היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הערט א מעשה (יעצט געשעהן)

הערט א מעשה (יעצט געשעהן)

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1148534

jewboy » 14/10/2004 04:00


זיץ איך מיר דא יעצט אין אינטערנעט קפה און א פאליסמאן פרעגט מיר דיין נאמען איז אזוי און אזוי?זאג איך ניין.

לעבן מיר זיצט א חסידישער יונגערמאן און רופט זיך יא איך הייס אזוי.

דער פאליס הייבט אן צו שרייען תגיד אתה מטומטם? אתה יודע אשתך מחפשת אותך בכל מקום? מה אינלך מה לעשות?

ווואלה דע גאנצע עולם האט אויסגעפלאצט דא אין א גלעכטער, דער פאליס האט געשריגן סיי אין עברית, און סיי אין ענגליש.

נעבעך ער איז אהיים בחרפות ובושות, מיטן פאליס קאר.

יונגעלייט האטס שכל און קומט צו די קפה אינטערנעט בייטאג, דעמאלט מיינען די ווייבער אז איר זענט אין כולל.

עפשטיין » 14/10/2004 05:21

זעט אויס אז ארץ ישראלדHDער פאליציי האט שוין טאקע נישט וואס צו טוהן, דער אינטיפאדא האט זיך אפגעשטעלט, פארברעכן איז שוין געפאלן צו א נידריגער שטאפל.

זיי האבען צייט צו העלפען פאר א עקרת הבית זוכען איר מאן וויל וויל נישט וואשען די דישעס.

jewboy » 14/10/2004 14:24

מיסטער עפשטיין קוקו אויפן זייגער ווען ס'איז געשעהן.

4.0 דאס מיינט פיהר אזייגער פארטאגס

אפלטון10 » 14/10/2004 14:42

ג'ובוי!

פאר וואס ביסטו אזוי שלעכט?
האסט געמוזט פארציילן פאר די גאנצע וועלט?
מ'האט דאך אפ גערעדט אז דו פארציילסט נישט???

jewboy » 14/10/2004 14:47


יעדער איינער האט עס געזעהן ווער ס'איז געווען דא.

איך וועל דיר זאגן נאך שענער, ס'איז געזעצן יעמאלט צוזאמען מיט מיר א מעמבער פון חדשות אנש, און כ'האב עם געפרעגט וואס זאגסטו צו די יעצטיגע מעשה? יאללה שרייב עס, און יענע בודקע זיצט אויך איינער וואס חדשות אנש איז אפען ביי עם.

איך האב נישט געשריבן קיין נאמען הגם איך ווייס די נאמען, די פאליס האט דאך געפרעגט יעדן אויב דיין נאמען איז און אזוי?.

usa44 » 14/10/2004 15:34

מ' רעדט דאך נישט דא פון קיין נארמאלע מענטש... מר. דזובוי
איינער וואס זיצט אויף די אינטערנעט 4 פארטאגס און זיין משפחה ווייסט נישט דערפון וואלט איך מייעץ געווען שוין גיין צו א דאקטער, און אויב ער האט געטון גולש זיין צווישן אונז איז אפשר איז דא פארהאנען א דאקטער וואס קען אים היילן (אויב אזוי קען גאר זיין א מצוה צו זאגן די נאמען).

worldwar » 15/10/2004 02:13

אין כינע שרייבט מען נאר מיט סימבאלן

רעב_חסיד » 15/10/2004 03:45

דזשובוי, כ'האב דאך אפגעמאכט מיט דיר אז דו וועסט קיינעם נישט פארציילן, אזוי האלטסטו סוד?
האסט מיך מבייש געווען ברבים

אוי, כ'האב הערשט יעצט באמערקט אז אפלטון איז אזא צדיק ער נעמט די שולד אויף זיך, ווער האט מיך געהייסן זיך אנרופען?
דער נער זאל ארויס גיין פון די מקוה!

תוקן על ידי - רעב_חסיד - 15/10/2004 3:46:25