א געלונגענע פורום וואס מיר טוען דערין גולש זיין האבן מיר אויפגעבויט, מיר קענען זיך אנשעפען מיט אלעם... פון די וועלטס נייעס ביז בילדער פון אידישע עווענטס, פון די גואישע און אידישע פאליטיק ביז פאשקעווילן און פארווארפענע חסידות'ן, אבער דאס וועט איר אלע מוזן מודה זיין אז מיר דילן דא מיט א נארישע אומערפארענע אומאויסגעארבעטע נושא וואס דאס איז... "סאטמארע פאליטיק".
1) איך קום אהיים נאך שבת בראשית און נאך פאר איך ריר אן דעם קאמפיוטער קען איך שוין זאגן פון אויסעווייניג א יעדעס ווארט וואס שטייט דא. פארוואס זאל נישט זיין דא כאטש צוויי דריי שרייבער וואס קענען שרייבן "אומפארטייאיש" און זאלן זיי קענען מודה זיין אויף א פארלוסט? זאל זיך איינער מקריב זיין פארן ציבור דא.!!!
2) א יעדע נושא מוז האבן פיר פינף אשכולות? (אז נישט איז עס נישט וויכטיג גענוג!!!) און אפאר פון זיי האט דער זעלבער אויפגעקומענע שרייבער מחבר געווען.
3) דער כותרות פון די סאטמארע אשכולות נעמען מיך ארויס פון די גלייזן... "מ' האט איינגעזעצט א היימישע איד" איך קוק אריין זע איך אז מען רעדט פון סאטמארע רבי. מען קען אזוי ברענגען 20 משלים. להוי ידוע לכל מי שרוצה לדעת... א כותרת מיינט עס שטייט פון דרויסן וואס מען גייט ליינען...
איך גלייב אז א גרויסע עולם גולשים וויל דא מאכן סדר און דאס איז כולל די געלונגענסטע שרייבער וואס א גרויס חלק פון זיי זענען סאטמארע.
תוקן על ידי - usa44 - 10/10/2004 14:11:58
1) איך קום אהיים נאך שבת בראשית און נאך פאר איך ריר אן דעם קאמפיוטער קען איך שוין זאגן פון אויסעווייניג א יעדעס ווארט וואס שטייט דא. פארוואס זאל נישט זיין דא כאטש צוויי דריי שרייבער וואס קענען שרייבן "אומפארטייאיש" און זאלן זיי קענען מודה זיין אויף א פארלוסט?
2) א יעדע נושא מוז האבן פיר פינף אשכולות?
3) דער כותרות פון די סאטמארע אשכולות נעמען מיך ארויס פון די גלייזן...
איך גלייב אז א גרויסע עולם גולשים וויל דא מאכן סדר און דאס איז כולל די געלונגענסטע שרייבער וואס א גרויס חלק פון זיי זענען סאטמארע.
תוקן על ידי - usa44 - 10/10/2004 14:11:58