יומא דהילולא דרבינו הקדוש בקרית יואל
72 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1052150
די צענטראלע יומא דהילולא וסיום הש"ס פון סאטמאר ביומא דהילולא דרבינו הקדוש וועט פארקומען דארנעשטאג נאכט ווי אלע יארן אין גרויסען שול וואס רבינו הקדוש האט אויפגעשטעלט אין קרית יואל במעמד פון טויזענטער סאטמאר אידן און חסידים
ווי וועט די סאטמאר רבי פירן איז א גרויסע שאלה אפשר ווי א לויזער אין די קאנטרי אדער אין עפעס א בונקער?
אין צייטונג שטייט גארנישט וועגען זיין סעודה
אינערליכע קוועלער געבן איבער אז דער רבי גייט זיין אין לארקין כ"ו אב און דארט פירן טיש.
ליצים זאגן, אז מ'האט שוין אויך באשטעלט ר' יאנקעלע גליק צוויי מאל צו די מסיבה, אזוי ווי ער האט עס שוין באוויזן אין די ערשטע לארקין מסיבה צו קומען צוויי מאל...
נ.ב. אסאך קרית יואל'ער אידן דרוקן אויס שטארקע שטיצע צו דעם לארקין פלאן.
זיי ווייזן אן, אז אויב חלילה, עס זאל זיך נישט מאכן און כ"ו אב וועט זיך אראפלאזן א גרויסער שניי... איז דא א מורא'דיגער פלאן מיט די לארקין געביידע.
ווי עס איז געשטאנען אין דער איד, אז ווער עס דארף פארן אין שטאט און אויף דאנענעבורג ראוד איז גליטשיג וועט קענען פארן אויף לארקין, און אינאיינוועגס אפשטייגן ביים רשכבה"ג אויף לארקין מיט די נייע חסידים.
איך האב יעצט געהערט אז עס קומט פאר יעצט היציגע דעבאטעס בנוגע דעם כו אב סעודה, ווייל מארגען קומט שוין ארויס דער יוד אין מען דארף וויסען וואס צי שרייבען , ווער עס האט מער פרטים זאל מעלדען, אין מהנה זיין דעם עולם.
היינט דארנעשטאג נאכט אין קרית יואל
מען זעט עפעס הכנות אויף לארקין?
אין סאטמאר ביהמ"ד רח' יואל האבן זיך באטייליגט 24X5 ארום די טישן, חוץ בחורים, און 2-3 זייטיגע טישן.
ווען די דרשות האבן זיך אנגעהויבן איז שוין די שול געווען מער געפאקט, און ארום א דרייפערטעל שעה נאך וואס די פראגראם האט זיך אנגעהויבן האט מען שוין נישט געקענט אריינשטופן א נאדל אין ביהמ"ד כע"ה.
די אויבן אָן איז געווען באשיינט פון אדמורי"ם וראשי ישיבת, צווישן די חשובע רבנים איז געווען כ"ק אדמו"ר מבורשטין ב"פ שליט"א.
ר' מאיר בראנסדאפער שליט"א איז געזעסן נעבן סאטמאר רב פון ירושלים רב טייטלבוים שליט"א.
א חלק פון די אויבן אן מענטשן. (נישט אלע נעמען קען איך)
ר' משה ראזענבערג (ר"י סאטמאר), ר' שלמה יודא הירש מו"צ סאטמאר), ר' משה וואלף זארגער (מו"צ סאטמאר), רב אולמן, רב הלבערשטאם (חבר בד"ץ עד"ה), רב שטעמער, רב טייטלבוים (רב סאטמאר י-ם), רב לייפער (טעמעשוואר), ר' אברהם כהנא,ר"י סאטמאר) ר' משה ארי' ראזענבערג, און נאך וואס כ'דענק נישט אויף די מינוט.
מיטן פראגראם האט אנגעפירט ר' יוסל ראזענבערג הי"ו.
איך האב בילדער פון די יארצייט סעודה באט איך האב נישט פון ווי ארויפצלייגן די בילדער, די פראבלעם האב איך שוין די לעצטע 2 וואכן,
יעצט באקמען אויף אימעיל פון נאך רבנים וואס זענען געווען
ר' יעקב בלויא, ר' יעקב מנדל יאראוויטש, ר' טובי ווייס ירושלימ'ער רב, ר' יחזקאל טעמפלער, ר' חיים פלאהר, כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.
דזבוי .אנא שים תמונות ......פליז
אני לא הייתי שם .הייתי צריך לראות אצל חבר לעבודה את התוכנית על ר' שמחה עקשטיין......
תגיד לי מיכאל שטרייכר היה ? הוא שר?
הרי הוא מגיע כל שנה ..............
JEWBOY
פארפעלסט דעם יארצייט פון סאטמארער רבי זי"ע?
איך מיין אז פאריאר האסטו געלייגט בילדער פון ביידע רבי'ס וואס האבען געפירט טיש אין קרית יואל, אין די צוויי זייטען פון גאס.
קעכער יש לי תמונות, אבל אין לי אפשרות להעלות תזה, פה במעבר לקפה אין ת'אפשרות לעשות תזה.
אם תתן לי ת'מחשב שלך ויש לך XP שם אוכל לשים תזה ועוד כמה תמונות שיש לי כאן מהארץ.
אדרבה ...
נתאם בתיבה האישית...
אגב.אין לי סורק בבית אלא בעבודה .אז אם יש לך מצלמה דיגיטלית אתה יכול....כן ויש לי xp
אשמח מאוד
תוקן על ידי - קעכער - 15/08/2004 2:51:50
עס איז שוין דורך אפאר טעג, איך חלש צו הערן א באריכט פון די צוויי יארצייט סעודות ווייל איך בין נישט געווען ביי קיין איינס.
עפעס קרישקעלעך האב איך יא געהערט.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען מוראדיג שפעט(12.45) און עס איז שוין נישט געווען קיין צייט פאר דרשות, מ' האט נאר געזונגען ווארעמע ניגונים, געזאגט לחיים און געבענטשט.
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע פארציילן.
ווי באקאנט האט ר"א א סלאגאן די לעצטע 3 יאר ביי זיין דרשה, איך הער אז הייאר איז געווען "רבינו עמוד בתפלה"
נייטראל
די ווילסט מיר זאגען אז די ביסט נישט געווען ביי דעם רבין'ס יארצייטט סעודה?
נישט אין סוואן לעיק אין נישט אין מאנדאו?
ניין,
אין א ביהמ"ד לעבן מיר זענן זיך צוזאמגעקומען אפאר מנינים אידען, אן קיין שום חשבונות נאר זיך מתאחד זיין מיט'ן בעל הילולא, געלערנט זיינע תורות, און פארציילט עובדות , און זיך געוואנטשען זי"ע.
איך האב אפשר נישט יוצא געווען?
אויב די גלייבסט נישט אין המשכה האסטו יוצא געווען.
ביסט אויך נישט געפארען צום ציון?
די זאליס שעמען זיך געפערליך אז זייער שטריק זאלי קען זיך עפענען זיין פרעסער און זאגן א תורה, לכל הפחות אין די הייליגע יומא דהילולא.
זיי זאגן, אז ס'יאז געווען שפעט.
אנדערע זאגן, אז ער פירט זיך ווי דער רבי זי"ע, און דער רבי האט אויך (לויט דעם געלען בדחן) קיינמאל נישט געזאגט קיין תורה אין כ"ו אב.
למעשה שטעלט זך ארויס אז אין א גאנץ קיילעכדיג יאר, האט זאלי בכלל נישט געזאגט קיין תורה, אלץ פאר אנדערע תירוצים.
1) גאנץ חודש תשרי תשס"ד איז זאלי שטיל געווען.
2) חנוכה האט ער נישט געזאגט, ווייל דער רבי איז דארט. און ס'איז א חשש פון רבינו בחיי.
3) אלע באטעס אפגעשטעלט. דער תירוץ, ס'איז זייער שפעט ביינאכט.
4) פורים און שושן פורים, האט דער רבי זיך געפירט נאר צו מאכן ליצנות... תורה מאן דכר שמיה.
5) פסח, מישט מען זיך ניטש מיט אנדערע ספרים, זאגט מען נישט קיין תורה.
6) ל"ג בעומר, איז געמאכט צו זינגען, נישט קיין תורה.
7) קרעפעל פשעטעל, אפשר וועט מען אריינזינגען... איז מען ענדערש שטיל ווי א פיש.
8) אין די קעמפס איז נישטא קיין צייט צו רעדן, ווייל אייביג האלט מען פאר מנחה...
9) כ"ו אב, זאגט מען נישט קיין תורה, ווייל דער בעל הילולא האט אויך קיינמאל נישט געזאגט ביום הכוא"ב כידוע.
אלזא, ווער עס זאגט אז זאלי גנב'ט דרשות און חידושים איז א שקרן וכזבן... ער האט קיינמאל נישט געזאגט און נישט נאכגעזאגט!
אוודאי איך גלייב אין המשכה, ה"מ בדאיכא, אבער וואס קען איך טון אז עסאיז ליידער נישט דא.
זיכער בין איך געווען ביים ציון, און האפענטליך זיך אויס געבעטן אלעס גוטס בתוך שאר ישראל.
אבער באמערקסט אז קיינער ברענגט נישט קיין באריכט פון די סעודה ביים רבי'ן שליט"א.
ווי איז געזעגענען, עקשטיין, און אלע אנדערע שמות נרדפים?
פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך באטייליגט ביי די צענטראלע סעודת הילולא אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק בראשות רבינו הגה"ק שליט"א.
דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל אום 11:15. דער רבי האט זיך געוואשן און דערנאך געזאגט דעם הדרן. א גרויס התעוות האט באנומען דעם ריזיגן ציבור ווען דער רבי שליט"א האט געזאגט קדיש מיט א מורא'דיגן התלהבות.
מיט זינגען מכתם לדוד איז מכובד געווארן הרה"ח המפורסם ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק, וועלכער האט געזונגען מיט'ן באקאנטן נענועים ניגון ווי אלע יארן.
עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די מאמענטן ווען מען האט געזונגען. רבינו שליט"א האט געזונגען מיט א ברען און דער ריזיגער ציבור איז געשטאנען און נישט אראפגענומען קיין אויג במשך די גאנצע צייט פון זינגען מכתם לדוד און דערנאך דעם באקאנטן ניגון אני מאמין בביאת המשיח און דעם אודה ניגון.
א הייליגער ציטער האט יעדן באנומען צוקוקענדיג די עבודת הקודש פון רבי'ן שליט"א ביים זינגען די ניגונים.
ייש"כ פאר'ן באריכט.
איך פארשטיי אבער נישט, מ' זינגט ניגונים ביי א יארצייט סעודה? אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישט געזונגען נאר מכתם לדוד ביי א יארצייט סעודה, ווען און ווער האט איינגעפירט די נייע זאכן?
עניוועי, ענדיג דיין באריכט, פון די סעודה, מיר זענן זייער נייגעריג צו הערן.
נ.ב. פארוואס איז רבינו שליט"א אריין געקומען 11.15, אין איד איז דאכט זיך געשטאנען אז מ' וועט בענטשן 11.00?
וואס א כאזעראצקע מיט געמויזכעץ האט אונז אונזער געזעגענען אנגעשמירט... און מיינט אז קיינער נעמט נישט אין אכט די בונדאש.
אלזא, בעט איך אים איבער פון פאראויס, פאר'ן אים שטעלן צום פארהער אויף די קרעפלעך וואס ער פארקויפט מיר:
ער שרייבט:
פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך באטייליגט ביי די צענטראלע סעודת הילולא אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק בראשות רבינו הגה"ק שליט"א. געוואלד.. טויזנטנער מענטשן... און ליידיגע ברענטשעס. היכן יתקיימו שניהם?
דאס איז שוין נאך אלע קעמפס ווערן "געהיידזשעקט" קיין קווינס קעמפ...
ווי זענען געווען אלע רבנים? ווי זענען געווען אלע שיינע אידן? פארוואס האט מעיאר ראטה, חיים ראטה, זישע פעדער און שמשון יאנקעל גאלד געמוזט זיצן אויבן-אן...
דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל אום 11:15. דער רבי האט זיך געוואשן און דערנאך געזאגט דעם הדרן. א גרויס התעוות האט באנומען דעם ריזיגן ציבור ווען דער רבי שליט"א האט געזאגט קדיש מיט א מורא'דיגן התלהבות.
פארוואס האט זיך דער שטריק און עם הארץ זאלישל נישט געוואשן אינעם הייליגן יומא דהילולא...
פארוואס האט דער שטריק נישט געזאגט קיין ווארט תורה אינעם הייליגן טאג?
מיט זינגען מכתם לדוד איז מכובד געווארן הרה"ח המפורסם ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק, וועלכער האט געזונגען מיט'ן באקאנטן נענועים ניגון ווי אלע יארן.
אזוי ווי ביים רבי'ן זי"ע אין כ"ו אב אין ארשיווע און קראלע
עס איז נישט מעגליך צו שילדערן די מאמענטן ווען מען האט געזונגען. רבינו שליט"א האט געזונגען מיט א ברען און דער ריזיגער ציבור איז געשטאנען און נישט אראפגענומען קיין אויג במשך די גאנצע צייט פון זינגען מכתם לדוד און דערנאך דעם באקאנטן ניגון אני מאמין בביאת המשיח און דעם אודה ניגון.
פוי. דעם טמא'נעם ניגון אני מאמין האט מען געזונגען אין די יארצייט. שלמה יאנקעל געלבמאן (געלער בדחן) שרייבט אין מושיען של ישראל, אז דער רבי זי"ע האט נישט געלאזט זינגען דעם ניגון... SHAME ON YOU - אינעם טאג פון רבינ'ס יארצייט האט מען אין קווינס קעמפ מבזה געווען און געטרעטען דעם הייליגן רבי'ן - א געהעריגע רבן דקרו אויפן געמיינסטן פארנעם...
א הייליגער ציטער האט יעדן באנומען צוקוקענדיג די עבודת הקודש פון רבי'ן שליט"א ביים זינגען די ניגונים.
זייט וועט איז דער רבי געווארן א קלאטשער... שיין דערלעבט.. נאכ'ן חוזק מאכן פון קלאטשען און זינגען נוסח וויזניץ, נוסח בעלזא, נוסח ליבאוויטש, נוסח סקווירא... ועוד ועוד.
אבי פראדעלע זעט שוין איין אז קוינס קעפ איז טויט. טויט. טויט. און מוז שוין אנהייבן משוגע מאכן דעם רבי'ן און אים מאכן קלאטשען און שאקלען כדי צו ציען עפעס מענטשן...
איך ווייס דעם תירוץ פון געזעגענען...
שהחיינו.
אפריי.
פלאץ.
לשנה הבאה.
א גוטן פורים.
אקעי... אבער א שטיקל תירוץ פארוואס זאלי קען זיך נישט עפענען זיין פיסקעלע מיט א דבר תורה לכבוד די יומא דהילולא האסטו אויך?
יא..................אדער................ניין...........
תוקן על ידי - קאנדאהאר - 16/08/2004 19:23:57מאחורי הפרגוד הערט מען אז מ'האט שוין באשטעלט ביי דעם גראפיקער שמואל שפיצער אז מ'זאל אריינשטעלן 25 מענטשן 2 מאל אדער מער אין די פיקשערס וואס גייט זיין אין "איד".
***
אויסער דעם הערט מען אז עס טוט זיך געפערליכע רייבערייען צווישן משה גבאי און משה שמואל זופניק.
זופניק שרייט אז ער האט אויסגעגעבן מיליאנען פאר דעם גרויסן בילדינג אין קווינס קעמפ ממש אין מיסט.
די בילדינג שטייט ליידיג, און אפילו כ"ו אב קומט קיינער נישט שרייט זופניק און בעט צוריק זיין געלט.
פרידמאן האט אים געזאגט אז אלעס איז אהרן שולדיג, און ער זאל נישט האבן קיין טענות נאר צו אהרן טייטלבוים וואס איז א מחוצף פאר'ן רבין.
זופניק האט אים אבער געזאגט, אז דו האסט מיר צוגעזאגט אז מ'וועט אים שוין לאנג האבן אוועקגעלייגט און ער וועט שוין זיין באגראבען...
ענטפערט משה גבאי... אבער אהרן איז א מחוצף... און וויל נישט שטארבן!
וזאלי מה אומר?
מ'לאזט מיך נישט זאגן קיין תורה, ווייל מ'האט מורא אז כ'וועל מאכן בזיונות!
ליידער ליידער!
קאנדאהאר, גיי אן מיט דיינע זיסע קאמענטארן.
מען זעט וויאזוי דו שפרינגסט פון די הויט אז "עוד אבינו חי"!!!!!
מען זעט טאקע וויאזוי דו טייטשטס אריין אין מיינע ווערטער וויאזוי דו ווילסט.
גיי אן דערמיט, און האפענטליך וועסטו אנקומען דארטן וואו דו ווילסט...
פארגאנגענע וואך איז געשטאנען אין דער איד אז זאלי איז געווען אין קעמפ מוצאי שבת פאר מלוה מלכה לכבוד יומא דהילולא און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכען טאנץ...
ווייסט איינער דער מקור דערפון צו טאנצן מוצ"ש פאר די יארצייט?
כמאמר הפתגם
פלץ יפלצון עד שיצאו עינך
עקשטיין, פארוואס ענטפערסטו נישט נארמאל ווען מ' פרעגט א נארמאלע שאלה?.
משה גבאי האט ביי זיין באקאנטע דרשה חוזק געמאכט פון טאנצען מוצ"ש פאר כ"א כסלו (כאטש מ'האט אלע יארן אזוי געטון) און דא טאנצט מען מוצ"ש פאר'ן יארצייט?, און מ' זינגט ווארעמע ניגונים ביים יארצייט (ווי מיין תגובה פריער וואס קיינער האט מיר נאך נישט גענטפערט).
אויך שטייט אין איד אז ווען רז"ל איז אריין געקומען מוצ"ש האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעשטעלט זינגען, ווער געדענקט ווי מ' פלעגט חוזק מאכן פון די ארונים אז זיי זענן מקבל פניפ מיט זינגען חזק ימלא?.
עקשטיין, פארוואס ענטפערסטו נישט נארמאל ווען מ' פרעגט א נארמאלע שאלה?.
משה גבאי האט ביי זיין באקאנטע דרשה חוזק געמאכט פון טאנצען מוצ"ש פאר כ"א כסלו (כאטש מ'האט אלע יארן אזוי געטון) און דא טאנצט מען מוצ"ש פאר'ן יארצייט?, און מ' זינגט ווארעמע ניגונים ביים יארצייט (ווי מיין תגובה פריער וואס קיינער האט מיר נאך נישט גענטפערט).
אויך שטייט אין איד אז ווען רז"ל איז אריין געקומען מוצ"ש האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעשטעלט זינגען, ווער געדענקט ווי מ' פלעגט חוזק מאכן פון די ארונים אז זיי זענן מקבל פניפ מיט זינגען חזק ימלא?.
די דיין שליט"א איז נישט געווען די ערשטע ביי די יארצייט סעודה אין קווינס קעמפ, ער האט געפראוועט פאר זיך אין ווימ"ס, ער האט געמאכט שבת פאר זיך.
די זאלי'ס קענען זיך נאך נישט צוזאמנעמען פון די שרעקליכע מעכטיגען דורכפאל פון די כ"ו סעודה אין קווינס קעמפ נאכן ברענגען אלע בחורים און עלטערע קינדער פון די קעמפס, זאל אזוי שרעקליך ביטער ליידיג זיין, די ברענטשעס זענען געשטאנען פאר יתום'עט, א זאלי זאגט מיר פאר די היי יעריגע כ"ו סעודה אין קווינס קעמפ פאר דעם אליין האט דער רבי זי"ע נישט געדארפט נפטר ווערן...
פארוואס רעדן די אהרונים גארנישט פון ר' אהרן'ס סעודה?
ווייל סיז גארנישט געווען ספעציעל, אלעס איז געווען אזוי ווי אלע יארן זייט די ערשטע יארצייט...
ווי אלע יארן איז די סעודה געפראוועט געווארן אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.
ווי אלע יארן איז די סעודה בעשיינט געווען מיט טויזענטער אידן, רבנים ואדמורים, תלמידי וחסידי רבינו זי"ע וממשיך דרכו רבינו שליט"א.
ווי אלע יארן איז געווען א מגבית פאר די מתיבתא שהושיבו על קברו.
ווי אלע יארן האט זיך דער עולם ווארעם אנגערופן צום ישיבה פונעם בעל הילולא.
ווי אלע יארן האט געזונגען מכתם לדוד די משוררים בחצר סאטמאר, משפחת ווערצבערגער הנכבדה.
ווי אלע יארן איז בשעת די צענטראלע דרשה איז די ביהמ"ד געווען געשטאפט מקצה על קצה.
משא"כ ביי די זאלי'ס איז יא געווען ספעציעל, דהיינו:
נישט ווי אלע יארן האט מען דעם רבי געפראוועט ערגעץ ווייסעך ווי אין די קעטסקילס, "קווינס קעמפ" בלע"ז.
נישט ווי אלע יארן איז די סעודה געווען אנגעפיקעוועט מיט אידן וואס רבינו שליט"א אלס געווען ביי זיי א לצנות.
נישט ווי אלע יארן האט געזינגען מכתם לדוד דער וועלטס מנגן הרה"ח ר' עזריאל גליק, כאב די פולע כבוד צו איהם, אבער איך מיין אז ליפא ט"ב קען בעסער זאגן א פשעטיל ווי ער זינגען.
נישט ווי אלע יארן האט מען נישט געהערט קיין ווארט ד"ת פון קיינעם.
נישט ווי אלע יארן האט די גאנצע סעודה געדארט א קנאפע שעה.
נישט ווי אלע יארן איז געווען דארט אן אויסגעשפילטער עולם, ליידיגע זאל, ליידיגע ברענצ'עס.
אינטערעסאנט.
די סעודה ביים רבי'ן איז געווען אויסגעשפילט (לויט די אהרונים) און זיי זענען גאר די וואס שימפן און שוימען.
ווער עס איז געווען ביי די סעודה איז גאר צופרידן.
א היכי תמצא!
ווייל די זאליס זענען די נועם המידות, זיי אויסגעארבעט מיט די שיינע מידות פון "מסתפק במיעוט" און "שמח בחלקו"
משה ש. זופניק האט נעכטען געברענט פאר כעס אין די קליימער מקוה, ווען אפאר אהרונים האבן אים געטרינקען די בלוט פון די ביטער ליידיגע זאל כ"ו אב אין קווינס קעמפ, ער האט געזאגט נאכדעם מיט ווייטאג פאר ה. ד. גאנץ אז עס האט מיר אפגעקאסט איבער א מיליאן דאללער צו בויען די לאנטש רום אוהל אלטא פייגא, איך האב עס געבויעט ווייל מען האט מיר געזאגט אז יעדעס יאר גייען קומען טויזענטער מענטשען צו כ"ו אב, איך בין נישט קיין בהמה מיין בלוט איז נישט הפקר האט זופניק געשריגען.
איך שטעל אלעס צו אונזער עולם, איך דער עולם קומט נישט, אז די אהרונים זאלן נעמען בלוט פון מיר פאר דעם האב איך דאס געבויעט?
די בילדער פונעם סאטמארע יארצייט סעודה אין ירושלים עיה"ק וועט אריינגעלייגט ווערן אי"ה ביי אונזער חשובער מעמבער קעכער
ווי עס קוקט אויס איז דער נגחל א רוח שאינה מצוי'...
אין זעלבן מינוט איז ער אין קליינער מקוה, אין ירושלימ'ער אהל רחל שוהל, און אויף הייד פארק...
תמונות מהיארצייט של רבינו הקדוש זי"ע ביהמ"ד אהל רחל ד'סאטמער ירושלים.
נראים מימין לשמאל: הרה"צ רבי מאיר בראנסדאפער שליט"א, הרה"צ רבי חיים הערש טייטלבוים שליט"א, הרה"צ רבי יעקב בלוי שליט"א, והרה"צ רבי משה האלבערשטאם שליט"א
תוקן על ידי - קעכער - 20/08/2004 13:12:50
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף וועם בלאזט ער אזוי חיים הערשעלע?????
אויף וועם שימפט ער אזוי חיים הערשעלע????
קוקט אויס אויף דער געוואלדיגער "עולם" וואס עס זענען דארט געווען.
העטעך
דער בילד אין כל העלום כולו פין כ"ק רבינו איז נישט אויסצוהאלטען(אז מען מוז -נעבך שרייען געפעלטש)
אין איין שאלה פארואס איז נישט דאס ייאר געדרוקט די
בילדער פין דעם גרויסען עולם כ"ו אב ביים חארינער( וואס-מיר האבן שוין געהאט אין סטאק אלע בילדער פין די פריעדיגע יארען) אזוי ווי דאס יאר איז עס געווען א קנאקעדיגען דורכפאל אין זייער בארינג איז בעסער אז מען מאכט א ישתוקו
דער בילד פינעם שיינעדיגען שטערן ווי הגה"צ גאב"ד ירושלים האט זיך אויסגעדרוקט אויף עם שטעכט ענק די אויגן
איין זאך פלץ יפלצון
תוקן על ידי - ekstein - 20/08/2004 17:15:10
נראים בין השאר הרה"ג רבי אברהם יונה שווארץ שליט"א מוויען והאדמו"ר רבי יחיאל לייפער מטוימשווער י-ם
[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס איז די גדולה אז די חברי הבי"ד און נאך גדולי הרבנים זענען געקומען קיין סאטמאר צו פראווען די יארצייט פון רבינו הקדוש זי"ע, צו האט עטץ ענק גערישט אז וויבאלד זיי וועלן זעהן דעם קליינעם חיים הערשעלע זיצן אויבן אן וועלן זיי גלייך אפפוצן פון דארט, צו מיינט דאס אז זיי זענען גרויסע אנהענגער פונעם רב חיים הערשעלע, און זיי לעכצן צו הערן די דברות קודש פון עהם, איך מיין אז אפילו אויב זיין טאטע הרב זלמן לייב וואלט געווען אויבן אן (וואס כידוע וויל קיינער מיט עהם קיין שייכות נישט האבן) עכ"ז וואלטן זיי דארט געבליבן און מיט געהאלטן די מסיבה לכבוד רבינו זי"ע.
די געלט זאמלער ביים ציון זענען געווען עפעס אויסטערליש אגרעסיוו מער ווי אין אנדערע יארן, נאכגעלפן, באלמוטשעט, געקלאפט אין די זייטן, און פארהאלטן דעם וועג פאר די עולים לציון הקדוש.
ס'איז דא א גרויסער עולם האלט זיך אפ פון גיין אין די יארצייט צוליב זיי.
זענען די ארונים אויך געווען ביי די מסיבה אדער נאר די 20 באסעס מיט זאליס?
העטעך, חיים הערש זיצט מיט אן אנגעצויגענע ערענסטקייט, ער שימפט נישט און בלאזט נישט.
עוד
[בילד – נישט אפגעהיט]
עוד
[בילד – נישט אפגעהיט]
הרבנים הגאונים וכו'
[בילד – נישט אפגעהיט]
עוד..
[בילד – נישט אפגעהיט]
עוד
[בילד – נישט אפגעהיט]
עוד
[בילד – נישט אפגעהיט]
מרן כ"ק הגאב"ד שליט"א מגיע לסעודת היורצייט
[בילד – נישט אפגעהיט]
עוד
[בילד – נישט אפגעהיט]