גויים געגאנגען פון טיר צו טיר שבת צופרי אריין ווארפן פרישע האלץ אין אויווען..."

אבער איך האלט אז מיר טארען זיך ניט האלטן מיט דעם נייעם אמעריקאר מיינונג פון "MIND YOUR OWN BUSINESS" אויב איך זעה א איד טוהט עפעס שלא כהלכה זאג איך יא בתנאי כל הלכות מוחאה דהיינו עס איז נישט דא אפילו 'איין' דעה אין שו"ע פאר איהם, איך זאג מיט א שמייכעל שטיל אין אהבה בדרך צחות וידידות וכדומה, אין אויב איך הער א נייע הלכה בין איך מודה על האמת תיכף ומיד!

אבער נישט זאגען איז נישט אן אפציע פאר אונז. איך האלט אז זיך אונרופן איז א גרויסע טייל פון דער קיום פון דעם חרד'ישער SOCIETY ליידער ליידער רופן זיך אן נאר די זויערע מענשען, די פעלער זיכער'ס, ווייל ע"פ רוב דער יודע ספר קען זייער גרינג מלמד זכות זיין, שווייגט ער!

ע"פ הלכה מוז מען בלייבן זיצען אפילו ביי שמ"ע ווען מ'איז אויפען וועג, לעצענס זענען די בעלי בתים פון 'על-אל' ארום געגאנגען צו א סאך רבנים אין ארץ ישראל איבער דעם נושא אין אלע האבען געשרובען אז מדארף זיך נישט ע"פ הלכה אויפשטעלן ווען מ'פארט. בפרט אז מ'שטערט אנדערע. איך מיין אז איך האב אפילו געזעהן א כתב אויף דעם ענין פון הרב וואזנער.




כורמיזא » 20/10/2004 18:33

די מציאות איז אז יעדער מענטש האט אן אינסטינקט צו זיין אויסגעהאלטען, דעריבער ווען איינער פילט אז איינער האלט אז ער איז נישט אויסגעהאלטען אדער נאך ערגער ווען איינער ווארפט דיר פאר אז דו ביזט נישט אויסגעהאלטען, וועט יעדער איינער טוהן וואס ער קען כדי אויפצוווייזן אז מ'איז יא אויסגעהאלטען.

אבער אויב ווייסט מען אז מ'איז באמת אויסגעהאלטען אזוי ווי ביי די מציאות אז איך האב געלייגט רבינו תם'ס תפילין פעלט נישט אויס צו מאכען הוכחות דעריבער האב איך זיך געפילט גאנץ באקוועם אים צוזאגען וועגען דעמאקראטיע און פארטיג.

איך בעצם האב נישט קיין אידעאולוגיע, איך בין כפוף צו די געזעצען פון די תורה און עס איז קלאר אז עס איז דא א מצוה פון הוכח תוכיח, נאר עס האט פארשידענע הלכות און עס איז אסאך מאל איינגעשטעלט אז אויב מ'איז עס נישט מקיים ריכטיג איז עס גאר א לא תעשה (נישט אזוי ווי ביי אנדערע מצוות עשה וואס אויב מ'איז עס נישט מקיים ריכטיג האט מען נישט קיין עבירה, נאר מ'האט פשוט נישט די מצוה). און דאס איז אויך זיכער אז עס דארף האבען א כוונה לשם שמים אפילו לויט די מאן דאמר אז מצות אינו צריכות כוונה.

אזוי ווי עס איז מיר שוין אסאך אויסגעקומען צו זיין אינטערוועגענס האב איך זיך שוין היבש אויסגעלערנט וויאזוי צו פירען א דיסקאסיע מיט מענטשען וואס האלטען אנדערש פון מיר.

איך פלעג אמאל מיינען אז אויב מ'הערט יענעם אויס עד הסוף קען יענער מיינען אז איך האלט אז ער איז גערעכט. צום סוף האב איך איינגעזען פונקט פארקערט ווען איך הער יענעם אויס עד הסוף און אויב איך פארשטיי נישט עפעס וואס ער זאגט פרעג איך אים איבער (און נאר מיט דעם האק איך אים איבער אז איך האב נישט פארשטאנען) זעט יענער אז איך בין מחשיב זיין מיינונג און דערנאך הערט ער אויך די צווייטע צד.

ביי מוסר זאגערס איז אביסעל שווער צו זאגען דעם כלל, דאס מאל אבער האט דאס געארבעט און צום שלוס פון די ויכוח זענען ביידע געווען צופרידען.

תוקן על ידי - כורמיזא - 20/10/2004 18:36:39

yohcee718 » 20/10/2004 20:10

כורמיזא

נאר אלס א הוספה אויף דיינע ריכטיגע צוגאנג...

א) פון דעם מצות תוכחה דארף מען זיך זייער שטארק זעהן זיך ארויסצודרייען דער חובת הלבבות שרייבט (בזיכרוני שער חשבון הנפש) אז א גוטע רעזולטאט פון התבודדת איז אז מ'זעהט ניט קיין עולה'ס ביי מענטשען וואס דאס פטר'עט דעם מענטש פון 'תוכחה' מיט אלע שטרויכלונגען וואס קען פאסירען..ווי די רעכנסט אויס.

ב) די גמ' זאגט אז תוכחה דארף זיין אויף א בפירוש'דיקע איסור
ועיין שו"ת חתם סופר חלק ו - ליקוטים סימן פב
בענין 'עירוב' וז"ל:
"ועתה עוררני ...ולהוציא לעז על הראשונים שחיללו שבת חלילה ....הלא אחז"ל למה נמשלה חכמה לאחותו אם ברור לך הדבר כאחותך שהיא אסורה לך אמרהו ואם לאו אל תאמרהו הרי דברו רבותינו מאיפרושי מאיסורא ואפ"ה אם אין האיסור ברור כאיסור אחותו לא יאמרנו ...אפי' כה"ג חייב לאמרו ולאיפרושי מאיסו' אבל אם אינו ברור כל כך לא יאמרנוע"כ השתיקה יפה למערערי' ומחרחרים ריבים ונגעים. "ע"כ

דאס הייסט אפילו אויב אז עס רעדט זיך פון הארבּע איסורים ווי חילול שבת אויב דער עירוב האט עפעס א היתר טאר מען נישט מוחה זיין

די חז"ל הנ"ל (כאחותך) ווערט געברענגט אין שו"ת דברי יואל א סאך מאהל אז 'מוחה' זיין קען מען נאר אויף א קלארע איסור בלי שום חולק בכלל!

איך בין אבער נישט אזא צדיק ווי די, אויב איך זעה איינער מיט א גאלדענע זייגער מאכט הקפות מיט זיין לולב ארום די בימה מיט אויסגעטרוקענטע שווארצע פסול'ע ערבות גיי איך צו אין איך זאג איהם אז איך בין גרייט צו באצאלען פאר איהם $2 אין קויפען ביים שמש (3 פוס אוועק) פרישע ערבות. מיט א שמייכל, קיינער האט זיך נאך נישט באליידיגט פון מיין אפפער ווייל אלעס ווענד זיך ווי אזוי מ'רעדט צום מענטש

tzvibp28 » 20/10/2004 21:59

YOHCEE
I'm really impressed! mamesh a boki in שו"ת דברי יואל!
I guess you're trying real hard to impress the Satmorim

jewboy » 22/10/2004 11:24

נעכטן זייענדיג מיט א חבר אינעם "אכטען שטעטל" (ווער ס'ווייסט נישט ווי ס'איז דארף טאקע נישט וויסן) זעמער געגאנגען עסן אין רעסטאראנט, אזוי ווי אונז קומער אריין זאגט מען "אנחנו מצטערים אינלנו תעודת הכשר" "אבל אתם יכולים ליכנס למטבח ונראה לכם שהכל כשר לכל המוצרים שלנו יש הכשר.

איך פרעג עם, איינער האט דיר געפרעגט אויב די האסט א הכשר צו נישט וואַט דע העלל אר יו טאקינג היר? שוין או2נז זעץ מער זעך אראפ, קומט א צווייטער צו גיין "סליחה אבל אינלנו הכשר" איך האב מיר אויפגערעגט אויף מה אתה עולה לנו על הצבים עם ההכשרים שלך, הוא אמר מקודם וראינו במטבח גם הכל כשר, מה אתה מבלבל במוח? שוין דער מענטש הייבט אויף א טעלעפאן צום רב המועצה פון געגענט און קאלט, איך זאג פאר מיין חבר קום לאמיר גיין פון דא, ס'פעהלט נישט קיין רעסטאראנטען אינעם אכטען שטעטל.

אונז גיי מער צו א צווייט פלאץ אונז פרעגן וואספארא מין עסן האט עטץ? זאגן זיי יש לנו הכל "בשרי" "וחלבי" אבל זה שני מטבחים נפרדים, אבל אין לנו תעודת הכשר.

קיי, אונז פרעגן די פארקויפערין ווי קען מען יא עסן דא רואיג און שטיל אן קיין דריי-קאפ? זאגט זי אונז שמה מול זה וזה יש מסעדת "עם" תעודת הכשר.

שוין זעמער געגאנגען דארט און אונז האבן אריינגעריקט א סעודה כהלכה מיטן עדה חראדית הכשר.

וואס וויל איך ארויסברענגען דא?

די איזראעיליס זעה איך זארגן זיך אויך פאר אונזער יידישקייט, זעהט נישט אויס ווי זיי ווילן מאכן געלט, זיי האבן נאר אינזינען אונז פרומע צו ס'איז יא כשר צו נישט, איי מין קאם אן יו וואנט טו מעיק מאני אור יו וואנט טו מעיק ג'ואיש פיפל טו בי גוד? וואט דע העק?

משוגענער » 22/10/2004 11:50

שטעל דיך פאר די גן עדן פון דעם מלצר ביי דעם מסעדה... א קלייניגקייט? א איד זאל עסן כשר'ס

כורמיזא » 22/10/2004 15:03

Jewboy, עס לוינט זיך זיי צו דערלייגען איין קאסטומער אבי די קביעות'דיגע קאסטאמערס וואס פארטראגען נישט די חרדישע יונעפארעם זאלען אויף הערען צו קומען...

איך מיין אז היינט צו טאג איז שוין דא אלע סארט שפייז מיט א הכשר פאר'ן זעלבען פרייז, איין פראבלעם עס האט נישט דעם גוטען טעם פון מים גנובים ימתקו...

jewboy » 27/10/2004 17:16


זיץ איך נעכטן מיט מיין חבר אין זיין בי עמ דאבעליו קאר, אין די מאה שערים געגענט.

קומט צו א יונגערמאן און פרעגט
"איר שעמט אייך נישט צו זאָצן אוָן א דייטשער מאשין"?

פרעגט עם מיין חבר.
"זאגטס נאר איר פירט אויך א מאשין"?

ענטפערט ער.
יא איך פיר א פאָרד מאשין!

רוף איך מיר אן צו עם.
איר ווייסט אז הענרי פארד די ערשטע בעה"ב פון פארד מאשינען איז געווען פון די גרעסטע אנטיסמיטן אין די אמעריקאנער היסטוריה?

ס'איז עם שווארץ געווארן פאר די אויגן און איז אוועק געגאנגען.

jewboy » 2/11/2004 20:27


יעצט איינמאל טראכט איך מעג איך מיר אויך זארגן פארן כלל.

איז די מעשה אזוי:

ס'איז דא ב"ה זייער אסאך טאטעס וואס שיקן די טייערע קינדער זייערע קיין ישראל לערנען, און ב"ה מ'הערט נחת פון זיי, נאר וואס?

אזוי ווי לעצטנס קומען פאר אסאך דעמאסטרציעס אין ירושלים, אינעם ככר השבת געגענט וואס דאס איז נישט אזוי ווייט פון מיר, קמניץ, זכרון משה, סאטמאר (רח' יואל), סטאלין, וכו'.
רוב בחורים וואס מ'זעהט ביי די אזוי גערופענע הפגנות זענען חוץ לארץ'דיגע בחורים.

די חוץ לארץ'דיגע בחורים
שרייען, ווארפן שטיינער, צינדן גארביטש קענס, פארפירן.

פאר וואס טוהן עס מער די חו"ל בחורים?
ווייל זיי קען מען גארנישט טוהן, וואס הייסט ער וועט מיר ארעסטירן? איך בין דאך אן אמעריקאנער?

טאטעס!!! לאזט נישט אייער זון זיך דרייען אין ככר השבת

אייןסאטמאר » 2/11/2004 22:37

כורמיזא, לגבי די מעשה וואס די האסט געהאט מיט די ר"ת תפילין, איז אינטערסאנט צו פארציילן וויאזוי דער הייליגער ערוגת הבושם זצ"ל איז געווארן רב אין חוסט.

ווי באקאנט איז דער ערוה"ב געווען א אשכנז וואס איז געווארן א חסיד, איז ער אמאל געפארן אויפ'ן באן א לאנגע רייזע, אינמיטן האט ער זיך דערמאנט אז ער האט נאך נישט געלייגט קיין ר"ת תפילין, האט ער עס אנגעטון אויפ'ן באן געזאגט ד' פרשיות און אויסגעטון.

אויפ'ן זעלבן באן איז דעמאלס געפארן דער רה"ק פון חוסט וועלעכע האבן געהאלטן אינמיטן זיכן א רב, און זענדיג ווי דער ערוה"ב וועלעכער האט געהאט א רבנישע געשטעל טוט אן תפילין און צען מינוט דערנאך טוט ער עס שוין אויס, פון קיין ר"ת תפילין האט דער אשכנעזישער רה"ק נישט געוויסט, און דא זעט ער דער רב האט אזוי שנעל אפגעדאווענט איז אים עס זייער געפאלען זאגענדיג אזא רב זיך מיר אונז, וואס קען אזוי שנעל אפדאווענען, און ער איז טאקע געווארן דארט רב.

כורמיזא » 26/11/2004 14:09

"איך האב שווערע חובות אויפן קאפ אפשר קענט איר מיר ארויס העלפען" אט אזוי שטעלט מיר אפ א יוד אינמיטען גאולה, נו פארשטייט זיך איך געב אים א נתינה פון אפאר שקל.

"ווי קענט איר קויפען אזא טייערע אנצוג פאר א קליין קינד אין צייט וואס עס איז דא יודען וואס דרייען זיך ארום מיט אזעלכע שווערע חובות" פרעגט ער קוקענדיג אין די בעג וואס איך האלט אין מיין הענט.

געב איך אים א זאג, "חז"ל האבען קובע געווען וויפיל מ'דארף געבען פאר צדקה און איך פיר זיך לויט דעם, מיט די איבעריגע געלד מעג איך קויפען וואס איך וויל, איך האב געארבעט פארדעם".

ער האט מיר געגעבען אזאג אריין, איך געדענק נישט איינער זאל מיר אזוי גוט אריין זאגען.
"איר האט די נאטירליכע שנאה פון אן עם הארץ צו א תלמיד חכם".

איך זאג אים, אה, איך האב נישט געוואוסט אז איר זענט א תלמיד חכם דא האט איר נאך א 10 שקל...


תוקן על ידי - כורמיזא - 26/11/2004 14:13:56

worldwar » 26/11/2004 17:36

איך בין ארויס פון ביהמ"ד זעה איך א עלטערע איד קומט אבער פון זיין זייט קומט אויך א אנדערע איד טראכט איך אז דער איד פון דער זייט זאל אפען האלטן די טיר פארן עלטערען איד ווייל איך דארף שוין גיין וואס מיינט איר איז גישעהן
גלייך ווען ער קומט אן צום טיר שטעלט ער זיך אפ און אנשטאט צו העלפען עפענען די טיר דרייט ער זיך אויס צו מיר "די זעהסט נישט א עלטערע איד קומען פארוואס האסטו נישט אפען גיהאלטען די טיר" זאג איך אים "די שטייסט דאך לעבען אים פארוואס עפענסטו נישט" אין אזוי אהער אין אהין ביז די עלטערע איד איז שוין לאנג גיווען אינווייניג
ווייזט אויס די מצוה אדער תאוה פון תוכחה קומט פאר אלע מצות

ליכטיג » 26/11/2004 19:19

ישר כח כורמיזא, כ'וועל עס ניצען.

shia550 » 24/1/2005 05:11

היינט האלט אויך אין מיטען פונען די שניי.

קומט מיר א שכנטע מיט טענות היתכן דארט האב איך נישט געפוצט, אין עס איז שווער דורכצוגיין.

{מען קען מיינען אז איך האב שוין גענדיגט פוצען}

ווען זי גייט צוריק אהיים זע איך אז ביי איר איז בכלל נישט געפוצט.
האב איך מיך דערמאנט פוןדעם אשכול