כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אין ניו יארק
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1071362
די טאהש רבי שליט"א איז נעכטן אנגעקומען קיין ניו יארק, און היינט נאכט קומט פאר א גרויסע דינער אין ניו דזערסי פאר עשירים.
פרטים ווער האט?
How long is the Rebbe staying in New York, will he be taking Kvitlach, where?
ס'וועט זיין בילדער ?
די דינער איז היינט מיטוואך אווענט פאר פאראויס פארקויפטע זיצן זיי לאזן אריין נאר באצאלטע געסט נדבנים עשירים ווער עס ווייסט עפעס מער זאל פליז פאוסטן
עס איז געווען נעכטן נאכט אין די פענסי marriot האטעל אין new jersey נישט װײט פין מאנסי..
עס איז געװען נאר פאר עשירים, מען האט געדארפט מנדב זײן לפחות $1,800 צי באקריגען דעם אײנטריט קארטעל.
די זאל האט 380 זיצען אבער עס איז נישט געװען קײן 300 מענטשן.
מײלעך טאהשער האט גערעדט און אױך דער טאהשער רבי.
עכאבה
300 פערזאן וואס גיבן $1800 א פלעיט איז אויך נישט שלעכט?
אבער לויט מיין אינפארמאציע (כ'האב גערעד צו איינער וואס איז געווען) זענען געווען ערגעץ צווישן450-500 מענטשן, וואס יעדער (חוץ טאשער רבינ'ס קינדער) האט באצאלט די ח"י מאות. דאס הייסט יא א געלונגענע אקציע.
דער טאהשער רבי שליט"א האט געלאזט הערן דברות קודש און דברי ברכה מיט א גרויס התרגשות, און אויך זיך אויפגעשטעלט טאנצן און געמאכט דערביי תנועות מיט די הענט וואס האט דורכגענומען די עולם.
דער טאשהער רב ר' אלימלך טאהשער רבין'ס זון האט גערעדט,
אויך האט גערעדט ר' חיים לייביש ראטענבערג שליט"א קאסאניער קאזאווער רבי פון פארשעי מאנסי. און נאך צוויי עסקנים האבן גערעדט אין נאמען פון די מוסדות. אין איד איז דא עפעס בילדער. ווער עס האט נאך דיטעילס קען שרייבן
טאהשער רבי
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי די עסקנים געבן איבער האט מען אויך געמאכט א נייע האטליין פאר אלע קאלס וואס קומען אריין פון די גאנצע וועלט קיין טאש
ווען מען רופט הערט מען
for fench press #1
for portuguese press #2
for english press #3
for yiddish please hang up
איינער האט בילדער?
אינגערמאן ביזט אן אהרוני וואס לייענט נישט דעם איד?
אופס, אוי וויי כ'האב געמאכט גילוי?
זיי מיר מוחל
די בילדער פון איד.
[בילד – נישט אפגעהיט]
בשעת'ן בענטשן דעם עולם ביי די ריקודין
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער איד איז געווען די איינציגסטע חרדי'שע צייטונג וואס האט שיין געדעקט טאהש.
צי ווייסט עמיצער פארוואס דער בלאט האט נישט געברענגט קיין בילדער אדער אפילו א גאר קורצן באריכט אז דער טאשער רבי שליט"א איז צוגאסט אין אמעריקע?
צו ווייסט איינער פארוואס הגה"צ אבד"ק טאהש שליט"א האט געשיקט היי יאר זיין טאכטער צו מחנה בית רחל קרית יואל?
נייטראל
פארוואס מישטו אריין פריוואטע מענטשען אין פאליטיק?
עקלדיג.
שיע
וועלעכע פריוואטע מענטשן?
וועלעכע פאליטיק?
טיפושדיג
"געזעגענען" ס'איז יא געווען א קורצע באריכט אין "דער בלאט" אויף זייט 2 מיט א באקס, אז אן אויספירליכע באריכט וועט נאכפאלגן מן הסתם וועלן זיי אויך האב די בילדער נעקסטע וואך.
דאס דעקונג איז נישט קין רייע, דער בלאט דעקן געווענליך אלע רעבישע הויפן שענער ווי דער איד, ווייל זיי זענע דא מער פאר ביזנעס און צופרידצושטעלן "אלע" קרייזן. אבער ס'מאט זיך אלץ אמאל אן אויסנאם, ווען זייער רעפארטער האט נאכנישט דערווישט די נייעס וואס דער אנדערער האט יא, א.ד.ג.
און נער-בלייבט-נער תמים, ס'אהרט מיך בכלל נישט אז דו באשטעטיגסט מיך פאר אן אהרוני. אבער כ'האב בסך הכל געוואלט זעהן נאך בילדער, ווער ס'ליינט דא ווייסט אז איך האב ליעב צו זעהן בילדער פון אלע היימישע געשעענישן.
אלענספאלס שכוח פאר די טירחא פון ארויפלייגן די איד-בילדער, כ'וועל זיי יעצט קענען סעיווען אין מיין רבי'שע בילדער קאלעקאשן.
"נייטעראל": פארוואס נישט?
טאהש איז נאך צוריק געבליבן מיט די נייע פאקטן ווער ס'איז כשר און ווער ס'איז טרייף.
דארפסט פארשטיין אז ס'איז אביסל שווער געווען מיטצוהאלן די לעצטע פאר יאהר ווער ס'איז רעכט ווער ס'איז לינק און ווער ס'איז טרייף.
אייער נעכטן איז בני יואל שארמאש און די רעבעצינס מענטשן געווען חזיר-טרייף, היינט זענען זיי די בעסטע ברודער.
נעכטן האסטו פארלאנגט טאשער רבי זאל אונטערשרייבן אז די פובליק סקול איז מותר לכתחילה, היינט האלטסטו אז ס'איז טרייף.
נעכטן איז קיט"ל בקר"י און דאס שטעטל קרית יואל געווען דער קרוין פון מלכות סאטמאר, היינט איז עס א סעקאנד קלעס שטיעף קינד, איינער פון די צענדליגער בתי מדרשים אין קר"י ווי מ'האט געגעבן פריטשאג כ"ו אב נאך בית יואל, שארמאש, ויואל משה, קומט קיט"ל.
נו, די טאהשער זענען נאך אביסל צוריק געבליבן און זענען שוין צעמישט פון אונזערע ליניע טוישן יעדער פאר יאהר, ביי זיי איז נאך א קעמפ פון סאטמאר קרית יואל כשר למהדרין מן המהדרין. און אז דאס איז מער פאפולער ביי די מיידלעך, שיקט דער טאהשער רב אויך אהין. פונקט ווי אנדערע בשר ודם'ס.
אגב, איך הער אז אין טאהשער קרי' סופערמארקעט ווערט בריש גלי' פארקויפט "דער בלאט" זייט ביי די זייט מיט דער איד , נו, עבירה גוררת עבירה.
נייטראל
קענסט מיר זאגען פארוואס די נעמסט א ציווילער מענטש ווי דעם טאשער רב אין די שמירסט אים אויס אויף היידפארק פאר זיין חטא צו שיקען זיין טאכטער אין א סקול וואס שמעקט דיר יא אדער נישט.
מאקסימום וועסטו אויפטון אז יעדער רעכט דענקיגער מענטש וועט טראכטען צוויי מאל פאר ער שיקט א קינד אין א קעמפ ואס די יענטע'ס דארט גיבן ארויס די רשימה פון די מיידלעך דארט פארן געלער נייטראל, ארויפצושטעלן אויף היידפארק.
א רב איז א פובליק פפיגור, ער איז נישט קיין צווילער מענטש.
איך האב נישט באשמוצט, עס איז נישט קיין עוולה צו שיקן אהין.
אגוטע וואך
עס קומט אבער נישט אריין אין דעם אשכול.
דא האט מען באהאנדעלט דעם באזוך פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק מטאהש שליט"א אין אמעריקע, און נישט קיין זייטיגע ענינים.
געזעגענען ביסט גערעכט, עס קומט טאקע נישט אריין דא.
אבער אזוי ווי מ' האט דערמאנט אז דער בלאט האט עס נישט באשריבן, וואס ער האט געוואלט ארויס ברענגן אז עס הערשט א רוגזה צווישן טאהש און די ארונים האב איך פארציילט א פאקט אז זיין אייניקל גייט אין קעמפ ב"ר, איז עס מענין לענין באותו ענין.
וועל מיר קוקן אויב די מישסט אויך נישט אויס קיין 2 ענינים.
דאס אז א רב איז א פובליק פיגור און ביי איהם גייט נישט אן קיין ךלשה"ר רכילות הלבנת פנים און פרייוועסי, דאס איז א מפורש'ש פסק הלכה פון די גואישע רכילות זשורנאליסטן
און פאסט נישט פאר א היימישן "נייטעראלן" יונגערמאן אזוי צו זאגן
איך האב נישט געזאגט אז מ' מעג אים באשמוצן, פארקערט איך האב געזאגט אלס מעלה אז ער שיקט דארט זיין טאכטער.
דא אויף הייד פארק האלט מען אין איין באשמוצן 2 רבנים "פובליק פיגורס" ר"א און רז"ל און איך האב קיינמאל דיך נישט געזען מוחה זיין.
פאסט נישט פאר אזא חשובער "אינגערמאן" ווי די
אגוט געבענטשט יאר פאר "גאנץ" כלל ישראל
ידידי היקר נייטעראל שיחי', שטאטס סתם אנברענגן די צייט מיט טענה'ן, קום לאמיר לערנען א שטיקעלע גמרא.
ואמר רבי אילעא משום ר' אלעזר בר' שמעון
כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע
רבי אבא אומר חובה שנאמר
אל תוכח לץ פן ישנאך הוכח לחכם ויאהבך
(יבמות דף סה/ב)
נו, ס'איז שוין פארענטפערט דיין קשיא?
דער בלאט איז געווען די ערשטער צו מעלדען מיט א פאר וואכן צוריק אז כ"ק מרן אדמו"ר מטאהש שליט"א גייט זיין אין ניו יארק, אין דער איד האט דאס ערשט געמאלדען די ערשטע מאל די וואך און אויך אן א באשרייבעונג.
ווי איז טאהש רבי געוווען דעם שבת איז ער שוין אהיים געפארן?
אינגערמאן,
איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיט די גמרא.
אבער אבי די לערענסט א שטיקל גמרע
אגוט געבענטשט יאר פאר "גאנץ" כלל ישראל