היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אומאן - אומאן - ראש השנה, כל השנה

אומאן - אומאן - ראש השנה, כל השנה

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1095410

אינגערמאן » 2/9/2004 17:39

מ'קריגט זיך אין בחדרי חרדים צו ס'איז יא אן ענין, צו נישט, צו ס'איז יצא שכרו בהפסדו אדער הפסדו בשכרו.

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=4&topic_id=1091456


דער בילד איז גוט.
קרעדיט Nomad



[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 2/9/2004 17:54


געווען בין איך פאריגע וואך אין מירון קומט איינער צו צימיר און פרעגט מיר אויב בין איך שוין געווען אין אומן? זאג איך עם כן לצערי הרב 4 פעמים, און ער זאגט וואלה אשריך, אז אולי תתרום לי משו, אני גם רוצה לנסוע השנה, האב איך עם געזאגט כ'וועל דיר געבן געלט פאר אלץ וואס די ווילסט נאר, נאר כדאי צו קענען פארן קיין אומן וועל איך דיר נישט געבן.

זאגט ער אפשר דאך, איך האב נאך חובות פון לעצטע יאר פון מיין פארן און די יאר וויל איך אויך פארן, האב איך עם גענטפערט תתבייש לך יא מ.... ישך חובות משנה שעבר ועדיין אתה רוצה לנסוע? טוב. אונז האבן זיך ארום געטענהט איך האב עם אויפגעוויזן די חסרונות פון אומן און מ'קען אויך דא מתפלל זיין מ'דארף נישט פארן ווייל יעדער פארט און נאכדערצו ווען די האסט חובות פון יארן צוריק על חשבון מי?

זאל ער האבן הצלחה און אלעם.

כורמיזא » 2/9/2004 18:19

ג'ובוי
אפשר קענסטו מער מרחיב זיין וועגען די חסרונות אין אומן אז מענטשען זאלען קענען ריכטיג שוקל זיין די צדדים?

jewboy » 2/9/2004 18:35

נעקסטיים בנ"ד

מנחתאלעזר » 2/9/2004 18:35

JEWBOY פארגעס אבער נישט אז לויט ר' נחמן גייט ער ארויסשלעפן די אלע נפשות וואס פארען אהין פון שאול תחתית.

אפילו ר' שמעון האט דאס נישט צוגעזאגט.

אין פון דעם נעמט זיך זייער מסירות נפש צו פארען.

עפ"י בקשת הכותב.

תוקן על ידי - אינהכינמי - 02/09/2004 23:43:51

scy4851 » 2/9/2004 22:34

יא יא...
ער גייט איהם ארויסשלעפן...פון שאול תחתית.
אין ער וועט זוכה זיין צו א לעכטיגען גן עדן..

אין וואס וועט זיין מיט זיינע חובות?

מען וועט צו זאמען ריפען דעם עולם אויף א דרונגען "עמערג'נסי פארטי"
אין מען וועט שיקען בחורים גיין 'קאלעקטען' פאר
"א היימישען יוד א גרויסער בעל חוב"

יא יא....

KJfireman » 3/9/2004 02:22

לדעתי מעג א ברעסלאווער בלי שום ספק שנארן פאר זיין נסיעה קיין אומאן ראש השנה.
דאס איז ביי אים א "מוז" וואס ער דארף האבן ממש צום לעבן, און ס'איז פאר אים אסאך מער ווי א "סוס לרכוב עליו".

ווען מען שטעלט צוזאם געלט פאר בעל חוב וואס האט חתונה געמאכט זיינע קינדער, האט ער מסתמא געקויפט שיינע פורניטשער און געשיר מיט א עירקאנדישאן וואש מאשין וכו'. אפשר מעג ער נאר קויפן א צוזאמלייג טיש מיט בענקלעך ביי וואל מארט ווען ס'איז אויף סעיל, און אליין צוזאמען שטעלן א פריפאבריקעיטעט 100 $ בוקעיס?

א עכטער ברעסלעווער וואלט זיך פארקויפט זיינע פורניטשור צו פארן קיין אומאן, ממילא איז דאס באמת א חלק פון זיין לעבן און ס'איז זיכער אז ער מעג דערפאר שנארן...

jewboy » 3/9/2004 02:25

זאל ער צאלן פון זדיין מעשר געלט וואס ער האט נישט :-)

scy4851 » 3/9/2004 21:02

איש כמתנת ידו.....

התאחדות » 8/9/2004 04:06

ווער פון די חשובע גולשים זענען שוין געווען אין אומן ראש השנה און קען איבער געבן וואס דארט גייט פאר

כורמיזא » 8/9/2004 22:42

למעשה האט קיינער נישט ארויס געברענגט א חסרון, דעריבער קען נאך זיין אז איך וועל פארען

התאחדות » 10/9/2004 02:09

ווייסט איינער וואו מ'דארף זיך ווענדן אויב מ'וויל פארן און אנגרייטן די גאנצע אשל?
בכלל איז שוין איינער געווען דארט און האט בילדער און לעבעדיגע באריכטן פון אומאן?
איך האב געליינט אין די די צייטונג א באשרייבונג פון א אינטערויו מיט איינעם פון די וועד העולמי דחסידי ברסלב ס'איז מיר גאנץ געפאלן די מצב דארט ווייסט איינער וואו עס האלט זיך אויף די וועד העולמי אין אמעריקא אדער אין ארץ ישראל? און בכלל ווער פירט אהן די ארגעניזאציע?
ענפערט ווי פריער כדי איך זאל נאך זיך קענען פארשרייבן

תודה רבה רבה

jewboy » 22/9/2004 01:02

גייענדיג צום אפארטמענט
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:03

כנ"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:06

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:07

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:08

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:09

איינס פון די טענטס ווי מ'עסט
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:11

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:12

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:13

מ'קאכט און מ'גרייט צו לכ' ראש השנה
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:14

די טעפ מיט די בהמה פלייש
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:15

די געז רענטשעס
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:16

מ'גרייט מ'מאכט מ'טוט
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:18

די פילע גרויסע טעפ
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:19

א חלק פון די סטאריגדש'ס עסווארג
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 01:21

דער בעל אחראי פון די גאנצע עסן
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 22/9/2004 05:02

בקיצור פון וואס מ'האט מיר געבעטן אויבן...


איך בין געווען היבש אפאר מאל אין אומן, די ערשטע מאל בין איך נישט געהאלפן געווארן מיט וואס כ'האב געבעטן דארט, מ'האט געבעטן צדקה ביי מיר דארט די וועד, כ'האב זיי געגעבן 500 דאלער קעש מאָני און זיי האבן מיר צוגעזאגט בזכות און בזכות וועסטו זעהן וועסט געהאלפן ווערן, און מיינט עטס ס'איז געווארן עפעס? א מכה.

ס'איז אריבער א יאר כ'זאג פאר מיין חבר, געב א קוק איך בין געווען לעצטע יאר אין אומן כ'האב געבעטן און געבעטן און מ'האט מיר אויסגעהערט דארט ווי ס'אינטרעסירט די פאריעריגע שניי, אפשר פאר די אפשר וועסט געהאלפן ווערן, מיין חבר זאגט מיר אליינס פאר איך נישט, אוקיי כ'פאר מיט, מיט דיר. (אבער די טיקעט צאלסטו אליין), קיי זעמער געפארן קיין אומן מתפלל געווען און וואט עבער.

נאך סוכות מיין חבר קאלט מיר J. ס'קומט מיר א מזל טוב כ'בין געהאלפן געווארן און דיין זכות, כ'פרעג וואס הייסט אין מיין זכות? זאגט ער ווייל די האסט מיר געשלעפט קיין אומן, וואווה כ'האב מיר געפרייט, באט פון די צווייטע זייט האב יעך געטראכט צו מיר געב א קוק איך פאר שוין דאס צווייטע מאל און גארנישט א לאך אין קאפ. איך זאג נישט איך ענג'וי זייער שטארק אהין פארן כ'טרעף חבירים פון די יונגע בחורישע יארן ווען כ'האב געלערנט אין ישראל, ס'איז גוט זיך אויך אויסצוטשאכענען איינמאל א יאר.

פיין כ'בין געפארן נאכאמאל פארשטייט זיך מתפלל געווען און מתפלל געווען, אבער דאס דריטע מאל האב איך שוין אויך מיטגענומען א קעמקארדער כדאי אלצדינג אויפכאפן אויף ווידאו (די געאסרטע כלי), אז כ'פאר שוין יא פארוואס נישט, נישט אזוי? ס'איז אריבער נאך א יאר און ווייטער א לאך אין קאפ גאַרנישט מיט נישט.

פיין, כ'האב געטראכט צו מיר יעצט (די פערטע מאל) איז די לעצטע מאל וואס כ'פאר יא יא, נישט נישט, און וואס מיינט עטץ? ווייטער עודך א לך אין קאפ נישט נאר אין קאפ נאר אויך אין וואטעבער....

==========


די שיינקייט פון אומן.

מ'קומט אן דארט ווארטן אייך אפ די יונגווארג פון די אוקריינישע קהילה (גוים) מיט וועגעלך און אפפערן אייך ארויפצושלעפן די געפעק זיי בעטן א דאלער, ביים דריטן מאל פארן האבן זיי שוין געבעטן דאלער, (אויפן וועג האט מיר דער גוי געבעטן 2 ציגערעטלעך פיין כ'האב עם געגעבן, באט ווען ער האט גענדיגט שלפען דאס געפעק האב איך עם געגעבן נאר א קוואדער פרעגט ער הייתכן? זאג איך עם די האצן יאנץ כ'האב דיר שוין געגעבן 2 ציגערעטלעך וואס נאך ווילסטו?), עניוועי מ'קומט אן אויבן שטייען די נשי אוקריינע און אפפערן אייך מיט שלאפן, פיין, מ'דינגט זיך מיט די פרייזן ארויף אראפ אהער אהין ביז מ'קומט זיך אויס מיט עפעס מ'גייט קוקון איין אפארטמענט און נאך איינס ביז מ'טרעפט עפעס צו דער זאך, ס'איז דא אסאך וואס טראגן אייך אן א ווילא, וואס הייסט א ווילה? ס'זעהט טאקע אויס אינדרויסן ווי א ווילא באט ווען מ'קומט אריין אינסייד זעהט עס אויס ערגער ווי חורבת ר' יהודה החסיד, און נישט נאר דאס, די טוילעט איז אינדרויסן, אמאל ממש "נאר" ארויס צו גיין א טריט צוויי, און אמאל דארף מען וואקן היבש, נא יעצט, שטעלט אייך פאר איר דארפט גיין הכנות אינמיטן די נאכט? משה זוכמיר, ס'איז טונקל דארט חושך מצרים, און מיינט איר אז דאס איז א נארמאלע טוילעט? אבסולוטלי ניין! ס'איז ג'אסט א לאך מיט א שטיקל האלץ (אזוי ווי די אלטע בית כיסא'ס אין שטיבלעך מא"ש ווער ס'דענקט), ס'איז דא אזוינע וואס איז שוין בעסער און ס'האט א בענקל אויסגעשניטן א לאך.

טיפ:
טאמער פארט איר, דאן דינגט אן אפארטמענט אין די הויכע בילדינג'ס.

א טאג צוויי פאר ראש השנה (ווענט זיך ווען איר קומט אן) ס'איז טוט זיך לעבעדיג דארט אזוי ל"ג בעומר אין מירון נאר אסאך מער און די מעלה אין אומן אז ס'איז נישטא קיין תערובות ס'איז נאר מענער, די נ נח'ס מיט זייערע באסטות, און אזוי אויך איז דא פלעין באסטות, א צוויי מינוט ארויס פון יידישע קווארטל (ציון געגנט) איז דא די אוקריינישע באסטות יעדער מיט זיינע געצייג, איינער פארקויפט שפילערייען, קוטשמע'ס, אנטיק, היים זאכן, בוך העפטן, קליידער, דראמער'ס, מיליטערישע אנצונגען פון די קינדער, ביבי גאנס, און וכו'.

סופיה פארק:

ר' נחמן האט געזאגט יעדער וואס קומט קיין אומן זאל גיין צו סופיה פארק.

סופיה פארק קאסט אריינצוגיין צוויי דאלער די ערשטע יאר, די צווייטע יאר ווייסט מען שוין אריינצוגיין פון די אנדערע זייט (נישט יעדער) ווי קיינער וואטשט נישט, מ'קומט אן איז ווייטער דא באסטות פון די אוקריינישע גוים, רוב חבר'ה פארקויפן העלצער וואס מ'קען זיך גוט אויסרייבן די ביינער, (מאסאג'ס) הענט מעיד, זייער שיין און ס'האלט זיך אויך היבש לאנג, זיי האבן דארט אזוינע מיני העלצער פאר יעדע פארט פון די באדי זיך אריינצורייבן.
שוין מ'קומט שוין ענדליך אן צו די שיינע וואסער דארט ס'איז ביוטעפאל, ס'האט שיינע ווייסע פאול'ס ווען מ'קומט אריין דארט, אינמיטן איז דא א ווארעפאל מיט שניי ווייסע קאטשקעלעך, מ'גייט ווייטער זעהט מען כל מיני ביימער מיט שיינע בלומען, און בעיקר איז דארט שיינע אויסגעשניטענע שטיינער מיט ביימער מיט בלומען, נאך א האלבע שעה גיין קומט מען אן צו א וואסער מיט שיפלעך, א שיפל צו דינגען די ערשטע יאר קאסט עס א דאלער, די צווייטע יאר גייט מען צו די אנדערע עק פון די וואסער און מ'נעמט די שיפל וואס דער עולם לאזט איבער דארט און מ'זעצט זיך אריין און מ'מאכט א לעבן. :-)

סליחות ערב ראש השנה:

איז דא א געפאקטע עולם ממש מ'קען זיך נישט רירן דארט אזא מין התעוררת וואסיזייער שווער אראפ צו לייגן, מ'שפירט ממש אין גן עדן אונעם עולם העליון א רוחניתדיגע געפיהל.

די מקוה:

די ערשטע יאר ווען כ'בין געווען איז געווען אויך די ערשטע מאל וואסיגעווען א געבויטע מקווה דארט, כ'בין געגאנגען פארשטייט זיך, באט. די פייפס זענען געווען נאך אויפן פלאר, ס'איז געווען אזוינע פייפס וואס די פייער לעשער נוצט איינס מחובר צום צווייטן, און צו מיין מזל האב איך מיר אנגעשטויסן פונקט ביי א קאנעקשן צווישן צוויי פייפס און ס'האט זיך געגאסן יידיש בלוט, די צווייטע יאר בין איך שוין נישט געגאנגען אין די מקווה דארט אויסמורא אפשר וועט זיך גיסן יידיש בלוט נאכאמאל. הייס וואסער איז נך יעמאלט נישט געווען, ס'איז געקומען מיט א טראק אפאר מאל מיט הייס וואסער (א טראק אזוי ווי א געז טראק) און שטעלט אייך פאר יעדעס מאל האט מען אנגעפיהלט די בורות מיט הייס וואסער וואס האט געשמעקט פון געזעלין, די שאוערס די ערשטע יאר האט געהאט יענע טעם, ס'איז קוים גערינען עפעס (ס'האט געטראפט אזוי ר' עקיבא האט געזעהן די טראפנס וואסער פאלן אויפן שטיין) א גאנצע וועג פון די מקווה בורות ביזן זיך אנטוהן פלאץ איז געווען פיהל מיט וואסער, באט ס'איז זיייער גוט געווען.

די תפילות ראש השנה:

ראש השנה ביינאכט פאר די שקיעה זעהט מען מאסן מענטשן גיען צום דיירעקנשס פונעם קלויז (ביהמ"ד) ס'הערט נישט אויף צו גיין פאר נייגער האב איך מיר ארויף געשטעלט ערגעץ און געקוקט און געקוקט ביז מיינע אויגן האבן אנגעהויבן שווינדלען, דאס דאווענען איז געווען אזא מין התעוררת אז כ'ווייס נישט וואס, אסאך אסאך מער ווי ביי סליחות, נאכן דאווענען האט זיך דער עולם געוואונטשן לשנה טובה וכו' מיט א שמייכל איינער צום אנדערן און נישטאמאל קענסטו דער מענטש וואס זאגט אייך לשנה טובה, ממש אהבת ישראל דארט.
שבת צופרי הייבט מען דאווענען זייער פרי כ'גלייב נישט אז ס'איז דא זייער א גרויסער עולם ביי הודו, די ביהמ"ד ווערט פולער און פולער ביים דאווענען, נאכדעם איז דא די חסידים (בד"כ וויליאמסבורגער) וואס קומען שפעט אין דאווענען אינדרויסן ס'איז דא קליינע, גרויסע מינינים ביז ליינען פון כל מיני, די אלע קליינע מינינים שחרת קען מען אנפיהלן די גרויסע בעלזא'ר סאטמאר בתי מדרשים, אזוי פיל קליינע מינינים איז דא דארט בל"ע, נאכן ליינען איז דא א קידוש אינעם עס זאל, ביי די תקיעות מיט דעם אלעם וואס ס'איז דע א משוגענע גרויסע עולם קען מען הערן א פליג אריבער פליעהן אויב סידא....


(המשך יבוא בל"נ)

yeedle » 22/9/2004 06:02

jewboy

איך האב שוין אסאך געהערט פארציילן פון אומאן, אבער אזוי שיין ווי די פארציילסט עס האב איך נאך נישט געהערט.

Ziskeit » 22/9/2004 06:07

דזשובוי

גיוו אס מאור

כורמיזא » 22/9/2004 15:39

ג'ובוי
אז דו דערמאנסט די נקודה אז מ'בעט ביים צדיק און מ'איז נישט געהאלפען, איז כדאי אביסעל צו פארברייטערען די נושא.

[איך שרייב נישט לגבי דיר בפרט אז מ'קען נישט דן זיין יענעם ווי לאנג מ'איז נישט אין יענעמס מצב, נאר באופן כללי]

איך מיין אז יעדער איינער האלט אז וואס דער צדיק קען, קען דער רבוש"ע זיכער, נו אויב מ'בעט ביים רבוש"ע און מ'ווערט נישט געהאלפען איז מען נישט מתריס ח"ו אדער זיך מתרעם היתכן. דאס זעלבע לגבי א צדיק, נישט אלע מאל האלט דער צדיק אז דאס איז די טובה אדער אסאך מאל האט שוין דער צדיק געפוילט נאר די מענטש האט דאס אפגעווארפען. עס איז דא צענדליגע תירוצים.

איך האב געזעהן אן ארטיקעל וואס לייגט אראפ א מעשה מיט אן אלטע יוד וואס פארציילט פאר זיינע אייניקלעך פון 'אינדערהיים', דערציילט ער דארט ווי מ'האט נישט געהאט מיט וואס צו באצאלען די צינזען פאר ארענדע און די פריץ האט געשיקט ווארנען אז מ'וועט זיי ארויסווארפען, איז ער געפארען צו זיין רבי'ן (נישט קיין נ"מ וועלכע רבי) און ער האט אנגעוונטשען כדרכו די רבוש"ע זאל העלפען, און עס איז אדארעך נאך א שטיק צייט האט דער פריץ געשיקט די לעצטע ווארנונג אז ביז יענע נאכט מוז עס זיין באצאלט טאמער נישט וועט מען אים ארויס ווארפען.

א קיצער איז ער נאכאמאל געפארען צו זיין רבי'ן און פארגעלייגט די מצב מיט אלע פארבען, האט אים די רבי בארואיגט און שטארק אנגעוואונטשען. ס'איז געקומען יענע נאכט און ער האט נאך אלטץ נישט געהאט צו באצאהלן, זענען געקומען די שלוחים פון דעם פריץ אים ארויס ווארפען. און דער אלטער האט געגיבען נאך א טרינק פונם גלאז טיי, און די אייניקלעך האבען אים געפרעגט, נו און וואס איז געווארען. האט דער אלטער געענפערט 'אט דא ענדיגט זיך די מעשה...' און מ'איז געגאנגען זוכען אן אנדערע פלאץ ווי צו וואוינען אבער מיטן רבי'ן איז מען געבליבען.

טאגליכט » 23/9/2004 00:18

זשיבוי זיי דיך נישט מייאש און פאר נאכאמאל דאס איז דאך ברעסלאוו "אל תתייאש"

און יעצט ערנסט די ספרים זאגן אז א יעדע תפילה וואס א איד בעט גייט נישט לאיבוד נאר וואס דען א יעדער האט אן אמאונט וויפיל מ'דארף בעטן און ווען סקומט צו די אמאונט ווערט מען געהאלפן ממילה טאר מען נישט אויפהערן בעטן ווייל אפשר איז די תפילה די לעצטע וק"ל

א עצה טובה טייערע דשיבוי א יעדן טאג ווען די דאווענסט שמונה עשרה ביי יהיו לרצון בעט דעם באשעפער וואס וועל איך דיר שיקן אין אישי און אויב וועסט עס וועלן מפרסם זיין ITS UP TO YOU

א ישועה בקרוב

yeedle » 23/9/2004 13:32

jewboy
די טויזענטער אידען וואס פארען קיין אומאן פארען בעיקר פאר זייער נשמה, ר' נחמן זאל זיי ארויסשלעפן פון גהינום.

פון ווי ווייסטו אז די האסט נישט געפוילט? אז די ווילסט עפעס אנדערשט פאר קיין מירון אדער צו לעבעדיגע רבי'ס.

התאחדות » 26/9/2005 18:10

תראה ג'יבוי דאס מאל ביזטו געהאלפן געווארן
נו ווער עס וויל געהאלפן ווערן זאל זיך מיטכאפן מ'דארף שוין נישט קיין וויזע פאר אן אמעריקאנער פאספארט

jewboy » 27/9/2005 18:52

דאס יאר האט מיר איינער געאפערט א טיקעט אומזיסט אז איך זאל טוהן עפעס א JOB דארט.

איך האב עס אנגענומען, און איך וואלט ווען שוין נעכטן געדארפט ארויספארן און בלייבן דארט ביז מוצ"ש נאך ר"ה.

למעשה איז אונטערגעקומען א טעכנישע סיבה און איך האב עס אפגעזאגט.

דער וואס זיצט אין א אפיס נעקסט טיר צו מיר (א ברסלבר), האט מיר געפרעגט.
ידיד: למה אתה לא נוסע בסוף?
אני: אני לא יכול משו השתבש לי ואני לא יכול לנסוע.
ידיד: אתה חייב לנסוע, הרי רק אתה יודע מה הרבי עשה בשבילך.
אני: כן, כן אני יודע ת'מת הייתי שם 4 פעמים ונאדא.
ידיד: אבל אתה חייב, איך אתה עושה תזה? היה לך כרטיס בחינם וככה אתה אומר לא?
אני: מה נעשה, אני לא ברסלבר, וזה ממש לא כ"כ בוער לי לנסוע, הייתי כבר, התפללתי שם, צילמתי תמונות, ווידאו, יש לי כבר הכל משם.

התאחדות » 27/9/2005 20:18

ג'יבוי
אולי תוסיף תמונות אשר לא העלית עד עכשיו, בבקשה