וויבאלד עס קומט שוין די ימי הרחמים והסליחות, הייבט זיך שוין אן דער "כפרות מארקעט".
פאריגע וואך איז שוין געווען אדווערטייזט אין איד איבער כפרות אין קרית יואל.
[בילד – נישט אפגעהיט]
קוקט אויס אז עיס פארעם פרשה (וואס די ווילידזש פירעס שטייען יעצט מיט12 מיליאן דאלער אין קאן וועגן די פלענער פין טאון אויף וואדבערי)האט פרואדוצירט פריש מיט וועם כפרות צן שלאגען
א כפרה מיט 12 מיליאן דאלער וואס מען האט געגאנבעט.....
אין געצאפט דאס געלט פין אידישע קעשענעס פאר פרייואטע אין עקספאנישע אינטערעסן פאר די געלט גייציגע מענשטען פרעסערס
תוקן על ידי - ekstein - 05/09/2004 21:15:01
אנטשולדיגט מיר עקשטיין! וואס קומט דא אריין עיס פארם.
דאס איז נישט קיין פאליטישער אשכול.
פערצופאל איז מוסדות ויוא"מ אין ק"י די ערשטע צו אדווערטייזן כפרות.
אבער זיי מוחל און לאז ארויס די כפרות פון די פאליטיק.
א גרויסער עולם פין קרית יואל וואס איז געבענטשט ניט גרויסע משפחות האט נישט געקענט דערהייבען דעם טייערען פרייז פין די מיקרי השער פין קרית יואל אין זענען געדאנגען קויפן טשיקענס אין עיס פארעם פאר א שפאט בילידען פרייז אין יעמט אז די הייליגע מוסדות קענעען צו שטעלען פאר א ביליגען פרייז איז עס ווערט צו באגריסען
אז די רעדסט פון געלט פרעסעריי
זאג נאר צדיק׳ל וויפיל קאסט א הינדעל ביי 82 אין וולימסבורג??
און דערנאך וואס טוט מען מיט די פלייש?
האאאא?????
איך בעט ווידעראמאל די גולשים נישט אריינצומישן די אומשולדיגע כפרות אין די סאטמארער פאליטיק.
אלע קרייזן שלאגן כפרות!
רבותי! לאכטס!
ווער האט אנגעהויבן דעם אשכול
מיט אפענע כוונה לשם פאליטיק
און פלוצלינג ווען ער זעהט אז ברענגט
זיך זעלבסט פוטער אויפן קאפ
וויל ער סטאפן....
געזעגענן
TOO BAD FOR YOU
נעקסט טיים טראכט דיך אביסל איבער פאר די שיסט מיט דיינע בויך דריקענישן
געזעגענען וועם ווילסטו איינרעדן אז די האסט געפענט די אשכול נישט לשם פאליטיק, והא ראי' האסט נישט געשריבן אז מ' פארקויפט שוין סוכה ברעטער.
עקשטיין, I FEEL YOUR PAIN, איך ווייס אז עטס האטס געוואלט אפקויפן עיס פארם, ס' איז נעבעך נישט געלונגען, איך וואנטש דיר מער מזל נעקסט טיים.
איך האב געשריבן אז דאס איז געווען די ערשטע כפרות מודעה. געווענליך ווערן כפרות אדווערטייזט ערשט ראש השנה.
אויב ווילט איר רעדן פון פאליטישע כפרות, האב איך א סאך וואס צו רעדן דערפון.