היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » צווייטע פרעזידענט קאנדידאטן דעבאטע

צווייטע פרעזידענט קאנדידאטן דעבאטע

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1143708

זיידיאנטשי » 10/10/2004 11:00

פרייטאג צו נאכט שב"ק בראשית איז פארגעקומען די צווייטע דעבאטע צווישן די פרעזידענט קאנדידאטן אין סט. לואיס, לויט ווי די פאולס ווייזן האט בוש זיך סאך בעסער אהערגעשטעלט ווי פון די ערשטע דעבאטע ווי ער איז געווען שוואך, ער האט זיך יעצט היבש געשטארקט וואס מאכט שווערער דאס לעבן פאר קערי וועלכע וועט מוזן נאך מער שוויצן יעצט אויב ער וויל געווינען

דער עולם האלט אז ביי די דעבאטע זענען ביידע גיט אויסגעקומען און זיי שטייען אין די פאולס שוה בשוה לגבי די דעבאטע געווינס, אט זעט דא:
http://abcnews.go.com/Politics/Vote2004/story?id=150662
http://www.cnn.com/2004/ALLPOLITICS/10/09/debate.main/index.html

[בילד – נישט אפגעהיט]

worldwar » 10/10/2004 17:16

listen to the debate
http://www.npr.org/dmg/dmg.php?mediaURL=/news/20041008_news_debate&mediaType=RM
בוש שרייט אזוי אןיף קערי ער נעמט עס פערזענליך

Ziskeit » 10/10/2004 20:22

קלאנגען דרייען זיך ארום אויף די אינטערנעט, אז בוש האט געהאט א געהיימע אפאראט אויפ'ן רוקן ביי ביידע דיבעיטס, וואס איז געווען א "רעסיווער" דורך וועלכע מען האט אים געזאגט וואס ער זאל ענטפערן פאר קערי. לויט דעם קלאנג האט ער געהאט אן אנדערן אפאראט אין די אויערן דורך וועלכע קארל ראוו אדער אן אנדערער האט אים אונטערגעזאגט וויאזוי צו ענטפערן אויף די פראגן.

די לינקע בילד איז פון די ערשטע דיבעיט. די רעכטע בילד איז פון די צווייטע דיבעיט
[בילד – נישט אפגעהיט]

אינגערמאן » 10/10/2004 20:56

אויך א מעשה יצר, פונקט אום הו"ר ביינאכט זאל זיי די דיבעיטס.

נעבעך וויפיל אינגעלייט וואס דער קאפ ליגט זיי אין פאליטיק האבן מוותר געווען אויף משנה תורה פאר די דיבעיט?
און דאס דישקורירט הו"ר פאר'ן און בשעת'ן דאווענען.
נעבעך נעבעך


worldwar » 10/10/2004 21:47

אין די דיבעיטס און ראדני שמ"ע און שמח"ת איז נישט מעשה יצר

Ziskeit » 10/10/2004 22:45

אינמיטן די ערשטע דיבעיט האט בוש זיך איינמאל צושריגן, "לעט מי פיניש" כאטש קיינער האט נישט אריינגעהאקט אינמיטן זיין רעדן. נישט קערי און נישט לעהער.

האט ער געמיינט דער וואס האט אריינגערעדט אין זיין אויער? (אויב איז עס בכלל אמת)

דא קענט איר הערן א קליפ וויאזוי בוש רופט זיך אן "לעט מי פיניש".
http://libnews.blogspot.com/2004/10/is-bush-wired.html

joegreen » 11/10/2004 18:11

PRINCETON, NJ -- Sen. John Kerry and President George W. Bush battled each other to a virtual tie in Friday night's presidential debate, according to a random sample of 515 registered voters who watched the event. Forty-seven percent of viewers said Kerry did the better job; 45% picked Bush. This is a much more positive rating than what Bush received after the first debate, which viewers said Kerry won by 53% to 37%.


http://www.gallup.com/poll/content/?ci=13549

Ziskeit » 13/10/2004 17:39

לאכט א גוטס

הערט די קליפ

http://bush.carlcarter.com/