עס קומט יעצט די שרעקעדיגע נייעס פון קרית יואל, אז אן אינגערמאן, א באס דרייווער פון די תלמוד תורה אין קרית יואל, איז נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי.
דער אינגערמאן נאווי איז באוואוסט געווען אלס א טייערער נשמה, ער האט נישט געטשעפעט קיין פליג. ער האט דורכגעפירט זיין ארבעט מיט אזא איבערגעגעבנקייט, ער איז געווען אזוי געטריי צו די קינדער, אז מאמעס האבן פשוט באוואונדערט פון וואו ס'קומט אזא פיינקייט צו א מענטש.
אידן, ס'איז נישט קיין שום צופאל אז דאס האט פאסירט צוויי טעג נאך שמח"ת. מיר דארפן אלע תשובה טאן אויף דאס וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם יום טוב.
ר' אליעזר מאיר איז געווען א איד וואס האט רעספעקטירט אן אנדערן איד. ער האט נישט ארויסגערעדט קיין שלעכטע ווארט קעגן ר' אהרן אדער קעגן ר' זלמן לייב. זיין פריצייטיגע פטירה דארף שיקן א מעסעדזש פאר יעדן סאטמארער איד.
די לוי' וועט פארקומען ניין אזייגער אין פראנט פון גרויסן בית המדרש אין קרית יואל.
אידן לערנט א פרק משניות און צינדט אן א ליכטל פאר די נשמה פון אליעזר מאיר ע"ה ב"ר מרדכי.
תוקן על ידי - ziskeit - 12/10/2004 15:45:08