היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הקהעל את הקהל אונטערגעגאנגען????

הקהעל את הקהל אונטערגעגאנגען????

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1098540

report4u » 5/9/2004 04:29

די וואך אין דער איד שטייט שוין נישט קיין איין ווארט פונעם הקהעל את הקהל פארטי ווייסט איינער פארוואס???
שוין וואכן לאנג וואס דער איד איז אנגעפילט מיט אומבאצאלטע גאנצע פעדזשיס פונעם הקהעל את הקהל פארטי אבער די וואך בין איך געווען זיכער אז עס וועט זיין מער נייעס איבערהויפט נאכדעם וואס איך האב געליינט פאריגע וואך אז חסידי סאטמאר רופן זיך אן זייער ווארים צו די באגריסונגען, אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן אז דער איד האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש און קיין איין ווארט שטייט נישט דארט דערפון ווייסט איינער פארוואס???

חלילה_וחס » 5/9/2004 06:16

כ'האב יעצט מוצאי שבת געטשעקט פאסט, און ס'האט מיך אפגעווארט א הערליכער בראשור פון הקהל את הקהל.

עס קוקט נישט אויס ווי זיי זענען אונטערגעגאנגען.

חלילה_וחס » 5/9/2004 06:26

זעט אויס אז זיי ווילן טאקע האבן געלט און נישט סתם פראפאגאנדע נוסח "יסוד איתן".

איך מיין נישט גארנישט פערזענליך. נאר אזוי צייגט עס.

תוקן על ידי - חלילה_וחס - 05/09/2004 6:31:10

report4u » 5/9/2004 07:52

עס קוקט אויס אז די האסט יעצט ארויס גענומען דיין פאסט פונעם זומער.
איך מיין נישט קיינעם פערזענליך נאר אזוי צייגט עס.

חלילה_וחס » 5/9/2004 08:12

איך טשעק יעדן טאג פאסט. אינמיטן זומער האב איך באקומען אפאר בריוו. עס האט אויך געהאט נעמען וועמען צו באעהרן.

יעצט מוצאי שבת האב איך באקומען א בראשור מיט בילדער, ווי מען בויט איבער די מקוה אין ראדני, און נאך אסאך זאכן.

דריי נישט סתם אוועק דעם שמועס ווען דו ווילסט זיך טענה'ן, אדער נוצן מיינע זעלבע ווערטער חוזק צו מאכן. "איך מיין נישט קיינעם פערזענליך נאר אזוי צייגט עס". כ'האב קיינעם נישט געטשעפעט און דארפסט נישט סתם צוריקשיסן צינישע קינדערישע ליצנות.

געזעגענען » 5/9/2004 18:18

יא! דעם מוצש"ק איז געווען אין פאסט קעסטל א הערליכער בראשור איבער הקהל את הקהל.

מקוה_איד » 12/9/2004 08:42

איך האב ערשט יעצט באקומען דעם בראשור, ווי ס'קוקט אויס גייט דאס זיין די זאלונים ווערסיע פון "אלף שמות", נאר מיט אפאר חילוקים:

ערשטנס, אז די אהרונים זענען געווען אנעסט און קלאר געזאגט אז זיי מאכן זייער "אלף שמות" צו שנארן פאר לויערס, כאטשיג זיי האבן גענוג אין נאך הוצאות פון פרישע בתי מדרשים און מוסדות, און די צייט וואס די זאליס קומען מיט זייער בלאף און קרעפ אז זיי דארפן געלט פאר "הרחבת גבולי הקדושה", זיי האבן נישט קיין גאטס צו זאגן אז זיי דארפן געלט פאר לעגאלע קאסטן.

צווייטענס, וואס איז זייער בולט איז די פאקט אז ביי די "אלף שמות" האט געקאסט איינטריט די ערשטע מאל $600 און די צווייטע מאל $250, און די צייט וואס ביי די "הקהל" גייט עס זיין FREE!!! "כל דכפין ייתי!" זיי ווייסן גאנץ אז אויב זיי בעטן נאר 1$ וועלן זיי דארפן זוכן מנין...

א כלל, איך וויל באמת נישט נאכאמאל אנפאנגען צו דעבאטירן אלטע אויסגעדראשענע דעבאטעס, כאב נאר יעצט באקומען די בראשור, איז מיר דאס בייגעפאלן.

געזעגענען » 12/9/2004 15:32

דאס הייסט זיך באמת געטרייסט מיט חלשות!

report4u » 28/10/2004 05:09

מעג מען שוין אויסזאגן? וואס טוט זיך מיט הקהעל את הקהאל?
עס האט געכאפט א שטיל שווייגעניש?
קען מען דאס צולייגן צו די זאלי ליסטע?

yones69 » 28/10/2004 23:20

עז איז געשטאנען אז עס גייט פארקומען גלייך נאך יו"ט זעט אויס אז אין סאטמאר איז די יו"ט נאך נישט פארטיג..

weiss321 » 28/10/2004 23:30

די אפיס האבן זיי פארשפארט וויבאלד 7 גנבים האבן גענומען וועיזשעס על לא דבר
אבער די עצם רעיון ווארט נאך אויף א געלעגנהייט ביי זיי
זיי האבן שוין געספענט א האלב מיליאן דאלער און מען האלט נאך און ערגעטץ

מקוה_איד » 1/12/2004 23:26

איינער ווייסט וואס האט פאסירט מיטן "הקהל" (די זאלי "אלף שמות")?

איך ברויך זייער נייטיג וויסן

דיסקאווער » 2/12/2004 00:41

יעצט דארף מען געלט פאר די מוסדות, אין נאכן וועט איר שוין הערן פון הקהל