היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » לאמיר דערקלערן א CEASEFIRE

לאמיר דערקלערן א CEASEFIRE

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1121192

Ziskeit » 23/9/2004 16:00

אידן עס קומט יום כיפור, דער הייליגסטער טאג פון יאר, וועמענ'ס הארץ ציטערט נישט ווען עס קומט דער יום הדין. אבער ביי אונז אויף היידפארק דערקענט זיך עס אינגאנצן נישט. די מחלוקת שלא לשם שמים גייט אן FULL FORCE. אפשר איז צייט זיך צו מאכן א חשבון הנפש.

לאמיר דערקלערן א CEASEFIRE (וואפן שטילשטאנד) און אפשטעלן די געשלעגן צווישן די צוויי זייטן ביז צוויי טעג נאך יום כיפור.

מיר זענען דאך ברידער. חסידים פון איין רבי'ן. מיר גלייבן אין די זעלבע שיטה הקדושה. פארוואס זאלן מיר אמווייניגסטנס איין מאל א יאר זיך נישט אויפפירן ווי ברידער.

אויב דאס וועט געשען, קען זיין אז דער עולם וועט איינזען אז ס'איז א גוטע זאך און מען וועט וועלן פארלענגערן דעם סיעספייער אויף נאך אפאר טעג אדער וואכן.

כורמיזא » 23/9/2004 16:12

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

verbeenich » 23/9/2004 16:21

כורמיזא

yohcee718 » 23/9/2004 18:52

כורמיזא

ודי לחכימא

די פשט פון דיין ארטיסטישער משל איז:

מ'האט שוין געהאלטן אט ביים מאכען שלום....

אין ליידער ליידער איז..

א שווארצע קאץ דורך געלאפען!!!

כורמיזא » 23/9/2004 19:00

יהוסי די כאפסט אן עסק

נייטעראל » 23/9/2004 19:01

פארוואס דארף דער איד נאכאמאל אריין שטעלן די אויסגעדראשענע בריוון פון לעצטע יאר פונקט פאר יוה"כ?

דאס הייסט CEASE FIRE

shia550 » 23/9/2004 20:08

אויב אראביש הייסט עס הודנה

מען מאכט א פאקט אויף א שטיק צייט אין דערווייל בויט מען איבער דעם מיליטער.

אין א לאנגע מלחמה דארף יעדער א שטיק צייט צו רוען אין זוכען פרישע עצות.

13Hooper » 24/9/2004 07:32

כורמיזא! וואס פאר א הונט איז דאס וואס בלייבט אויפן זעלבען פלאץ אין גייט נישט פאראויס

Ziskeit » 24/9/2004 22:10

יוחי, גראדע ביסטו נישט גערעכט.

כורמיזא האט געמיינט צו זאגן אז עס וועט קיינמאל נישט קומען צו קיין שלום צווישן די צוויי מחנות ווייל זיי שלאגן זיך ווי קעץ און הינט...