היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » $ $ * * געניאלע אייינפאלן * * $ $

$ $ * * געניאלע אייינפאלן * * $ $

30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1094355

אינגערמאן » 1/9/2004 18:02

געניאלע איינפאלן

ביי אונז היימישע אידן אין די מקואות, קאווע שטובער, בין גברא לגברא, ווערן טייל מאל געבוירן געניאלע איינפאלן, ס'איז נאר א שאד אז ס'איז נישט דער יעניגער וואס זאל זיך יאווען דאס צו פאטענטן און אויספירן למעשה, צו אויפטוהן פאר די וועלט, אדער מאכן געלט.

פון היינט און ווייטער וועט דאס ווערט געטוישט.

איר וועט דאס שרייבן אייערע "געניאלע איינפאלן"

און די כלל טוער - אלץ ווייסער - און ענערגישע אויספירער וועלן דאס נעמען און אויספירן...

איי איי איי וועט זיין גוט פאר די וועלט און פאר כלל ישראל


אלזא צו דער ארבעט...

אינגערמאן » 1/9/2004 18:06

קריינא דאיגרתא, מיין איינפאל
מ'זאל אריינשטעלן הייד פארק (נאר מסורת פארשטייט זיך) אין אלע בתי כסאות און הכנות שטיבער פון גרעיטער ניו יארק. אז די הכנות זאל גיין גרינגער, און דער עולם זאל קענען מיטטיילן זייערע געניאלע איינפאלן טאקע אט-א-דארט בשעת מעשה, דארטן פאלט איין די בעסטע ביזנעס פאטענטן.
עס קען קאסטן אפצאל אין א מיטער א קוואדער פאר א פערטל שעה...

הא? נישט קיין שלעכטע פלאן.

אוי מיין קוואדער לויפט שוין אפ, אויף ווידערזעהן

עפשטיין » 1/9/2004 20:28

אינגערמאן

איינער המוכיח מעל גבי כותלי בית הכסא האט געמאכט אזא ביזנעס, איך ווייס נישט וויפיל ער פארדינט אין די ווילסט שוין ווערען א שותף?

אינגערמאן » 1/9/2004 21:07

- sruli2 שרייבט

I WILL FIND A WAY TO BYPASS THE METER AND PASS IT ON TO HYDEPARK MEMBERS


אינגערמאן » 2/9/2004 02:23

בלייבטס נישט ביי די מיטער איינפאל

KEEP IT ROLLING

נאך א געניער "איינפאל"
אדער ווי האט יענער רב געזאגט:

וואס ס'איז מיר די נאכט איינגעפאלן, איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן קיינמאל
- וואס, וואס
פרעגט יעדער מיט נייגער, ערווארטענדיג עפעס א טיפזיניגע חידוש

- דאס בעט, ענטפערט דער רבי מיט א שמייכל!

אזלא_גרש » 2/9/2004 08:20

אינגערמאן:

סהאט מיר געקאסט א לאך

jewboy » 2/9/2004 17:12

אינגערמאן, א גוטס

אינגערמאן » 2/9/2004 17:33

שכוח,

אבער לאזט דאס נישט שטיין ביי דעם,

שרייבט אויך אייערע


^ ערפינדונגן
^ איינפאלן
^ פאטענטן,
^ פאנטאזיעס.


דער אשכול זאל פארן ווייטער.

זיידיאנטשי » 2/9/2004 20:05

באותו ענין
א דרשן האט אמאל געזאגט ער גייט נישט זאגן וואס איז אים "בייגעפאלן" ווייל עפעס וואס "פאלט איין" איז א חורבה...

אבער דאך אינגערמאן בעט דאך אן איינפאל (אויב סארבעט זיך אויס דארף איך קאמישן פארשטייט זיך)

לדעתי דארף מען אין אלע חתונה זאלן אראפשטעלן ווענדינג מאשיןס וואס זאלן פארקויפן earplugs, וואטע פאר די אויערן בלשונינו ווייל סלעצטענס פחדים מקען ממש טויב ווערן אין די צייט וואס די מוזיקאנטען אליין שטאפען זיך יא צו די אויערן און פארדעם הערן זיי דאך נישט אז סאיז מוגזם הויעך

איינער האט דא געבעטן די וואך אז ער זוכט פרנסה, נו דא איז א גיטע געדאנק צו מאכן פרנסה ער וועט מאכן אסאך געלט..

אינגערמאן » 4/9/2004 00:07

sroli2 שרייבט:

"חסידישע BATHROOMS "

I HAVE AGOOD IDEA ALL THE PUBLIC
HAVE A PROBLEM THAT IT COSTS THEM ALOT OF MONEY TO CLEAN THE TOILETS FROM THE CUPS THAT EVERYBODY IS
BRINGING IN THE TOILET
SO THEY SHOULD INSTALL A LIQUID SOAP DISPENSER



געוואלדיג!



[בילד – נישט אפגעהיט]

13Hooper » 6/9/2004 08:40

מיר איז בייגעפאלען א קליינע לייט אויף א סעלפאן די בעטערי איז דאך שוין דא אין מ טראגט דאס כמעט אלעמאל מיט זיך

האט שוין איינער געזעהן אזוינס?

יוסעלע » 6/9/2004 12:54

מיין סעל Sony Ericsson K700i האט א פלעש לייט/לעד וואס בלייבט אנגעצונדען און איז זייער נוצבאר פאר א לייט.
יא עס איז א "שטארקע" לייט.

טאגליכט » 6/9/2004 16:47

איך זיך איינער וואס זאל מנדב זיין נאך א כסא של אליהו אין גרויסן ביהמ"ד אין קר"י אין ס'זאל ליגן ביי די צפון זייט ביהכ"ס אריינגאנג כדי איך זאל האבן ווי אראפצולייגן מיין טלית ווער איך דארף ארויס אינמיטן דאווענען, אזוי ווי ס'איז דא ביי דרום זייט

SRULI2 » 11/11/2004 21:02

THE GROCERYS, THEY HAVE EXPRESS LANES FOR 10 ITEMS OR LESS. IS THAT FAIR? I'M BUYING FOR HUNDRED DOLLARS OR MORE AND I HAVE TO WAIT LONGER THAN THE PERSON THAT IS ONLY BUYING A COFFEE?
THEY SHOULD MAKE IT LIKE THE BANKS

משהבערבעק » 11/11/2004 21:15

ווען מען קאמפיאטער "פרירט" שטעל איך עס אריין אויף 2 מינוט אין "מייקראוועוו"...

יוסעלע » 13/11/2004 20:31

פאס אויף די מיירווועיוו זאל נישט פריזן

jewboy » 13/11/2004 22:09

א זאך וואס איך טראכט שוין לאנג.

קאר סערוויס / טעקסי, דרייווער'ס האבן פראבלעמען מיט גיין הכנות, זיי זיצן א גאנצן טאג אויפן ראד, און גארנישט לויפן בעטן טובות.

האב איך געטראכט ארויסצוקומען מיט א נייע פאטענט, באט געלט דערצו האב איך נישט, ביך איך געבליבן ביים פאנטאזירן, און דאס איז מיין פלאן:

מאכן א לאך אינעם דריווער'ס סיט, כדאי דער דרייווער זאל קענען גיין הכנות.

וואס דארף מען אלץ האבן כדאי ס'זאל נישט שמעקן?

וואסער. שמעקעדיגע ספרעי.

נעבן דרייווער'ס סיט זאל זיין פארשידענע באטן'ס (קוועטשער'ס בלע"ז).

איין באטן זאל עפענען דעם דארט ווי ס'איז דא די לאך.
איין באטן זאל שפריצן וואסער אפצורייניגן דעם טוילעט.
איין באטן זאל צו מאלן די צואה.
איין באטן זאל עס אריינשטופן אין די בעק אין א ספעציעלע פלאץ.
איין באטן זאל שפריצן עפעס שמעקעדיג'ס פערפיומא'ד.

און ווען דער דרייווער שטעלט זך אפ ערגעץ קען ער אויסגיסן די פראדאקשן זיינע.

עטס מיינטס אז ס'וועט נישט זיין אמאל אזא זאך? יו בעט

aush » 14/11/2004 17:14

jewboy גאנטס א גוטע איידיע אבער עס האט צופיל לעכער
ערשטענס, ווי קען מען גיין הכנות מיט מענטשען אין די קאר
צווייטנס, שטעל דיך פאר די פארסטיך אזוי רואיג אויפן הייוועי אין די קוקסט אריין ביים שכן אין ???? איז דאס שיין? בקיצור עס דארף אסאך רחמים איך גלייב נישט אז עס קען זיך אויסארבייטן. אבער ווער קען זיך פארמעסטן מיט jewboy סאו איך צי צוריק

jewboy » 14/11/2004 17:18


פאררואס האט עס צופיהל לעכער?
וואס מאכט דיר טראכטן אז עס האט מער ווי איין לאך?
סה"כ איז דא איין לאך ווי דער דרייווער זיצט.

נו, און אז דער שכן קוקט אריין וואס זעהט ער?
ער זיצט ווי דער דרייוויער דרייווט נארמאל, ניטאמאל דער וואס זיצט אין קאר מערקט עפעס.

aush » 14/11/2004 17:22

צווי לעכער מינומום איינס אין די זיץ אין איינס אין די הויזן

jewboy » 14/11/2004 17:26

די הויזן ביזטו גערעכט, ס'דארף האבן א עקסטערע לאך.

באט וואס טוהן נישט מענטשן פאר פרנסה?

וועסט זעהן אויב די פראדאקט קומט ארויס, וועט G&G אדווערטייזן וועגן זייערע ספעציעלע נייע הויזן'ס

משהבערבעק » 14/11/2004 17:46

עס דערמאנט מיר די מעשה וואס האט א שייכות צו די וואך פר' ויצא.
ס'איז אריינגעקומען צו איינעם א אדם נכבד, און מען האט אים מכבד געווען צו זיצן אויף א סחורה'נע בענקל וואס האט געהאט אסאך קליינע לעכער, און דער "אדם חשוב" איז געווען (ווי געווענדליך) אויך א "בעל בשר", און ווי ער האט זיך נאר ארויפגעזעצט האט זיך עס אויפגעריסן און ער האט זיך דערזעהן אויפן פלאר...
האט אים דער בעה"ב געוואלט טרייסטן האט ער אים געזאגט: ביי יעקב שטייט, "ויקח מאבני המקום וישם מראשותיו" און רש"י פארציילט, "התחילו מריבות זו את זו, עלי ינוח צדיק זה את ראשו, עשאן הקב"ה לאבן אחת". דאס זאלבע ביי דיר, די "לעכער" האבן זיך ארומגעקריקט, עלי ינוח צדיק זה את ... ..., האט דער אייבירשטער געמאכט א נס... און עס איז געווארן "איין גרויסע לאך"...


תוקן על ידי - משהבערבעק - 14/11/2004 17:48:50

jewboy » 14/11/2004 17:52

א גוטס

jewboy » 14/11/2004 18:21


די זעלבע זאך קען מען, און מען טוט מיט די קאפלעך ס'זאל נישט אראפאלן אדער אוועק פליען.

(איך רעד פון די וואס האבן ר"ת קאפלעך)

באראפארקער » 14/11/2004 23:36

דזאבוי, דיין עצה האט א פראבלעם אז קיינער וועט נישט וועלען בארגען יענעמס קאר, פוי, יענעמס טוילעט.
וא"ת איז דאך גוט, וועט מען נישט דארפען אוועקבארגען, וי"ל אז אסאך מאל וויל מען אז א צווייטער זאל דרייווען.

jewboy » 14/11/2004 23:41

דאנט ווארי אויב מיין פלאן וועט זיך אויסארבעטן אי"ה, וועסטו זעהן וועסט ניטאמאל וויסן אז ס'איז דא א טוילעט אינעם קאר, אזוי גוט וועט עס שמעקן ליי ע ברענד ניו קאר

jewboy » 15/11/2004 12:11

<באקומען אין תיבה אישי>

CADILAC IS GOING TO INSTALL TOILETS IN EVERY CAR BECAUSE TODAY EVERY K(N)AKER HAS A CADILAC

רבישקינט » 19/11/2004 01:28

לכבוד jewboy

[בילד – נישט אפגעהיט]

טובעין » 29/1/2006 19:15

אין די אלע פלעצער ווי עס איז דא א קאווע מאשין ליגט מילעך אויפן טיש אמאל איז יא דא אין אמאל איז נישט דא.
 
ווער קען ערפינדען א קאווע מאשין וואס זאל געבן מילעך?

אדרבא זאל דאס קאווע זיין אויפן טיש.

קרעמער » 29/1/2006 20:16

טוב-עין;

יישר כח פארן אויפברענגן דעם אשכול, איך מיין איך ליין דאס יעצט די ערשטע מאל, איך וואקל זיך פאר געלעכטער...

בנוגע א קאווע מאשין וואס זאל געבן מילך, כמדומה לי אז אין קרית יואל אונטן ביי די גרויסע שוהל איז דא א ספעציעלע מילך מאשין, דאס זעלבע האב איך געזען אין איחוד קאנטרי אין מאנטיסעלאו.