היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » רובאשקין זוכט צו האקען פרייזען

רובאשקין זוכט צו האקען פרייזען

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1080566
בלאט: 1 2

זיידיאנטשי » 23/8/2004 03:50

קלאנגען גייען ארום אז רובאשקין פלייש אימפעריע זוכט צו ווערן גלאט למהדרין מן המהדרין אזוי ארום זיך אריין דרייען אין די היימישע מארקעט און אראפ ברענגן די הויכע פרייזן אפפערנדיג גוטע קוואליטי און טאפ אף די ליין כשרות

סגייט ארום שמועות אז רובאשקין האט אלץ ערשטע סטעפ אריין געברענגט רב ווייסמאנדל פון מאנסי ער זאל איבערקוקען דעם הלוך ילך סאיז געווען בילדער פון דעם אין המודיע, אויך פלאנט ער אריבערברענגן רב מייזעלס וואס איז א ריזען מומחה און פירט אן דעם חלק הכשרות פון שחיטה ביי די עדה אין ירושלים

די אנדערע קאמפעניס דא האבען אונטערגענומען א קאמפיין צו שטערן דעם מהלך ווייל דאס וועט זיין א טויט קלאפ פארן נירבאטור מארגערעטן וכו' זיי אפפערען א האלב מיליאן דאללער פאר מייזעלס ער זאל בלייבען דארט

selish » 23/8/2004 05:27

rabbi meisels i herd is going to oiaio
is that rubashkin?

i wish rabbi meisels is getting the half a mill

by the way he is now in uman rusland for 2 weeks
prepairing for breslevהטקסט שלך כאן

yohcee718 » 23/8/2004 07:29

זיידי

ווי לאנג רובאשקין וועט האבען משיח'יסטן פאר שוחטים וועט ער אין דעם היימישען עולם נישט זיך אריינדריגען.

ער האט א היימישע שחיטה פון לאנג אונטער 'מארגארעטען' וואס נאך דארף ער?

די מעשה שטומט נישט

לבטיג » 23/8/2004 16:36

מארגארעטין שעכט פאר רובאשקין שוין יארן
דער באטיר איז הרב מייזלישס פעטער
זיידי מקורות פליז

קאנדאהאר » 23/8/2004 16:39

זיידי. עס איז אמת וואס דו שרייבסט.

רובאשקין וויל אריינקומען אין די חסידישע מארקעט, און ווי עס קוקט אויס וועט עס נאך נעמען עטליכע יאר, און ער וועט עס מאכן.

צי ער וועט געבן ביליגער ווייס איך נישט, אבער MEAL MART קען לכאורה אריינגיין אין די זאקן ביזנעס, ווייל רובאשקין וועט זיי אויסעסן פון די פלייש.

זיידיאנטשי » 23/8/2004 16:42

דער מקור איז אזויווי כהאב געזאגט: קלאנגען, דאס אז ער האט אריינגענומען ווייסמאנדעל איז ברייט באקאנט קוק די בילדער אין המודיע, וועגן משיחיסטישע שוחטים ביסטו אפשר גערעכט אבער אז מייזעלס קומט האט ער שוין געזאגט אז ער וועט מוזען האבען די גאנצע דעה ער וועט אריין שטעלן און ארויס שטעלן וויאזוי אים געפעלט נאר מיט דעם תנאי האט ער מסכים געווען מעיקרא

סאיז זיכער אז אויב מייזעלס וועט איבערנעמען וועט ווערן א איבערקערעניש נישט קיין חידוש מיעל מארט ציטערט אין די הויזען

yohcee718 » 23/8/2004 18:21

בדרך כלל לגבי השחיטה בעצמה זענען חב"ד מער מחמיר לגבי סירכות (היימישע שחיטה נעמען אהן להקל דעם פסק פון חתם סופר ודברי חיים) הלוואי בוסטי גערעכט...

אבער פון א מקור מוסמך האב איך געהערט אז EMPIRE באקומט א היימישע הכשר פון KAJ דער הויפט רב\משגיח וועט מן הסתם זיין הרב משה הערש עדעלשטיין א חשוב'ער וויזניצער חסיד פון מאנסי... דאס וועט זיין א גרויסער רעוועלוציע אין דעם KOSHER MARKET דער נייעס בגלוי קומט ממש אין די טעג בקרוב ממש

זיידיאנטשי » 23/8/2004 18:24

די מיינסט וואשינגטאן הייטס?

בערגער213 » 23/8/2004 20:47

עס איז דא לעצטענס Precooked פליישען פין א"י אין די פריזערס
אין ב"פ געשעפטן עס האט די השגחה פין KAJ איך זעה אסאן היימישע יודען קויפן דאס

אינגערמאן » 23/8/2004 20:57

ווער איז דער הרב מייזעלס פון וועם מען רעדט דא

כורמיזא » 23/8/2004 21:01

יוסי,
דאס וואס דו שרייבסט 'חב"ד' מיינט די קרייז אדער די הכשר פון חב"ד (נישט OK)?
און בכלל וואס איז נוגע צו וועלכע קרייז מ'באלאנגט, די חומרות גייען לויט די בעל מכשיר.

חב"ד איז מקפיד אויף גלאט בית יוסף?

גורארי » 24/8/2004 01:12

כורמיזא
וואלסט געוואלט אז א מעשיחיסט זאל שחטען פלייש וואס די עסט נישט קיין נפקא מינא ווער דער בעל המכשיר איז.

yohcee718 » 24/8/2004 02:36

ניין לויט די מנהג חב"ד לפי ידעתי זענען זיי מחמיר כמו הספרדים לגבי סירכות.

עס איז דא אבער א ענין אז דער שוחט זאהל זיין א 'ירא שמים מרבים' אז א רבים זאלען איהם אנערקענען אז ער איז א ירא שמים מפורסם.

נא, אויב די האלסט אז א משיחיסט פעהלט אין איהם עפעס, קען ער נישט זיין דיין שוחט.

פארן ייטב לב איז א שוחט וואס האט שפאצירט מיט זיין ווייבעלע אויפן גאס נישט גוט געוועהן אלס א שוחט אין סיגוט.

איך האב געהערט פון א שוחט אז דער מארגערעטענער רב שליט"א (ער איז העכער 90 לאויט"א) האט אפגעזאגט א שוחט וועם ער האט געזעהן רעדען אין מיטן קדיש.

איך האב געקענט לובאוויטשער שוחטים וואס זענען געוועהן זייער זייער חשוב ממש עובדי השם. אבער אונז היימישע פירן מיר זיך נישט צו עסען פון א שוחט וואס די בני בית שערט נישט די האר וכדומה ענינים וואס ביי אונז איז דאס געוועהן א גרויסע יסוד .

אבער איך ווייס נישט וואס איז היינט, די יונגע זעען נישט אויס ווי אמאהל והדברים עתיקים.


joegreen » 30/8/2004 18:30

http://www.empirekosher.com/pages/dualcert.html
Empire Kosher Adds KAJ Hechsher


OU Certification Continues with Appointment of New Rav Hamachshir

Empire Kosher Poultry, Inc. ("Empire"), the nation's largest kosher poultry company, today announced that all Empire products will henceforth carry the hechsher of K'hal Adath Jeshurun ("KAJ"), in addition to that of the Orthodox Union ("OU"). Rabbi Moshe Zvi Edelstein, KAJ's Kashrus Administrator since 1988 and its senior Shochet for many years before that, will personally assume supervision of Empire on behalf of KAJ and under the overall supervision of Rabbi Zachariah Gelley, Rav of K'hal Adath Jeshurun.

In a related move, Rabbi Menachem Genack, Rabbinic Administrator of Kashrus for the OU is pleased to announce the interim appointment of Rabbi Yisroel Belsky, senior Halachic consultant to the OU, as Rav Hamachshir at Empire.

Robert Van Naarden, CEO of Empire, stated, "We're obviously delighted to add the KAJ hechsher to OU's strong existing certification, and to have the most venerable Rabbis of both organizations personally involved with Empire. The addition of new hechshers is part of a process that began with the acquisition of Empire by a new group of owners late last year." Van Naarden continued, "Both ownership and top management are now represented by individuals from kosher-keeping households. As customers ourselves, we understand that in order to appeal to the broadest possible kosher clientele, Empire must demonstrate compliance with the standards of a number of organizations. The good news is that Empire's attention to kashrus is already so strict that this is not a difficult task." Van Naarden noted that KAJ's recent, thorough review had disclosed no issues with practice or procedure anywhere in the plant.

Rabbi Yisroel Belsky is among the nation's most eminent Rabbinical Authorities, having received Semicha from Rav Moshe Feinstein in 1965 and from Yeshiva Torah Vodaath in 1962, where he currently serves as Rabbinical Lecturer (Rosh Yeshiva). Rabbi Belsky has served as senior consultant for the Orthodox Union since 1987. Rabbi Belsky stated, "I am very pleased to accept this important responsibility for the preeminent firm in our industry. Empire has a unique place in the American Jewish household, and I expect that we will maintain and further strengthen its adherence to kashrus precepts in the years to come."

Rabbi Menachem Genack stated, "Empire's pioneering work in making kosher poultry available to the broad American Jewish community is legend. Empire has always represented the highest standards in Kosher. With Rabbi Yisroel Belsky at the helm that tradition continues." Rabbi Genack further pointed out that the OU has had an ongoing relationship with KAJ in many facilities around the country and looks forward to continuing that cooperative relationship.

As part of the transition, Rabbi Nussen Spiegel announced his departure as Rav Hamachshir. Rabbi Spiegel was assigned by the OU to supervise Empire three years ago, following a period of management turmoil and the departure of several key schochtim. Rabbi Spiegel stated, "Empire's kashrus has now been refined to a level that I believe is unsurpassed by any other poultry facility in the world. I am very comfortable that it is being left in the best possible hands - those of Rabbi Belsky, with whom I have studied and collaborated for years."

Rabbi Spiegel said that he intends to return to full-time service at the Congregation Tefillah Moshe of Monsey, New York, which he has continued to lead during his term at Empire, and from which he has been commuting every week for 3 years.

Empire CEO Van Naarden stated, "Empire owes Rabbi Spiegel an inestimable debt of gratitude for the key role he played in securing the company's industry-leading kashrus. We're certain that he will move from strength to strength as he now returns to build his own congregation, and we expect close continuing relationships with him and with Congregation Tefillah Moshe."



תוקן על ידי - joegreen - 30/08/2004 18:37:11

joegreen » 30/8/2004 18:36

Rabbi Nussen Spiegel
[בילד – נישט אפגעהיט]

weiss321 » 31/8/2004 04:24

די נייע השגחה פון KAJ ביי עמפייער איז א חלק פון מיעל מארטס טריק אקעגען רובאשקין
מיעל מארט וויל נישט אליין קאמפיטען
זיי קאנטראלען עמפייער זייט עטס גייט נישט גוט עס גייט זיין זייערס אויב די נייע הכשר וועט זיך אויסארבעטן

זיידיאנטשי » 2/9/2004 20:08

מן_הסתם שרייבט:

רובאשקין עד אין בלאט איז א קלארער אנזאג אויף א ביטערע מלחמה אין די פלייש-יאטקע מארקעט

joegreen » 2/9/2004 20:51

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

פשטידא » 7/9/2004 17:09

רעדענדיג נעכטן מיט א זון פן ר' מענדל וויינשטאק פון מיעל מארט, האט ער זיך זייער אפגערעדט אויף ר' אהרן דער רב פון קרית יואל.

ער זאגט מיר אז ווייל זיין פעטער אהרן וויינשטאק האט געגעבן א מיליאן דאלאר פאר קווינס ישיבה וויל אים ר' אהרן דערלאנגען א מעסער אין ריקן.

ער זאגט אז זיין פעטער ר' אהרן וויינשטאק האט געבעטן פון ר' אהרן טייטלבוים ער זאל קאלן ר' מאיר בראנדסדארפער אז ער זאל נישט געבן קיין קבלה פאר די שוחטים, ווייל דאס וועט אונטערהאקן דעם עקזיסטענץ פון מיעל מארט.

פון אנדערע קוועלער הער איך אז הרב ווייסמאנדל גייט באקומען א פערטל מיליאן דאלאר א יאר פון רובאשקין פאר די השגחה, און וועגן דעם איז ער גרייט אונטערצוברענגען מיעל מארט.

עס איז קלאר אז די רובאשקין געשעפט איז א רשעות שאין כמוהו, און זיי טוען עס נאר אינטערצוגראבן די היימישע מיעל מארט. רובאשקין האט א גרויסע מארקעט פון די אמעריקאנער אידן און זיי האבן נישט וואס אריינצוקומען האקן פרייזען אויפן חשבון פון א קאמפאני וואס האט זיך מוסר נפש געווען די אלע יארן.

פשטידא » 7/9/2004 17:42

מיעל מארט איז ברוגז אויף ר' אהרן ט"ב ווייל ווייסמאנדל האט זיך דורכגערעדט מיט ר' אהרן טייטלבוים איבער דעם הכשר און פארשידענע הלכה'דיגע ענינים און טייטלבוים פראבירט צו העלפן רובאשקין, און גראבט מיט דעם אונטער מיעל מארט.

מ'ווייסט אויך צו זאגן אז ר' מנחם מאיר ווייסמאנדעל האט געבעטן אז טייטלבוים זאל קומען מיט אים קיין אייאווע, ווי רובאשקין האט זייער פלענט פאר בהמה פלייש. אויב וועט טייטלבוים פארן, איז א סימן אז ער באקומט געלט פון רובאשין אין איז א שותף צו די שחיטה קעגן מיעל מארט.

יענקעלע11 » 7/9/2004 18:00

פשטידא
זאג ר' אהרן האט נישט קיין רעכט צו נעמען ראבאשקין פלייש, וואס א OBLIGATION האט ר' אהרן פאר מיעל מארט, און צו זאגן אז ראבאשקין זוכט נאר צו קלאפן מיעל מארט איז אבסורד, דאס איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסן, און יעדער האט א רעכט צו פראבירן מאכן געלט,

איך שוין נישט מיעל מארט, זיי האבן געשינדן די זיבעטע הויט פונעם היימישן ציבור יארן לאנג, זיי האבן זיך אויף געפירט צו זייערע קאסטעמערס ווי חיות, פרעג נאר די בוטשערס, יעצט ווען ער איז אין פעקל קומט ער וויינען ווי א בין מען זאל עהם שוינען, ראבאשקין קלאפט נישט די פרייז, מיעל מארט האט נאר געריסן און געהויבן די פרייז, יעצט וועסטו זעהן ווי שנעל אהרן וויינשטאק וועט נאכלאזן די פרייז, צו קאמפיטן מיט ראבאשקין, און ביזדערווייל וועט דער ציבור הנאה האבן פון די ביליגע פרייזן,

עס באדערט קיינעם נישט אז ער האט געגעבן 1 מיליון דאלאר פאר קווינס, ער האט א רעכט צו טוהן מיט זיין געלט וואס ער וויל, נאר יעצט צו קומען צו ר' אהרן וויינען פארוואס מען גייט מיט זיין קאמפאטישן ווייזט ארויס זיין אראגאנץ און שטאלצקייט, פאר די מוסדות אין קרית יואל האט ער זיך "זייער" אנגעשטרענגט און געגעבן גאנצע 100 דאלאר ווען פאר בני יואל האט ער געגעבן שווערע טויזנטער דאלאר, ווען בארא פארק האט גיעפנט זייער קעמפ צו קלאפן מחנה בית רחל דקרית יואל איז ער דא געווען מיט 100 טויזנט דאלאר נו לאז עהם חיים דוד כ"ץ העלפן.

ס'איז געווען זייער א שלעכטע MARKETING סטראטעגיע אויס צו שליסן אזא גרויסן ציבור אידן וואס באלאנגען מיט קרית יואל, ער האט זיך כסדר צו געשטעלט צו די שונאים פון ר' אהרן און יעצט בעט ער רחמנות, WHAT A LOOSER.

BY THE WAY, ווי איך ווייס האט דער רבי אויסדריקלעך געזאגט אז ער וויל זאל זיין "צוויי" נו פארוואס פלייש סאפלייערס דארף נאר זיין "איינס".

פשטידא » 7/9/2004 18:10

יענקעלע
איך מיין אז מיר פארשטייען זיך נישט.

איך זעה דאס בילד אנדערש.

די גאנצע רובאשקין שידוך מיט קרית יואל איז נישט פערצופאל. עס איז נישט פאר ביזנעס און נישט פאר ביליגע פלייש.

עס איז אינטערצוגראבן מיעל מארט און נקמה נעמען אין די אחים חשובים משפ' וויינשטאק ווייל זיי האבן געגעבן א מיליאן דאלאר פאר די קווינס ישיבה.

וועסט דאך אוודאי פרעגן פון ווי אים נעם עס

קענסט זיך אליין איבערצייגן אז קרית יואל איז א פארשלאסענע מארקעט. קיין סקווירא מילך קימט דארט נישט אריין אפילו ס'איז ביליגער, אפילו ס'האט א גוטע הכשר פון טארטיקאווער בית דין.

קרית יואל האט יעצט געעפנט א אייגענע בית השחיטה. און עס וואלט געדארפט זיין קעגן זייערע אינטערעסן צו שטיצן רובאשקין. נאר די שנאה צו מיעל מארט און דער רייץ צו פיקסן די וויינשטאק ברידערס שטייט העכער אלעס.

ס'איז דא וואס זאגן אז ר' אהרן טייטלבוים שטייט גאר אינטער די גאנצע זאך. ער האט צוגערעדט ווייסמאנדעל און געווען דער שדכן צווישן ווייסמאנדל און בראנדסדארפער. און ער קען ווייזן אז ער איז נוטראל.

אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה.

יענקעלע11 » 7/9/2004 18:40

דאס וואס די זאגסט איז סברות כרסיות, איך בין נישט באקאנט וואס עס טוהט זיך מיט די מילך אין קרית יואל, צו עס איז יא דא אדער נישטא סקווערע מילך, אבער כך דרכה של עולם, איך שטיץ מיינע ידידים, מיינע מענטשן, דאס הייסט אויף לשון הקודש "הכרת הטוב" פאר אהרן וויינשטאק האבן מיר קיין שום "הכרת הטוב" ער האט זיך נישט געהאלטן פאר א "ידיד" נו פארוואס זאלן מיר נישט גיין קויפן ווי ס'איז ביליגער,

איך וועל זיין הולך רכיל ומגלה סוד, עס איז ידוע אז מען האלט ביים עפענען א בוטשער סטאר אין וויליאמסבורג, איז ווען מען האט געבעטן מיעל מארט זאל סאפלייען פלייש פאר'ן נייעם בוטשער האט אהרן וויינשטאק שטאלצערהייט גענטפערט "לא" מיא א אלף, ער וויל זיך נישט איינרייסן מיט UTA און וועט נישט פארקויפן זיינע פליישן פאר'ן נייעם בוטשער, ער האט געוויסט אז ער איז משה גרויס ער איז דער איינציגער היימישער סאפלייער פון היימישע שחיטה און ער האט זיך אנגעפיפן אויף די קרית יואלער קאסטאמערס, דאס אסאך צו געהאלפן אז מען זאל מוזן גיין זוכן א אנדערן סאפלייער, אמת יעצט איז ער שוין וויליג צו צושטעלן וויפיל פלייש מען וויל אבער איך מיין אז עס איז שוין אביסל TOO LATE.

עפשטיין » 7/9/2004 18:42

פשטידא

רובאשקין טוט א רשעות אז זיי גייען אריין אין נאך א מארקעט?

זיי מיר מסביר דיין סברא.

אין אז די זאגסט נאך אז זיי גייען שניידען פרייזען איז דאך אוודאי גוט, ווער קען האבען טענות ווען כלל ישראל וועט צאלען ביליגער?

ekstein » 7/9/2004 18:54

איך האב נאכנישט אריינגעקוט אין די פרשה צו דערגיין פינקטליך די פאקטען אין קענען באריכטען דערויף מיט קראנטע אינפארמעשאן
אבער איין פראגע האב איך יא איך האב אן אלטען דאקומענט פין תש"ח ווען מיעל מארט האט זיך געגרינדעט האט עס געהייסען אין די צייטונגען "סיגעטער פלייש געשעפט" פין די סיגעטער קהילה אויף 152 יוס סטריט אין מיטדי שחיטה פינעם סאטמערן שוחט(הרה"ח ר אברהם ווערצבעגער ע"ה)אין דעלמאס צו צו אדוועטייזען מין נאמען פין סאטמער סיגעט וואס איז דאן געווען פארפיינטעט אין די אידישע גאס איז נישט געווען דאן א פלאס
אין מיט אויסשליסליכע השגחה פין כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס איז אריבער30 יאר געווען דער בעל המכשיר פין מיעל מארט
ממילא פארשטיי איך גוט אז אהרן איז בייז דערויף (איך האב עס נאכנישט קאנפארעמעט) וויל אהרןס הכרת הטוב פאר זיין טאטען איז טאקע א זאך וואס חארינער וויל פאר יעדן פרייז אונטער גראבען זיין אויטאראיטעט(אין ער האט נישט געלייבט אז 5 יאר אין ב"ה נשיא אלוקים בתוכינו)

אויב איך וועל האבן צייט וועל איך עס נאכגיין מיט מער אינפארמעשאן

איך געדענק ווען איך האב געלערנט אין די ישיבה אין איך האב(ליידער צו מיין באדוירען ) פרייואט געלערענט מיט אהרן די סוגיא פין מצות לאו ליהינות ניתנו אין אינמיטען איז ר אהרן וויינשטאק אריינגעקומען אין אהרן האט מיט עם ארום גערעד פינקטליכע דיטעלס וועגן דעם גאנצען פלייש מארקעט האט ער מיר געזאגט אז דער טאטע האט עם געזאגט
אז דאס אז דער חסידישער עולם האט אין כשרות אין פלייש מארקעט דעם העכסען סטאנדארט איז נאר צו פארדאנקען ר אהרן וויינשטאק ווייל ער קארג נישט קיין פעני אין מי אין אלעס וואס איז פארבינגען מיט דעם פאר כשרות

אפשר וועט מיעל מארט מאכן פעיבעיק ..אין עפענען א געשעפט אין קרית יואל ספעציעל פאר ביליג... אין דער קרית יואער עולם וועט קענען האבן פלייש פאר ביליג (ווייל ווי איך הער נאכנישט קאנפארעמט ווייל איך האב נאכנישט געטוען אין דעם פעלד צו אסאך (נאר ווען איך האב געלערענט טריפות אין ארויס גענומען די הוראה)
איז אין קרית די פלייש די טייערעסטע פין אלע חסידשע מקומות
יאכלו ענוים וישבע



תוקן על ידי - ekstein - 07/09/2004 19:45:59

joegreen » 7/9/2004 19:01

רבשע: דאס איז א ביזנעס מחלוקה ווי קומט דא ארײן די סאטמער'ע טינופת?

עפשטיין » 7/9/2004 19:24

EKSTEIN
אדרבה זאל רובאשקין אויפמאכען א געשעפט אין וויליאמסבורג, אין מיעל מארט אין קרית יואל, ביזנעס איז ביזנעס א מאנאפאל טאר נישט זיין, אין כלל ישראל וועט נאר הנאה האבען פון דעם.

yohcee718 » 7/9/2004 19:25

די סאטמארע מיינען אויף זיי שטייט די וועלט פון כשרות.

פשטידה
רובאשקין האט אללע מאהל פון לאנג געהאט א גאר גאר 'היימישע הכשר' טייל. פון הרה"ג ממארגערעטן שליט"א
you cant get more satmar then the Margeretener Rav can you?

מ'קען נישט זיין פויפסט'ליכער פונעם פויפסט

דיין טענה פון רשעות איז טאטאל א פארוקטע אהן זינען און בכלל נישט אפילו אמת'דיג אויף די פאקטען

יענקעלע11 » 7/9/2004 19:28

עקשטיין,
מי יתן והי', נישט נאר אין קרית יואל זאל ער עפענען פאר ביליג, נאר אויך אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, ובכל מקומות מושבי אחינו בני ישראל, דעמאלטס וועלן מיר זייער דאנקבאר זיין פאר... ראבאשקין, הרב ווייסמאנדל, הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, וואס א דאנק זיי וועלן קענען אחינו בני ישראל נהנה זיין פון ביליגע פליישן, און פאר ר' אהרן וויינשטאק וועלן מיר מוחל זיין בלב שלם פארן רייסן אזעלעכע טייערע פרייזן די אלע יארן,

זאג נאר, ווען G&G קלאדינג האט זיך געפענט און האט געקלאפט די פרייזן פון ראטה, זינגער, פראנקפורטער האט דיר אויך אזוי שטארק וויי געטוהן?, אדער ווען כולל גראסערי אדער סענטראל מארקעטינג קלאפט די פרייזן פון אלע גראסערי סטארס, צו טוהט דיר אויך אזוי וויי?,
COME ON, GET A LIFE

יענקעלע11 » 7/9/2004 19:43

עקשטיין, העיקר שכחתי,
פון תש"ח איז שוין פאריבער באלד 50 יאר, און טאמער האלסטו אז דאס איז אונז מחייב 50 יאר שפעטער, פארלאנג איך אז אהרן וויינשטאק זאל רעכענען די פרייזן פון פאר 50 יאר צוריק...

ekstein » 7/9/2004 19:49

איך בין נישט דערקעגן פאר נידעריגע פלייש פרייזען
נאר אנצוהאלטען א גוטע השגחה מיט א הויכע סטאנדארט
קאסט געלט
טריפה פלייש(איךמיין ח"ו נישט קיינעם)קאסט פעניס וועל איך וועגן דעם נאכלאזאן דעם סטאנגארט אויך כשרות?

פשטידא » 7/9/2004 19:51

איך האב דאך יעצט מסביר געווען אז די מעשה איז נישט אזוי פשוט ווי די לייגסט עס אראפ.

קרית יואל זיכט נישט צו געבן ביליגע פרייזען.
קרית יואל זיכט נישט די טובה פון די קאסטימערס.
ביי מילך און אנדערע אייטעמס לאזן זיי נישט קיין קאמפעטישאן.

דא ביי מיעל מארט שפילט מען א שמוציגע פאליטיק.
אין די צייט וואס די אחים וויינשטאק האבן זיך מוסר נפש געווען אז עס זאל זיין ביליג פלייש, מישט מען יעצט פאליטיק.

איך זאג נישט אז ר' אהרן איז דער רוקן ביין פון די רובאשקין פלייש, אבער עפעס געשעפטן גייט פאר. נישט אומזיסט בעט מען ר' אהרן ער זאל פארן קיין אייאווע.

זייט ווען איז ר' אהרן אין די השגחה ביזנעס?

עפשטיין » 7/9/2004 19:54

פשטידא

וואס די זאגסט וועגען ר' אהרן אינטערסירט מיך אינגאנצען נישט, אבער דאס וואס די זאגסט אז רובאשקין טוט א רשעות שאין כמוהו דארפסטו בעסער מסביר זיין.

hotwire » 7/9/2004 19:59

הערטס ענק אויף צו שלאגען ווי קליינע קינדער, קאמפעטישען איז גאוד פאר ביזנעס אין אלע הינזיכטען
רעביסטווע, סוטס, מילך, אין יעצט פלייש, מען דארף נאך א גיטען קאמפעטישען פאר קדם, מיעל מארט רייט אויפן עולם גענוג לאנג, אלעס האט א שיעור

און אויב גאב"ד קרית יואל וויל שטיצען וועמען ער וויל און ווער עס שטיצט עם אשרי לו ואשרי חלקו.

וויינשטאק שטיצט וויליאמסבורג מיט געלט זאלען זיי שטיצען מיעל מארט, און אויב רובאשקין וועט שטיצען קרית יואל מיט געלט זאל קרית יואל שטיצען רובאשקין

ובדרך אגב, רובאשקין זענען חסידישיע ליובאוויטשע יודען וואס זענען מדקדק קלה כבחמורה, און בפרט אין שחיטה איז ליובאוויטש מער מחמיר ווי אנדערע, עני טיים אזוי כשר ווי עמפייער ווי מיעל מארט שעכט זייערע עופות, מיטען הכשר פין דעם מחרף ומגדף מסלף תורת אמת ישראל בעלסקי

גורארי » 7/9/2004 20:02

ביי רובאשקין קען זיך מאכען א פראבלעם פון מעשיחסטישע שוחטים.

yohcee718 » 7/9/2004 20:14

HOTWIRE

דאס אז בעלסקי איז א מחרף ומגדף איז אמת 100% איך האב איהם געהערט אויף א טעיפ ווי ער חוזיק'ט אפ דעם חתם סופר עפרא לפימיה!

דאס אז לובאוויטש איז מער מחמיר איז אויך אמת לגבי שחיטה
אבער איך וויל נישט עסען פון א משיח'סט קיין שום בשר אזא אמונה טפילה איז חוץ אונזער אמונה.

ווייס איך נישט וואס ווייסמאנדל גייט טוהן אויב פאר א פאר $$$ גייט ער מטהר זיין די משגועים איז טאקע אך און וויי

אויף 'קדם' מיז מען אויף מאכן אן עקסטערע אשכול.

זיי זענען די ריכטיגע פרנסים המתגאים על הציבור.

כמעט עס איז נישט דא א סעודה א שבת א טאג וואס גאנץ כלל ישראל צאלט נישט קיין שטייער צו די הערצוג משפחה.

און דער מאנאפאל איז טיעף טיעף אריינגעווארצעלט זיי האבען אלע צייטונגען אלע רבנים אלע אונז אלע!

IN THE BACK POCKET

shia550 » 7/9/2004 20:40

יאסי
אויך אבי געשאסען.

איינער האט דיר געזאגט אז די זאלסט נישט קאמפיטען מיט קדם? פארקערט איך זע אז מיט אלע קאמפעטישאן קויפט דער עולם קדם מיט גפן.

yohcee718 » 7/9/2004 21:23

ווער עס קען די כשר'ע מארקעט ווייסט אז קדם וויין טוט כל מיני שטיק נישט לאזען קיין קאמפעטישען אבער כידוע וואס וואולט געוועהן קרימינאל אין דער מארקעט איז פיין פאר אונז ווייל אללע שרייען 'מסור מסור,

אויב קדם קען זאגען פאר א ליקער סטאר אויב די נעמסט תירוש וכדומה. וועל איך דיר נישט סופלייען מיט מיינע וויין איז עס קרימינאל לויט דעם געזעץ אבער ווער וועט גיין צום US ATORNEY?

טאגליכט » 7/9/2004 21:27

אז מ'רעדט שוין פון קדם גפן דערציילט מיר איינער וואס איז אין די לעבל פרינטינג ליין אז קדם גפן און משפחה איז איין משפחה זיי דארפן פשוט א נייעם נאמען פאר די טעקסעס
רבותי ווען איר עסט משפחה פראדוקטן רעדטס ענק נישט איין אז עטס עסטס עפעס בעסערס ניין עטץ עסטס די זעלבע LOW QUELITY uווי גפן

נייטעראל » 7/9/2004 23:26

עקשטיין, זאג נאר, אין ניו סקווער קען מען באקומן קר"י מילך? פארוואס זאל קר"י יא אריין נעמן סקווערע מילך.

חוץ מזה אין קר"י קען מען באקומען גאלדען פלא אויך, דעסטןןעגן קויפט רוב עולם די קר"י מילך ווייל ס' איז בעסער, משא"כ סקווערע מילך האט מען מיט גרויס פאמפע אריין געברענגט אין וומב"ג אפאר יאר צוריק, דאך קויפט עס כמעט קיינער ווייל עס איז די שוואכסטע קוואליטעט.

וועגן מיל מארט, ווען איחוד האט באשטעלט פלייש פאר פסח 2 יאר צוריק, צו פארקויפן פאר ביליג, האט מילמארט די לעצטע מינוט צוריק געצויגן די דעליווערי אינטערן דריק פון נועם המדות UTA, און געלאזט הונדערטער מענטשן שיעור אן פלייש אויף יו"ט, (די לעצטע מינוט האט מען באקומען פון מאנטריאל), נא זאג די דארף מען נישט קיין קאמפאטישן?.

hotwire » 7/9/2004 23:35

משפחה איז רוקח נישט קדם (אסטרייכער פון סקווירא)

משיחיסטן זענען נישט קיין אפיקורסים, זיי מעגען האלטען אז זייער רבי איז משיח אדער ראוי צו זיין משיח, לעבעדיג צו טויט, עס איז נישט קיין אפיקורסות, העכסענס משוגעת.

אויב די קענסט היסטאריע אביסלע ווייסטו אז אמאליגע חסידים האבין אייביג געהאלטין אז זייער רבי איז משיח, און לובלין ביים חוזה (נישט אז די ליובאוויטשער רבי איז די חוזה) האט מען געפרעגט פארוואס דארף מען בעטן ולירושלים עירך וואס פעלט אין לובלין. ווי אויך און ריזשין האט מען געהאלטען די ריזשנער פאר משיח, ר' ברוך ממעזיבוז וכו'

אין נאך פריער רבי עקיבא מיט בר כוכבא

כורמיזא » 7/9/2004 23:52

ס'איז נישט ריכטיג, משפחה איז א קאמפאטישען מיט קדם און מ'האפט אז ער וועט זיך געהעריג אריין רוקען אין די מארקעט אז קדם זאל נישט קענען פאדערען פרייזען העכער פון די שוויות.

ekstein » 8/9/2004 00:13

ווי אזוי האט דער חכם יהודאי הגה"צ מוואדיסלאוו זצ"ל
דיזעגנירט די ליבאביטשער משיחיתטען (עס האט נאך דעלמאס נישט געהאלטען אזוי ווייט אין דער משיחיתטשער באווענגונג איז נאך געווען באהאלטען)מיט זיינע קלוגע אויגען

עס איז די רעליגיע וואס ענדלט דאס מערסטע צו אידישקייט

אין נישט איך נישט דו וועלען עסען פין א שחיטה וואס א משיחיסט
האט געשאחטען (די אראבער שחטען אויך האלאל פלייש )

תוקן על ידי - ekstein - 08/09/2004 0:17:14

עפשטיין » 8/9/2004 01:07

לאמיר נישט פארפארען אבער אמאליגע חסידים האבען נישט געהאלטען אויף טויטע רבי'ס אז זיי זענען משיח ווייל דאס איז קעגען חז"ל, און ממילא אפיקורסוס.


גפן זע איך אז ווי פיל קאמפעטישאן זיי האבען איז עס נאך די שטערקסטע.


אגב איך זע גארנישט שלעכט מיט נו סקווערער מילעך, איך קויף עס כסדר.

תוקן על ידי - עפשטיין - 08/09/2004 1:31:14

מקוה_איד » 8/9/2004 01:22

מ'זאגט נאך אז אויב מ'לאזט ארויס א פאלשע קלאנג אויף איינעם אז ער איז געשטארבן איז עס א סגולה פאר אריכות ימים, די גרעסטע ראי' איז די ליבאוויטשער רבי.

13Hooper » 8/9/2004 01:39

עס איז לעצטענס דא באהאלטין 2 סעקיאריטי גארדס אויף דעם ביה''ח

ווייל מען האט עיהם געסטראשעט מיטן לעבען

תוקן על ידי - 13Hooper - 08/09/2004 1:43:15

זיידיאנטשי » 8/9/2004 01:43


13Hooper סאיז א גוטס

מענין לענין האט איינער געפרעגט פארוואס אלע בית הקברות האבען א וואנט ארום?
beacuse people are dying to get in

מענדלדרעי » 8/9/2004 03:33

פשטידא

מילעך אין אנדערע לאקאלע פראדוקטען איז א הכנסה פאר די קהילה, פלייש האט א הכשר פון נירבאטור, וואס האט דאס מיט אונז?

גאסט » 8/9/2004 03:34

עס איז געווען איין שחיטה וואס האט באקומען א היימישע הכשר אפאר יאר צוריק, דער בעל מכשיר האט נישט געוואלט אז א ליבאוויטשער שוחט זאל בלייבן שחט'ן זאגענדיג אז אויב א טויטער רבי קען מען זאגן אז ער לעבט וואס וועט זיין אויב א הינדל וועט זיין נבילה? וועט ער אויך זאגן אז ער לעבט?

מויל_מאכער » 8/9/2004 04:21

hello my fellow members!
im sorry for writing in english ,but its easier for me

i would like to put my 2 cents in on this issue

1 meal mart did not tell k.j that they will not sell them meat for theyre williamsburg stores never

mr weinstock didnt "not" give money to kj . it just so happens that nobody from kj ever went to ask for anything and the way of "asking" is not to send a dimwitted fundraiser to blackmail a longtime existing freind of the heimishe community as a whole and satmar
specificaly and especially the bread giver and the iron pillar of the current satmare rebbe and his family.
thirdly about the pricing : anybody that is familiar with the market and the unstability of it knows and respects their ambiguity of always trying their best to cater the best and the highest quality: let it be shochtim mashgichim customer service their product is the top of the line across the board nobody comes close to their product or customer service and to write that they treated their customers like animals is just stupid ... stupid because rubashkin "is " and has been a competition for meal mart for 20 years or so, and so has international & the prices were always cheaper,by the competition the reason that meal mart is still in buisness is because they are the only company known to
respect their customers and communitys needs , because when it comes to price they do not look to compete


and by the way ask any butcher or restraunt in and around our heimishe neighborhoods that buy and sell rubashkin meat to us "medakdikim" without notifying "us chasidishe yiden" which is a story for itself..... ask them : if they need anything and rubashkin doesnt even answer his phones because he does not have or when they get shorted for no good reason or when they get their shipments a week late and nobody even gives a hoot to notify them !!!! ask them who they call and who caters to them and u wil fid that meal mart is the king of the line in all aspects only because they are responsible owners and yiddin with a hartz and bloos runs thru their veins and not "vodka" yechi hamelech..........................and that about sums it all up .in my mind .



i hope i didnt bore anybody ,
בלאט: 1 2