היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וועלכע נייע טעיפ איז גוט?

וועלכע נייע טעיפ איז גוט?

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1043860
בלאט: 1 2

menchele » 29/7/2004 23:00

עס זענען ארויסגעקומען עטליכע נייע טעיפס. (ווי איך הער קומען נאך.) וועלכע טעיפ איז גוט? משה גאלדמאן? מרדכי בן דוד? אנדערע?

קעכער » 29/7/2004 23:16

למשה גולדמן יש טייפ חדש ? משום מה לא שמעתי על כך פה בי-ם.

אני מציע לך לשמוע את הטייפ "מלפני אוריאל" של אפריים מנדלסון והילד דודי הרץ זה 3 שירים בלבד בטייפ אבל שוו לשמוע (אגב .פה זה עולה 30 שקל !!! )אלו להיטים גדולים ויפים....

menchele » 29/7/2004 23:22

א וואונדער! אבער איך האב אויך נישט געהערט אז אפרים מנדלסון איז ארויסגעקומען מיט א נייעם טעיפ. דערווייל האב איך עס נישט געזען אין די געשעפטן.

קעכער » 30/7/2004 02:24

לידיעתך. דברים כסידרם.

חברת first class music הוציאה לרגל פתיחת החנות הראשונה שלהם את הטייפ הזה (זה חנות שיש בה את כל המוסיקה היהודית ואפשר לצרוב שירים. כאשר כל שיר עולה כסף -כך אם אינך רוצה את כל הטייפ אלא שיר אחד אתה יכול לצרוב את זה שם -החנות נמצאת בסנטר 1 ) .

אולי בארה"ב אין להשיג

השירים הם .1)מלפני אוריאל.2)שמע ישראל .3)אזכרה.

תאמין לי שווה לשמוע

איןהכינמי » 4/8/2004 21:21

זיידיאנטשי שרייבט

אייזיק האניג בהר המוריה - גאלדמאן ודבריו



נאך חמשה עשר באב קען מען דאך שוין הערן מוזיק אין גרויסן, צוויי נייע חסידישע טעיפס זענען ארויס געקומען, משה גאלדמאן ודבריו און אייזיק האניג בהר המוריה. וועם עס אינטערעסירט וועל איך שרייבן מיין מיינונג און לאמיר הערן וואס איר האלט.

ר' משה גאלדמאן ווייסט שוין יעדער אז חמשה עשר באב געבט ער ארויס א נייער טעיפ יעדעס יאר. כאטשיג אלע זיינע טעיפס זענען שיין איז אבער שמחתי מיט כנשר מסתמא די באוואוסטע און צום מערסטענס אויפגעכאפט. איך האב נאך נישט געהערט ודבריו ממילא קען איך נישט זאגען קיין מיינונג דערוועגן, איך שטעל מיר אבער פאר אז עס אז די זעלבע ווי אלעמאל, חסידיש מיט שיינע מוזיק (משה לויפער) און א פונקטליכער קינדער קאור וואס איז מסודר מיט שיינע סאולאס, אבער וואס פעלט דאס יאר איז אייזיק האניג אלץ גאסט סאולא און בצלאל גאלד אלץ געהעריגע סאולא.

אייזיק האניג'ס בהר המוריה איז אבער א חידוש פון א זאך, איך האב שוין לאנג נישט געהערט א טעיפ (חסידיש נאך דערצו) וואס זאל האבען אזא שלימות, פון אנהייב ביז'ן סוף ממש א דבר השלם. ערשטענס די ניגונים, האט ער ארויס דערווישט פינעף ניגונים פון פינקי וועבער איינס בעסער פון צווייטען, איין קנאקעדיגס פון משה גאלדמאן, צוויי חסידישע לעבעדיגע ניגונים פון דעם בעלזען קאמפאזירער אליעזר קאליש, און דריי פון א נייעם שטערן שלום עזרי (פרידמאן) וואס מיט די הילף פון אייזיק זענען זיינע ניגונים הארציג און געשמאק און וועלן בלי שום ספק ווערן זייער פאפולער, אבער לאמיר נישט כאפען די פיש פאר די נעץ.

די טעיפ הייבט זיך אן מיט א צבאות שובנה/שירו למלך סטייל ניגון, דודי פון פינקי וועבער איז א נייער מהלך וואס פינקי האט נאך קיינמאל נישט געטאן ביז היינט, א מייסטערהאפטיג גיטאר פירט אונז אריין צום ניגון, און צוביסלאך אנטדעקט דעם צוגעלאזענעם הארציגען גאולה ניגון, אייזיקס שטימע איז מסתמא די בעסטע פון אלע זיינע פריערדיגע טעיפס. די קאור איז אויך געוואלדיג (קול דודי, דוד ובנו) און אראנדזשירט דורך גדעון לוין.

בהר המוריה איז א דריי שטאקיגער בנין פון פינקי וועבער, די ערשטע פאל איז א בעטענדיגער טאן אנהייבענדיג מיט די ווערטער וזכר לנו וועגן די עקידה, דער צווייטער פאל גייט ארויף א שטאפל לייגענדיג א דגוש אויף די תחנונים וואס מיר בעטן אז דער באשעפער זאל געדענקן די עקידה, און דאס דריטע פאל אויף אראפ אויף אן איבערבעטענדיגער טאן פון הכנעה און האפענונג. אלעס צוזאמען איז עס א שטארקער ניגון וואס מען דארף הערן עטליכע מאל צו דערגיין יעדעס קנייטש און טיפקייט. גדעון לוין האט אראנדזשירט קאור.

עשה ווייטער פון פינקי איז א לעבעדיגע חתונה ניגון חסידיש און הארציג, אין מיינע אויגען האט עס די לעבעדיגקייט פון הכל יודוך און די הארציגקייט פון תהא השעה הזאת, די קאור זינגט אסאך מיט מיט אייזיק וואס געבט א געפיל פון טאנצען צוזאמען אויף די פאראנטשעס. הערשל בריסק האט אראנדזשירט קאור.

די פערדע ניגון רחם וואלט ווען געדארפט זיין די צווייטע ניגון, הגם פאשרטייט זיך אז מען האט מסתמא נישט געוואלט א נאמען געבן פאר דעם טעיפ רחם (איים סיק אוף רחם), איך מיין אז דאס וועט ווערן די חסידישע אידישע ווערסיע פון דעם אלוועלטליכען רחם, דער ניגון כאפט זיך זייער שנעל אויף און מען קען גראד מיטזינגען, די הארציגקייט איז עד לב השמים, גענוג שוין צרות געליטען, מ'שרייט רחם נא! דערמאנט פון פעקעלעך צרות (שניצלער), די קאור איז די איינציגסטע וואס איז אראנדזשירט דורך חזקי' בריסק און איז אויסערגעווענליך, דער ניגון איז פון די טאפ פינעף.

כן תזכנו שמעקט גראד ווי א קאליש ניגון, אזויווי עשה איז עס לעבידיג הארציג חסידיש וואס מען קען זיך הייבען דערמיט אויף די פאראנטשאס, עס האט אבער דער חן וואס קאליש ניגונים האבען, הערשל בריסק האט אראנדזשירט קאור, עס איז בקיצור א חסידישע קנאק ניגון.

משה גאלדמאןס מלך שוכן עד איז טאקע נישט קיין משכיל לדוד, אבער זייער זייער זייער א שיינער ניגון, אויפ'ן נוסח פון פנה לעלבון מיט די מתיקות פון אייזיק האניג א קלאסישער גאלדמאן היט, צום פארדאנקען איז אויך משה לויפער וואס האט דא אביסעל אפגענויגט פון זיין טיפיקעל סטייל ביי גאלדמאןס חסידישע ניגונים, און ארויסגעברענגט דעם ניגון מלא טעם, ליפא שמעלצערס טאלאנטען ביים קאור איז אויך קענטיג, א אויסגעצייכענטער ניגון.

שהחיינו פון קאליש איז ווייטער א חסידיש לעבעדיגער ניגון, הגם איך גלייך דאס נישט צופיל ווייל עס איז זייער טיפיקעל איז עס אבער א שיינע ניגון, ליפא אראנדזשירט קאור אבער זייער שטארק אויפ'ן נוסח ווי ביי זיינע סקווירא טעיפס, די ווערטער פארמאגען אביסל חידוש סאו מען קען טאקע מאכען א שהחיינו.

דער זיבעטער ניגון קדש, איז א ניגון ווי פינקי באווייזט ווידער זיינע כוחות, אהער שטעלענדיג א ניגון מיט עטליכע פעלער. קדש הייבט זיך אן רואיג מיט זייער שיינע קאור דורך גדעון לוין, אייזיק לייגט דאס זייער גיט מיט א בעטענדיגע שטימע כעבד המתחנן, דערנאך פארוואנדעלט זיך דאס צום הויכען פאל ווי ער ציעט זייער שיין ארויף, און נאכדעם קומט דער חידוש ווען אלעס ווערט שטיל, אבער מען נארט זיך בלויז אויף אפאר סעקונדעס מיינענדיג אז דער ניגון ענדיגט זיך, אבער דאן לייגט אייזיק אראפ חזנות מיט אלע מפרשים, שטיל, הויעך, קנייטשען, קאפשטיק, וכו' וכו', עס איז פונקט גענוג נישט קורץ נישט לאנג, און עס ענדיגט דעם ניגון זייער ריכטיג, דער ניגון איז א מעסטערפיעס.

ובדבר איז לעבעדיג אבער נישט טאנצענדיג, קאמפאזירט דורך שלום עזרי מיט אייזיק, א רואיג לעבעדיגער און געשמאקער ניגון. הערשל בריסק אראנדזשירט קאור.

אנא מלך איז מסתמא פינקי וועבערס בעסטער ניגון אויף דעם טעיפ, באמת א חסידישע הארציגע שבת ניגון, מען כאפט דאס זייער שנעל אויף און עס וויל זיך מיטזינגען, באגלייט מיט א זיסען אינגעל שטימע (אלימלך לוריא) וואס ער צוזאמען מיט אייזיק לייגן אראפ זעלטענע מתיקות און הארציגקייט. דאנק גאט אז פינקי האט נישט אוועק געגעבן דעם ניגון פאר עפעס א יוקעל, נאר פאר וועם עס געהערט דאס בעסטע, הערשל בריסק קאור ארבעט איז אויך זייער צוגעפאסט.

דער לעצטער ניגון איז בעצם די בעסטע ניגון נישט נאר פון דעם טעיפ נאר מסתמא פון אלע אידישע ניגונים פון די לעצטע פאר יאר, איך ווייס נישט פארוואס מען האט דאס פארשטעקט אזוי צום לעצט (אפשר ווייל סאיז לאנג) עס וואלט אבער געקענט זיין דער נאמען פונעם טעיפ "א אידעלע".

א אידעלע איז געשריבען געווארען דורך אייזיק, און קאמפאזירט דורך אייזיק מיט די הילף פון שלום עזרי (אדער פארקערט?), דער תוכן איז הפלא ופלא, און דער ניגון צוגעפאסט ממש צו יעדעס ווארט. די מעלה פון דעם ניגון איז אז עס ברענגט דאס בעסטע ארויס דאס שיננקייט פון אייזיקס שטימע, ווען אייזיק זינגט אידיש האט דאס א באזונדערן חן (ווער עס האט נאר געהערט על נהרות בבל ווייסט וואס איך מיין), און דער אופן ווי ער שפירט זיך באקוועם מיט יעדע תנועה איז הפלא'דיג, ער זינגט מיט שטארקייט און געפיל, און באנעמט דעם רגש.

עס האט אלעס אין זיך, א אינגעל שטימע (משה ווייס), א מייסטער קאור (הערשל בריסק), שטייטע תנועות ארויפציענדיגע תנועות, מה רבו מעשיך השם איז א געזונטער שטיקל, און די צוויי פזמוןס זענען געוואלדיג (בפרט ווען אייזיק ציעט צום סוף ארויף "אידעלע!"), דער וועג וויאזוי דער ערשטער און לעצטער שטיקעל זענען זיך מצרף (געשריי/געטריי) סיי אין טאן און סיי אין תוכן זענען מערקבאר, דער שטיקל אן ווערטער איז אויך זייער שיין.

עס קען זיין איך בין טאקע נישט דער גרעסטער מבין, אבער איך האלט אז הכל מודים אז דער ניגון איז עפעס וואס איז נאך נישט געווען, א אויסערגעווענליכער חידוש מיט אלע צוגעהערן לכל פרטיה ודקדוקיה, איר וועט דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל און עס וועט נישט שנעל נמאס ווערן.

אויפ'ן גאנצען טעיפ זעהט זיך אן אז מען האט אריין געלייגט אסאך כח און מח יעדן פרט, אנגעהויבען פונעם שיינעם דעקל און געענדיגט ביי די שיינע ניגונים, מוזיק, קאור, אידעלע ניגון, אלעס צוזאמען איז דאס א טעיפ וואס אויב איר גלייכט חסידישע טעיפס מיט טעם וועט איר נישט חרטה האבען פארן דאס קויפן.

עס איז צום פארשטיין פארוואס די פראדוצירער האבען אריין געלייגט שאלות צום עולם וועלכער ניגון איז דאס בעסטע, איך בין זיכער יעדער פארמאגט אן אייגענעם געשמאק, אבער איך האלט אז די בעסטע ניגון איז "א אידעלע", נאכדעם קומט אזוי: רחם, מלך שוכן עד, אנא מלך, דודי, בהר המוריה, כן תזכנו, קדש, עשה, שהחיינו, ובדבר.

הערט און האט הנאה!

(ווער עס האט געהערט ודבריו זאל ביטע שרייבן וועגן דעם)

איןהכינמי » 4/8/2004 21:24

וועגען דעם נייער אייזיק האניג טעיפ בין איך מסכים מיט דיר.

עפעס א געלונגענער טעיפ, מיט אלע מעלות.

menchele » 4/8/2004 22:32

זיידניו, האסט מכוון געווען לאמיתו של מענטשעלע. יו אר דהי בעסט!

צוויי פראגעס נאר. 1) ווער איז דער שלום עזרי? 2) דעם ניגון "רחם נא" האב איך שוין אמאל ערגעץ געהערט אבער איך קען זיך נישט דערמאנען וואו. דו ווייסט פון נאך א פלאץ וואו דער ניגון ווערט געזינגען?

איטשע_חסיד » 4/8/2004 22:37

זיידאנטשי,

האסט אראפגלייגט א געוואלדיגע אנאליז איבער "בהר המוריה"

האסט אבער פארגעסן פון איינעם, וואס דוכט זיך, אדאנק איז איז דער טעיפ בעסער פון אלע אייזיק'ס טעיפס ביז היינט.

און דאס איז צוליב די ארבעט פון חזקי' בריסק וואס האט אריינגעלייגט די ארבעט פון ארעינדזשען, ארקעסטרירן און טרעירונג פון איזייק און אלע קינער.

חזקי' בריסק (א קאזען פאר הערשל בריסק פון ארץ ישראל) האט ארויסגעברענגט אייזיק האניג'ס פאכמאנישע טאלאנטן און אים אהערגעשטעלט אלס א מייסטערהאפטע שלימות, וואס דערקענט זיך אויף יעדען ריר אינעם טעיפ.

"רחם" און "א אידעלע" האט די פינגער-אפדריקן פון חזקי' בריסק. ער האט עס געמאכט דיפרענט, ווייברענט, וויוויד צויבעריש, און UNIQUE, וואס מאכט דעם ציהערער צעגיין פאר געשמאק.

זיידאנטשי, איך גלייך דיינע קאמענטס.

קיפ איט אפ.

זיידיאנטשי » 4/8/2004 22:43

איטשע ביסט גערעכט, זעט אויס אז די ווייסט אינערליך וויאזוי דער טעיפ איז געמאכט געווארן, עס שטייט טאקע אויפן דעקל אז חזקי בריסק האט געקאוטשט אייזיק, דאס זעט מען אויך אז דער טעיפ איז א דבר השלם במלוא מובן המלה, איך האב נאר נישט געוויסט אז אלעס איז חזקי בריסק ארבעט/קרעדיט (אייזיק געבט אים טאקע א עקסטערע ייש"כ)

אדרבה פארצייל וואס נאך די ווייסט

תוקן על ידי - זיידיאנטשי - 04/08/2004 22:54:28

זיידיאנטשי » 4/8/2004 22:49

מענטשעלע

איך האב געהערט אז שלום עזרי הייסט פרידמאן (עזרי) און איז א מלמד, אויפן דעקל שטייט אז יוסי פראמאוויטש (כמיין פון ויזניץ) איז זיין אגענט, כווייס נישט ווי די האסט געקענט הערן רחם, סאיז א נייע ניגון, אפשר אין א קעמפ איינער האט מיר געזאגט אז מען האט דאס שוין געזונגען דעם זומער אין קעמפס

תוקן על ידי - זיידיאנטשי - 04/08/2004 22:53:17

איןהכינמי » 4/8/2004 22:53

איטשע
איז דאס דער ערשטער טעיפ פון חזקי בריסק?

איטשע_חסיד » 4/8/2004 23:12

חזקי מאכט נישט קיין טעיפס. אבער ער איז א פראפעשאנעל און א מומחה אין שטעלן STARS אויף די פיס, און זיי מאכן פערפעקט.

חזקי האט געשטעלט ליפא שמעלצער אויף די פיס נאך עטליכע יאר צוריק, אן אים געגעבן די טרעינג אויף VOCALS, די כאר און די מוזיק ארעינדזשמענטס, און די MIX, וואס איז די גרעסטע חכמה אין די STUDIO. מ'קען האבן די שענטסע זינגער אויב איז די טעיפ נישט גוט געמיקסט, הערט זיך עס ווי א קיה קטנ'ט אויף בלעך.

איך מיין אז חזקי האט אויך געמאכט א טעיפ פאר שיע מענדלאוויץ אפאר יאר צוריק.

כ'דארף טשעקן.

זיידיאנטשי » 4/8/2004 23:27

איטשע
חזקי איז טאקע א גרויסער מומחה אבער וועגן מיקס ווייס איך נישט
מיט וועם איך האב גערעדט וועגן די טעיפ האט מיר געזאגט אז אייזיק איז נישט געווען 100 פראצענט צופרידן מיט די מיקס וואס בריסק האט געמאכט ביי לאשינסקי און ער האט למעשה איבערגעמאכט אפאר ניגונים ביי געיטס

איטשע_חסיד » 4/8/2004 23:38

וואס רעדסטו?

חזקי איז דאך געזעצן מיט לערי געיטס גאנצע נעכט, ביים מאכן די MIX.

חזקי גייט צו לערי געיטס און עלען ספעירס, און נוצט נאר זייער סטודיא און STYLE.

וואס די זאגסט איבער לאשינסקי, ווייס איך נישט.
איך האב נאך פון אים קיינמאל נישט געהערט. אפשר מישטו אויס מיט הערשי בריסק. מיט חזקי האט עס גארנישט.

זיידיאנטשי » 5/8/2004 03:04

טעות לעולם חוזר
די זעסט אויס ווי א אינסיידער מסתמא ווייסטו בעסער כהאב געזאגט אז סאיז נאר מפי השמועה און אדרבה זאג אונז וואס די האלסט וועגן די ניגונים

זיידיאנטשי » 5/8/2004 03:12

מרדכי בן דוד - נחמו/חכה לו/עד מתי


MBD נייע טעיפ איז בעיני אבי געזונט סתם ארויס געשאסען, ערשטנס פארשטיי איך נישט וואס די גימיק פון נאר דריי ניגונים איז, איך ווייס נישט אויב זיי מאכען מער געלט אזוי, איך האלט אז אדער זאל ער ארויס געבן א נארמאלע טעיפ אדער אינגאנצען נישט

מרדכי'ס קול הינקעט שוין אונטער לעצטענס, פאר דעם האט ער אדאפטירט דעם נייעם קומזיץ סטייל ווי ער איז מער באקוועם, די טעיפ איז טאקע אויך אויף דעם גאנג.

די שטארקייטען פונעם טעיפ זענען: 1) אלי לויפער (ב"ר משה) קונצליכע מוזיק וועלכע געבן פארן טעיפ א פנים, די מוזיק איז זייער גיט געמאכט און ווייזט אויף אליס טאלאנטפולע פעאיגקייטען וואס איז שוין לאנג נישט קיין סוד, 2) דער אינגל עזריאל גרין וועלכע געבט אריין אביסל לעבן אין מרדכיס דעפרעסיע, טאקע א נייע שטימע אבער אויסערגעווענליך גיט.

די ערשטע ניגון נחמו איז געקוועטשט און געדרייט און פארפעלט צו זיין עפעס ערנסט, נישטא צופיל קאור, מרדכיס קול איז אביסל אווער די טאפ געצויגען ארויף און אראפ אבער נישט סטעבל, בקיצור קנאפע טרוקען.

חכה לו איז נישט קיין שלעכטע ביעט, אבער ווייט פון זיין א ניגון וואס מזאל קענען נאכזונגען, סאיז אבער געשמאק צו הערן, גרין זונגט הערליך, הארמאני איז זייער גוט. וואלט עס ווען געווען אויף א געהעריגע טעיפ מיט נאך ניגונים, נישט געפערליך, אבער אלץ א ניגון אליינס איז עס נישט ווער ווייס וואס.

די לעצטע ניגון עד מתי איז שוין יא עפעס מענטשליך, קודם די געוואלדיגע מוזיק וויאזוי סהייבט זיך אן מיט די קאור, נאכדעם מרדכיס נבהלה וואס ער לייגט גיט אראפ, די הויכע פאל עד מתי איז א געלונגענע שטיקל ארויס ברענגענדיג דעם תוכן ווי אויף די ענדע טאטע עד מתי. גרין געבט דא אויך אריין חן זינגענדיג עד מתי זייער הארציג, און די קאור איז זייער זייער שיין. מרדכיס זיפצען און קוויטשענדיג זינגען עד מתי איז נאריש לדעתי, כמיין סווייזט אז ער שפירט זיין קאריערע קומט באלד צו אן ענדע און פרובירט אלע וועגן זען וואס ער קען.

איך מיין די בעסטע וועג וויאזוי אראפ צו לייגן די טעיפ איז דורך ארויס ברענגן אז סהאט בעצם נישט קיין נאמען, האסט שוין אמאל געזען א טעיפ מיט דריי נעמען? די גאנצע טעיפ איז אזוי, סתם אין די וועלט אריין. חוץ פון עד מתי איז נישטא וואס צו פארפאסען דא, אויב זענט איר אבער א געשוואירענער מרדכי פען, דעמאלס לייגטס דאס אויך אריין אין די קאלעקשען.

נו יעצט לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט.

זיידיאנטשי » 5/8/2004 03:31

די קאווער איז אויך נישט עפעס עקסטרע
[בילד – נישט אפגעהיט]

kelloggs » 5/8/2004 10:51

זיידיאנטשי...
די לייגסט עס גיט אראפ הלואי א שטיקעל גמרא אזוי גיט..
you are great///

britolam » 5/8/2004 17:26

לכובד זיידייאנטשי וועל איך יעצט מוזען אויסהערן די טעיפ'ס.

shia550 » 6/8/2004 07:42

זיידי

איך ווארט שוין קוים און געדולד די זאלסט הערן גאלדמאן'ס נייע טעיפ.

13Hooper » 6/8/2004 08:24

פונקט היינט האב איך צום ערשטע מאל געהערט אייזיק האניג׳ס טעיפ אין יעצט ביינאכט מאך איך אויף הייד פארק אין מיט הנאה טרעף איך א אנאליז פון מבינים, וויל איך אויך מיטיילען מיינע געפולען



דער לעצטע שטיקעל ״יודעלע״ איז דאס בעסטע סיי אין א כמעט ניי גאנג אין נישט צופול געגנבטע תנואות, אין אויך די תוכן פון די ווערטער אין הארציקייט פון אייזיק האניג איך האב דאס שטיקעל געהערט 4 ,מאל אין א רייע מיט נאסע אויגען אפולו עס איז כמעט צען מוניטען לאנג

ווייטער די איבריגע האב איך ליב געהאט נאך צוויי איינס האט אבוסיל חזנות זייער שיין אין סמאֳאֳט אראפגעלייגט ביים דעם טאלאנטפאלען אייזיק האניג ווען איך האב מורא געהאט אז ער איז שוין אריבער זיין פיעק אין די איבריגע האט צופול אלטע תנואות אבער מען קען עס הערען

זיידיאנטשי די ביסט א גוטער מבין אין א טאלאנטפאלער שרייבער ישר כוחך

כורמיזא » 8/8/2004 13:30

נאך די ווארימע המלצה פון זיידעיאנטשי, בין איך אריבער קויפען דעם 'בהר המוריה'.

פארשטייט זיך נאך אזעלכע גוטע אנאליזן איז שוין נישטא וואס מוסף צו זיין, אבער פטור בלא כלום איז אויך נישט שייך.
איין זאך וואס געפעלט מיר גאר שטארק איז, די פונקטלעכע סדר אין אייזיק'ס זינגען, עס זעט אויס אז איינער האט אים איינגעצוימט אז ער זאל נישט זינגען גרינג אזוי ווי עס לאזט זיך, נאר מיט א פונקטליכע סדר אין מ'זאל הערען קלאר א יעדע קנייטש.
אן קריטיק קען מען אויך נישט, איך מיין אז די קאָרדס זענען אביסל צו הויעך.

קעכער » 9/8/2004 18:24

הנה העטיפה של הטייפ.....
[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסעלע » 12/8/2004 00:20

פונעם דעקל פונעם טעיפ, זעהט עס אויס צו זיין גאנץ א ביליגע מעשה.

משה גאלדמאן האט אפאר זייער שיינע ניגונים וואס דערמאנען זיין אלטע סטייל פון די בראשית טעיפס, אני מאמין גומל חסדים טובים, מודה אני,

ואידך זיל גמור.... איך בין נישט קיין גרויסע מבין אויף ארויסצוברענגען ניגונישע געפילן מיטן קיבאורד...

זיידיאנטשי » 17/8/2004 20:40

יוסעלע איך בין מסכים מיט דיר
די טעיפ דעקל זאגט אסאך לגבי די פראדוקשען אויב מען האט אינוועסטירט אין א שיינעם קאווער מיינט דאס געווענליך אז מען האט משקיע געווען אין דעם גאנצען טעיפ, איך מיין אז פון אלע לעצטע טעיפס איז בהר המוריה מסתמא די שענסטע

אגב, מלפני אוריאל איז נישט קיין נייע טעיפ פון אפרים מענדלסאן, עס איז א טעיפ וואס איז ארויסגעקומען צום עפענונג פון די נייע מוזיק סטאר אין ארץ ישראל First Class, דער בעל הבית האט צאםגעשלעפט זינגערס פון די גאנצע וועלט צו זיין זוןס בר מצוה אריין געררענכט כמעט אלע גרויסע זינגערס (מב"ד, פריד, וכו') אויך האט ער געהאט די גרעסטע מוזיק מומחים וואס האבען געשפילט מוזיק, אלי לויפער האט קאמפאזירט עטליכע ניגונים לכבוד די שמחה די highlight פון זיי די ניגון מלפני אוריאל (דער בחור הייסט אוריאל), נאכדעם האט ער גענומען אפרים מענדלסאן און דודי הערץ און געמאכט דערפון א טעיפ וואס ווערט נאר פארקויפט אין זיין געשעפט

זיידיאנטשי » 27/8/2004 04:58

משה גאלדמאן - ודבריו


יעצט נאכן אויסהערן מחנה שלוה 16 קען איך אפשרייבן מיין מיינונג וועגן די טעיפ, אלץ הקדמה וויל איך זאגן אז איך בין א גרויסע חסיד פון די קעמפ שלוה טעיפס איך האב כמעט אלע זיינע טעיפס איך הער זיי איבער אפט אפילו די אלטע און אפשר וועגן דעם קען מיין קריטיק אויסקוקען ווי אביסל שארף וויל איך האב גרויסע עקספעקטעשאנס

אינעוויייניג פון דעקל גיבט ר' משה אפ א שבח והודי' פאר השי"ת נאכדעם וואס ער האט פאראיאר געליטן א סטראוק ל"ע און זיך ב"ה כמעט גענצליך ערהוילט, ב"ה אז מזעט ווי אפילו נאכדעם וואס ער איז אלץ דורך קען ער נאך ב"ה קאמפאזירן און ארויסגעבן א שיינע טעיפ, וואס בפני עצמו איז די טעיפ זייער א שיינע רואיגע חסידישע טעיפ, ר' משה שרייבט אויך אז א חלק פון די ניגונים האט ער קאמפאזירט אין יענע שווערע טעג און מזעט טאקע אז די גאנצע מהלך איז אויף א בעטענדיגע טאן ווי איינער וואס בעט זיך און דאנקט דעם רבון כל העולמים

באופן כללי קען מען זאגן אז די טעיפ האט נישט קיין באמבע ניגונים ווי שמחתי כנשר, אבער סאיז נאך אלץ גאנץ א שיינע חסידישע טעיפ, פון די אנדערע זייט קען די טעיפ אנטוישן ווייל מאיז שוין צוגעוואוינט צו גאר גיטע קוואליטעט וואס ר' משה גאלדמאן האט צוגעשטעלט די לעצטע פאר יאר און אנטקעגן די פריערדיגע איז דאס גאנץ א שוואכע פראדוקט

און לאמיר טאקע רעדן א מינוט פון די פריערדיגע, פון די לעצטע צען קעמפ שלוה טעיפס איז גאנץ זיכער שמחתי געווען די בעסטע פון אלע כמיין אז צו דעם איז יעדער מודה אבער וועגן די אנדערע ווענדט זיך שוין יעדער איינער לויט זיין טעם, די אנדערע זענען געווען ווי פאלגענד:
6 חזק
7 שבת
8 על ישראל שלום
9 מלך עליון
10 שמחתי
11 אליך אזמרה
12 כנשר
13 פרנסה
14 זכור
15 קץ הפלאות
16 ודבריו
מיין מיינונג איז אז די בעסטע זענען געווען: 1=שמחתי, 2=חזק, 3=כנשר
נאכדעם קומט אזוי: 4=אליך אזמרה, 5=פרנסה, 6=קץ הפלאות
זכור, על ישראל שלום, מלך עליון זענען פון די לעצטע אויף די ליסטע און ווי סזעט אויס איז ודבריו אויך אין די קאטאגאריע כאטשיג סהאט מוזיק פון 2004 סטייל און אפאר שיינע ניגונים

דורכאויס די טעיפ דערקענט זיך עטליכע זאכען, ערשטנס אז די קינדער אויף דעם אלבוים זענען גארנישט ספעציעל וואס ע"פ רוב אויף זיינע טעיפס פלעגן שיינע קינדער שטומעס שפילן א גרויסע ראלע אין דעם גאנצען מהלך, אויך ביי די מענער מקהלה פעלט פעסטע סאולאס וואס פלעגט אמאל זיין, אויך איז דאס זינגען בכלליות נישט אויף א געהעריגען טאן נאר אינצווישן די נארמאלע טאן און די הויכע טאן וואס אויף אסאך פלעצער קומט דאס פאר ווי געקוויטשעט און איז שווער נאכצוזינגען, אויך האט דער אראנדשירער משה לויפער אנגענומען א מער רואיגע גאנג ביי די מוזיק נישט אזוי לעבעדיג און דזשעזי ווי געווענליך, אצינד לאמיר באטראכטען די ניגונים אליין

די ערשטע ניגון אהבה רבה הייבט זיך אן מיט שטאטע מוזיק אנדייטענדיג (אפשר אויף די גאנצע טעיפ) אז דא קומט מער א בעטענדיגע ניגון, די ניגון איז טאקע אויף דעם אופן הארציג און שטאט אויסדרוקענדיג די אהבה וואס השי"ת האט צו אונז דורך אונז געבן תורה ומצוות, דער באקאנטער פישל בייגל (נאך פון אידישע אוצרות א') זינגט סאולא וואס איך האלט איז אביסל פארשלאפן און סענדיגט זיך מיט א אינגל גאנץ צוגעפאסט

אני מאמין איז מער לעבעדיג אנהייבענדיג מיט אן אויסדרוק פון האפענונג אז אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח דערנאך גיבט זיך עס ווי א שטעל אפ און דרוקט אויס מיט א שטארקייט ואף על פי שיתמהמה וכו' מיט א חידוש ביי שיתמהמה וואס מאכט עס אינטערעסאנט און א ציה ארויף ביי בכל יום שיבוא. די ניגון איז זייער שיין און גרינג מיטצוזינגען עס ענדיגט זיך אויך זייער גוט, די איינציגע קריטיק איז אז ביי געוויסע פלעצער הערן זיך די קולות ווי פארקילט

מודה אני איז הארציג און רואיג, עס איז איינגעטיילט אויף דריי חלקים, די ערשטע חלק א זייער שיינע תחנונים'דיגע פאל, די צווייטע מער מיטלגאטיג און צוגעפאסט צו די ווערטער על כל החסד אשר עשית עמדי, די דריטע פאל פון ואשר אתה עתיד איז שוין מער א באקאנטע תנועה וואס איז אביסל נמאס מזעט אויך אז משה לויפער האט דא נישט געהאט ביי דעם שטיקל צופיל מחדש צו זיין נאר מיטצושפילן א בעסס ביעט (אביסל האט ער יא מוסיף געווען ביים פויקער), אויך דא ענדיגט זיך דער ניגון זייער שיין און די סאולא זינגער חיים שלמה שווימער לייגט דאס זייער גיט אראפ

די פערדע ניגון ישלח איז א מארטש כמעט אויפן זעלבן מהלך ווי אם תחנה עלי מחנה (אליך אזמרה) די מוזיק איז זיכער ענדליך, סהאט אבער א געוויסע לעבעדיגקייט מער ווי דארט, דער נייער סאולא שלמה טויסיג זינגט איידל און שיין און די אפשטעל שטיקל צום סוף ביי יסעדך שיינט אריין א פרישקייט, די אנדערע סאולאס זענען אויך שיין אבער אויך דא זענען די קולות (אינגלעך בפרט) צו קוויטשעדיג ווען זיי זינגען הויעך, די ניגון איז פון די בעסערע אויפן טעיפ סיי לעבעדיג און סיי שיין

אבינו מלכנו א ניגון פון בקשה אויף תשובה ורפואה וואס קען מען שוין ערווארטן? גאנץ שיין און רואיג אבער אן קיין שום קנאק אדער חידוש, די זיסע אינגל שטומע ביי קרע רוע גזר דיננו איז א געשמאקער שטיקל אויך די קאור אונטערזינגענדיג ווען נאר מוזיק שפילט (5:05 און 6:05 אויפן סי די) איז שיין, באופן כללי איז עס גאנץ הארציג און שיין סענדיגט זיך אויך זייער דראמאטיש ווען דער טאלאנטפולער שמעון שלמה ווייסבערגער ציעט ארויף די וווערטער אבינו מלכנו און די קאור פאלגט אים נאך, אזוי נאכאמאל און נאכאמאל ביז סווערט שטילער און שטילער ווי פארשווינדען, א זייער שיינע ענדע

דער נאמען פון א טעיפ האט אמאל געמיינט אז דאס איז די שפיץ פונעם טעיפ לעצטענס ווערט דער כלל געבראכען נאכאמאל און נאכאמאל, ודבריו איז א שנעלע ניגון גארנישט עפעס עקסטרע די מוזיק שפילו צו שנעל לדעתי די גאנצע ניגון הערט זיך כאילו מיאגט זיך ערגעץ כאפ פלאפ, די קינדער סאולאס זענען אויסדרוקליך נישט שיין נאך א מזל אז מיילך באקאן גיבט עפעס צו צום סוף, סמוז זיין די סיבה אז די טעיפ טראגט דעם ניגוןס נאמען ווייל סהערט זיך אדער זאגט זיך די בעסטע

ויזעקו איז א געלונגענע ניגון כמיטב ניגוני משה גאלדמאן וואס פארמאגט די חידושים און בנינים וואס מזעמיר צוגעוואוינט ביי ר' משה און דינט אויך אלץ די צענטער ניגון פונעם טעיפ וואס ברענגט דאס מערסטע ארויס וואס ר' משה וויל אויסדרוקן בבחינת קרבן תודה און טאקע אויף די ווערטער פון די ארבעה צריכין להודות וואס זענען געווען אין א צרה און דער רבש"ע האט זיי געהאלפען, איך האב שוין א כלל אז געווענליך דארט ווי ר' משה לייגט אריין אפאר אידישע ווערטער איז דאס די ניגון וואס ער זעהט אלץ די מעסעדזש פונעם טעיפ

די ניגון האט בעצם פיר חלקים, סהייבט זיך אן מיט א התעוררותדיגע ויזעקו אל ד' בצר להם וואס פארט אויפן מהלך פון קעמפ שלוה הארציגע ניגונים, דערנאך טוישט זיך עס פלוצלינג צו א שנעלע ישלח דברו וירפאם וואס איז אויסערגעווענליך צוגעפאסט, נאכדעם הייבט זיך אן א לעבעדיגע יודו לד' חסדו שטיקל מיטן ויזבחו זבחי תודה באהאפטען, ביז עס ווערט דראמאטיש ביי נסים ונפלאות ווי אלעס שטעלט זיך ווי אפ און שרייט נסים ונפלאות מיט זייער שיינע הארמאני ווי די קינדער קאור לויפט נאך די מענער קאור דערנאך פארקערט, און איז גראד ממשיך צו די אידישע ווערטער וואס חזרט ווי איבער דעם יודו לד' חסדו שטיקל, צום סוף גייט דאס מייסטערהאפטיג צוריק צום ערשטן פאל און ענדיגט זיך דערמיט זייער צוגעפאסט מיטן ווארט יושיעם, די ניגון איז זיכער די בעסטע אויפן טעיפ

די אכטע ניגון גומל איז ווייטער א שנעלע ניגון אן קיין גרויסע חידושים נאר די זעלבע אלטע סטייל, די צווייטע פאל וואס הייבט זיך אן איי איי וזוכר ענדלט שטארק צו די בעלזא וזוכר הויכע פאל (ירמי' דמן אויף פתח שערי שמים) די לעבעדיגע שטיקל אן ווערטער איז גאנץ לעבעדיג אבער איין מאל (2:26 אויפן סי די) פארהארגעט דאס משה לויפער צוגעבנדיג אביסל דידזשיטעל מוזיק וואס מאכט קאליע לדעתי אויך די אינגלעך נאך יענע שטיקל איז נישט ווער ווייסט וואס באופן כללי האט דאס גאנץ לעבעדיגע שטיקלעך

ורחמיך איז א ניגון ווי סזעט זיך שטארק אן די חסרון פון בצלאל גאלד וואס פלעגט אזויפיל צוגעבן צו די קעמפ שלוה טעיפס, די ניגון איז נישט קיין שלעכטע ניגון סהאט גראדע הערליכע תנועות סיי ביי די הארציגע שטיקל אנהייב און סיי ביי די מער האפענונג שטיקלעך נאכדעם פון ושבור און ספעציעל ותוליכנו, די ניגון איז א גיטע עקזעמפל ווי א גיטע ניגון אויב סווערט נישט גיט ארויס געברענגט קען דאס גיין כמעט גיין לאיבוד סאיז אבער כדאי צו הערן איר וועט הנאה האבען

די לעצטע פאר יאר האט ר' משה אלעמאל געהאט א הארא ניגון וואס זאל דינען ווי א תשובה צו די אנדערע הארא ניגונים וואס קומען יעדן טאג ארויס חדשים לבקרים, אתה חונן איז די הארא ניגון פונעם טעיפ ווי משה לויפער שפירט זיך זייער באקוועם און לייגט אראפ א הערליכע ארבעט ווי אויך אביסל א מיטל מזרח געפיל וואס אידישע האראס פארמאגן לעצטענס למשל דדא בי מי מה (פריד), כי הטוב (שוועקי), לכה דודי (אוהד), אתה חונן איז טאנצעדיג און געשמאק, אפאר שטיקלעך ענדלן אביסל צו שלום שלום צווישן אידן (כנשר) אבער סהאט זכות עצמו און וואלט אויך געקענט געניסן פון בעסערע סאולאס (בפרט איין מאן סאולא וואס זעט אויס ממש פארקילט), פון די גיטע ניגונים אויפן טעיפ

די לעצטע ניגון המבדיל איז אן אלטער ניגון וואס ר' משה האט פארפאסט, מיכאל שניצלער זינגט דאס שוין אויף נשמה פלאם חלק א' (פינפטע ניגון-ר' יעקבס פאלאץ), כווייס נישט אויב סאיז שוין אמאל געווען אויף א טעיפ חוץ דארטן און צו ר' משה האט דאס אריגינעל געמאכט אויף די ווערטער פון המבדיל, ספאסט גראדע זייער גיט ארויף ספארט גאנץ גיט אבער סזעט מער אויס ווי מהאט געזוכט ארויף צו לייגן א עלפטער ניגון אויפן טעיפ על כל פנים איז אבער שוין דא נאך א ניגון מיט וואס צו זינגען המבדיל וואס האט כמעט נישט קיין גרויסע אויסוואל פון ניגונים

צו מאכען א סך הכל פונעם טעיפ זענען ויזעקו און ורחמיך די שענסטע הארציגע ניגונים, אויך מודה אני און אבינו מלכנו זענען כדאי דערמאנט צו ווערן, ישלח און אתה חונן זענען די שענסטע לעבעדיגע ניגונים, אויך אני מאמין און אהבה רבה זענען כדאי דערמאנט צו ווערן. אויב זענט איר א חסיד פון ר' משה גאלדמאןס סטייל און זוכט א חסידישע טעיפ וועט איר מסתמא גאנץ גיט הנאה האבען פון ודבריו אבער ערווארט נישט קיין אליך אזמרה אדער קץ הפלאות ווי כהאב שוין דערמאנט

ווען מרעדט וועגן ר' משה גאלדמאןס טעיפס מוז מען אויך דערמאנען די געוואלדיגע טאלאנטען פון זיין זון ר' חיים יצחק וועלכער איז שוין היינט בארימט אין די אינדאסטרי אלץ אויסערגעווענליכער מומחה און די לעצטע פאר יאר מיקסט ער שוין אליין די קעמפ שלוה טעיפס וואס ער טוט מיט א געוואלדיגען חן, ווי אויך איז ער ממשיך וואס ער טוט שוין לאנג דאס אנפירן די קאור און די מהלך פון זינגען ווי ווער זאל זינגען וואס, ליפא שמעלצר האט שוין געשריבן ביי זיין לטובה טעיפ אז ער איז געווען אנטוישט צו זען א חסידישער אינגערמאן ווי חיים יצחק זיצען ביי די מאשינען מיט די בגדים (בבחינת אהרן לעוו) און אנפירן מיט גרויס מומחיות דעם גאנצען מהלך

יעצט לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט צום טעיפ

עפשטיין » 27/8/2004 18:32

ישר כח זיידי

מוראדיג ארויסגעברענגט, הגם נישט מיט יעדעס ווארט בין איך מסכים, אבער מען קען ממש שפירען דעם ניגון ביי דיינע הסברים.

זיידיאנטשי » 27/8/2004 18:45

שכויח עפשטיין
אבער אדרבא שרייב וואס די האלטסט אנדערש סוויכטיג מזאל הערן פארשידענע מיינונגען, סוף כל סוף שרייב איך נאר וואס איך האלט אבער מענטשן ווילן הערן וואס אנדערע זאגן פארדעם קען דאך יעדער דא שרייבן

עפשטיין » 27/8/2004 21:41

וואס איך האלט איז נישט וויכטיג, ווייל איך קויף נישט די טעיפ'ס אין שטוב.

ווען איך בין אהיימגעקומען פון שחרית האט געשפילט גאלדמאן, האט איך געפרעגט מיין ווייב פארוואס זי קויפט שוואכע טעיפ'ס, האט זי געזאגט אז עס איז יא מוראדיג שיין.

מער פרטים נאכן קאנטרי.

בעלזאריושב » 30/8/2004 02:38

איך וויס נישט צו דער עולם האט ליב אוטענטישע חסידישע מוזיק אין ניגונים, אבער פאר די וואס גייען פאר די סארט סחורה איז ארויסגעקומען דער צווייטע חלק פין "עתיקא קדישא".

עתיקא קדישא האט הרב ירמי' דמן (מעליינט עס דאמען) ארויס געגעבן לזכר זיין טאטע הרב אישטע דמן ז"ל, וואס איז געוועהן א מוראדיגער בעל מנגן, אין ער לייגט דארט אראפ אלטע חסידישע ניגונים לבית ראפשיץ - ראזוועדאוו וואס זיין טאטע פלעגט זינגען.

ווער עס האט געהערט דער ערשטער חלק אין האט הנאה געהאט וועט זיכער הנאה האבן פין דעם.

אין מיין Epinion איז עס א הערליכע געלונגענע טעיפ.

כל הכבוד ירמי'

זיידיאנטשי » 30/8/2004 20:26

עתיקא קדישא האב איך נישט געהערט ממילא קען איך נישט זאגען קיין מיינונג אבער שרייב דו מער בפרטיות דערוועגן

איך בעט נאכאמאל פונעם עולם דער עולם זאל אראפ געבן די געפילן וואס מהאלט פון די טעיפס וואס ווערן דא דערמאנט אויפן אשכול אדער אפילו אנדערע, חוץ אויב דער אשכול איז שוין פארשלאפן און סאינטערעסירט נישט קיינעם דעמאלס הער איך אויך אויף צו שרייבן און מקען מאכן א בורא נפשות

shia550 » 30/8/2004 20:39

זיידי
חס ושלום
הער נישט אויף צו שרייבען.
נישט יעדער קען אזוי גוט ארויסברענגען די געפילען פון א ניגון אויף היידפארק, ממילא קען נישט יעדער ענטפערן.

די זאלסט אבער ממשיך זיין דיין געוואלדיגע ארבעט, איך קויף דערווייל יעדער טעיפ וואס די האסט דיסקוסירט.

זיידיאנטשי » 30/8/2004 20:45

אז נישט געפילן שרייבט כאטשיג וואס מהאלט פון דעם ניגון אדער יענעם ניגון
סאיז זייער קאלאמוטנע אז משפירט מרעדט צו זיך אליין

shia550 » 30/8/2004 21:02

2600 צפיות אין דו שפירסט אז די רעדסט צו זיך אליין?

זיידיאנטשי » 30/8/2004 21:38

רעדן אליין מיינט אז משרייבט און קיינער רופט זיך נישט אן
כאטשיג זאל מען ענטפערן אמן ווי פאר א שליח צבור... (כמאך א וויץ)

פונקט ווי איר האט הנאה צו ליינען וואס כשרייב בין איך אויך נייגעריג צו וויסן וואס אנדערע האלטן

אזלא_גרש » 31/8/2004 22:28

איך האב געקויפט יעצט " פילהרמונה 3" , אין איך האב עס זייער ליב

וואס זאגן ענק?
זיידי...האסט עס געהערט? אויב די האסט עס נישט קען איך דיר עס שיקען אויף MSN ,

שיק מיר נאר דיין נאמען אין פרטי.

ליכטיג » 31/8/2004 22:44

ביסט גערעכט אז ודבריו קומט נישט צו דעם נייער אייזיק האניג וואס איז מייסטערהאפטיג.

אבער ווי די אלע גארביטש טעיפ'ס אין מארק איז עס נאך אוודאי בעסער.

תוקן על ידי - ליכטיג - 31/08/2004 23:05:21

זיידיאנטשי » 2/9/2004 19:52

פילהרמוני האב איך נאך נישט געהערט אבער כהער אז שוואקי איז ארויסגעקומען מיט א נייע טעיפ כגיי עס באלד קויפן און בלי"נ אפשרייבן אן אנאליז

זיידיאנטשי » 3/9/2004 15:54

שוואקי - ידיד




שוואקי איז היינט פון די גרעסטע זינגערס וואס האט מצליח געווען למעלה מן המשוער אויף אזוי ווייט אז זיין ערשטע טעיפ האט געהאט פארקויפט מער ווי מרדכי בן דודס דעמאלסדיגע מאמינים בני מאמינים, בעיקר איז זיין הצלחה ריין מזל אבער ער האט אויך פארגעשטעלט א חידוש אזויווי דדי בשעתו, פאקטיש האט ער זייער א שיינעם קול און קען אראפ לייגן א ניגון ווי סדארף צו זיין, ער האט אויך מזל אז ער איז אריין געפאלן צו יוחאי בריסקמאן וואס איז זיין עקסקלוסיוו פראדוצירער ווי אויך אז ער האט דערווישט גיטע ניגונים פון די קאמפאזירער נאך זייט זיין ערשטע טעיפ

די דעקל פונעם טעיפ קען אפנארן ווייל סזעט אויס ווי עפעס א ביליגע פראדוקשען אבער סאיז א שיינער טעיפ נישט ווי דעם דעקל, די טעיפ איז שוין א געוואלדיגע הצלחה איך ווייס נישט צו אזוי ווייט ווי אייזיק האניג וואס משמועסט אז סהאט איבערגעשטיגען אלע ערווארטונגען און מגייט עס שוין איבערדרוקן צום צווייטן מאל, סקען אבער זיין אז פונקט ווי די חסידישע מארקעט איז געווען אויסגעהונגערט פאר א געלונגענעם טעיפ איז דער עולם אויך הונגעריג נאך עפעס א מענטשליכער טעיפ וואס מרדכיס נחמו האט נישט צוגעשטעלט, סאיז אבער א שאד אז דער דעקל איז אזוי מאוס נישט ווי זיין פריערדיגע וואס איז געווען זייער שיין און פראפעשענעל

לאמיר זיך אבער נעמען צום תוכן אליין און זען וואס איז דא צו ערווארטן

1) הוא יפתח
די טעיפ הייבט זיך אן טיפיקעל סטייל מיט א לעבעדיג הארציגע אבער נישט הארא ניגון, קאמפאזירט דורך משה לויפער וועלכער איז מער באקאנט פאר זיין אראנדזשירן מוזיק וואס ער האט דאס דא אויך געטון, איז אבער כדאי צו וויסן אז פון משה זענען דא אן א שעור ניגונים וואס ער האט געמאכט און זענען זייער אויפגעכאפט נישט יעדער ווייסט אבער אז סבאלאנגט פאר אים, עס איז טאקע א שיינער ניגון וואס פאסט פאר שוואקי ארויסברענגנדיג זיינע טאלאנטען אויף א הערליכן אופן, ער זינגט סיי הערליך און סיי הארציג וואס דאס זענען שוואקיס הויפט מעלות בפרט וויאזוי ער איז מצרף די צוויי חלקים מיט געפיל

אלי לויפער פון וועם מהאב מיר שוין גערעדט באריכות אראנדזשירט דא קאור, און מאכט דאס זייער גוט וואס מזעט אז טאטע און זון פארשטייען זיך גיט בפרט ווען משה האט געמאכט ביידע סיי די ניגון און סיי די מוזיק, סאיז זייער א שיינע ניגון און א גיטע התחלה פארן טעיפ

2)והערב
אינטערעסאנט אז אויף והערב וואס מזאגט יעדן טאג און איז אזא געוואלדיגער תוכן איז כמעט נישטא קיין סאך ניגונים ממש געציילטע, שוואקיס ברודער משה דוד וואס האט זיך שוין ערווארבן א נאמען ביי זיינע פריערדיגע טעיפס אלץ געוואלדיגער קאמפאזירער שענקענדיג אזעלכע ניגונים ווי לך עמי, פתאום, המלמד, האט דאס קאמפאזירט און מיט אסאך הארץ סקען זיך אפילו דאכטען אז סקומט פון חיים באנעט

טאטע און זון האבן ווידער א חלק גענומען דא משה מאכענדיג מוזיק און אלי קאור, די מוזיק איז טיף און מיט חן אויך אלי האט זיך איינגעהאלטן נישט צו ספוילען דעם שיינעם ניגון, שוואקי אליין גייט צו צום ניגון אזויווי מדארף ער זינגט אויפן ריכטיגען טאן און קנייטשט אדער ציט ארויף ממש פונקט ווי ספאסט אן קאליע מאכן, דער ונהיה אנחנו וצאצאנו וצאצאי עמך בית ישראל איז דאך אזוי מין הארציג, און כולנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה איז זייער גיט ארויף געצויגען, סענדיגט זיך אויך זייער פאסיג ממש הפלא ופלא

3) בן בג בג
ברוכים הבאים פינקי וועבער, פאר ווער סווייסט נישט האט פינקי וועבער א גרויס חלק אין שוואקיס געוואלדיגע הצלחה דורך אים שענקן דעם היינט וועלט בארימטער ניגון "רחם" ביי זיין ערשטע טעיפ שמעתי, מקען אויך זאגן אז שוואקי האט א חלק אין פינקי וועבערס ווערן א וועלט בארימטער אויסגערופענער קאמפאזירער, ביז דעמאלס איז פינקי געווען באוואוסט כמעט נאר ביי מיכאל שניצלער חסידים (פעקל צרות, חננו, ותיק) און האט אפשר אויך געווארפן א ביינדל פאר סתם זינגערס ווי קאבי און ניסן, אבער נאך ווען רחם האט אויפגעשטורעמט די וועלט ביי אלע קרייזן גלייך איז ער געווארן פון די אנגעזעהנע קאמפאזירער מיט וועם סיי מרדכי בן דוד און סיי אברהם פריד און אנדערע גרויסע רעכענען זיך

אויף שוואקי 2 איז ער אבער נעלם געווארן, סגעווען וואס האבען געזאגט אז סגעווען בכוונה ווייל ער האט געוואוסט אז גארנישט וועט זיך נישט פארמעסטן מיט רחם האט ער ענדערש גארנישט געגעבן ווי איידער געבן עפעס און יעדער זאל זיין פארנומען צו פארגלייכן די צוויי, אנדערע האבן געזאגט אז סגעווען פאליטיק דארטן, בקיצור א ניגון איז זיכער נישט געווען, אבער דא איז אורו זרח און ער איז ווייטער דא באווייזענדיג זיינע גבורות

בן בג בג איז א לעבעדיגער געשמאקער ניגון וואס איז לדעתי די שענסטע לעבעדיגע ניגון אויפן טעיפ, עס הייבט זיך אן רואיג און לעבעדיג מיט די ווערטער בן בג בג אומר הפך בה והפך בה דכלא בה מיט א דגוש אויף דכלא בה , שוואקי זינגט דאס זייער צוגעפאסט מיט הערליכע קאור אראנדזשירט דורך מונה ראזענבלום וועלכע לאזן זיך מייסטערהאפטיג הערן דא און דארט, נאכדעם הייבט דאס אן גיין אביסל שנעלער מיט די ווערטער ובה תחזי ווען די קאור זינגט בה בה בה, און מיטן זעלבן אופן וסיב ובלה און די קאור חזרט איבער בה בה בה, נאכדעם קומט א הארציגען ומנה לא תזוע און אויספירענדיג אויף ארויף שאין לך מדה טובה.

מונה ראזענבלום וועלכער האט אויך געמאכט די מוזיק לייגט דא אריין זיינע לעבעדיגע שטיקלעך (2:55) צוזאמען מיט קאור שטיקלעך אן ווערטער (3:10), ווי אויך א שטיקל פון שוואקי און קאור מיט כמעט אן מוזיק (שם) וואס איז זייער שיין, עס ענדיגט זיך אויך זייער שיין ווען שוואקי ציהט ארויף באגלייט פון קאור און א טיפיקעל מונה מוזיק אפשטעל ביים סוף, א אויסגעצייכענטע ניגון וואס הגם מקען אפשר זאגען אז סענדלט א טראפ צו שטרייכערס בן בג בג (אדער גאר וויליגערס) הייבט עס און סמאכט לעבעדיג כהוגן, די שענסטע לעבעדיגע ניגון אויפן טעיפ

4) שמח
שמח דארף צו זיין א לעבעדיגער ניגון יא? ניין, די פערדע ניגון שמח איז א שטייטע ניגון קאמפאזירט דורך יצחק וואלדנער וועלכער איז א היימישער חסידישער אינגערמאן (באבאוו) און איז שטארק אנגענומען אין די ישיבהשע וועלט וואס אסאך פון די ליטווישע שטערןס ווי וואלד, דאקס, וויליגער, דדי, פרוזאנסקי, און נאך אנדערע, געבן שוין היינט נישט ארויס קיין טעיפ אן דעם וואס סזאל האבען פון אים עטליכע ניגונים, דער ניגון איז טאקע געוואנדען מער צו די ליטווישע וואס זוכען אפשר אביסל זויערקייט אין דעם כשמחך יצירך בגן עדן מקדם, אבער אזויווי ביי שוואקי בכלל איז עס געשמאק צו הערן, די שטיקלעך ווי ער ציט ארויף גאר הויעך (2:08, 2:34) פאסן אביסל נישט און זענען זייער ענליך צו די זעלבע סארט פון זיין קול דודי אויפן ערשטן טעיפ, אלי לויפערס קאור איז שיין און משה איז גארנישט מחדש ביי די מוזיק, סענדיגט זיך אויך געקוועטשט און געדרוקט נישקשה

5) ידיד
דער פינפטער ניגון וואס טראגט דעם נאמען פונעם טעיפ "ידיד" איז קאמפאזירט דורך יוסי גרין, כמיין אז מדארף אים נישט פארשטעלן יעדער קען זיינע ניגונים און אפילו די וואס האלטן נישט פון אים באמערקן נישט וויאזוי זיי זינגען זיינע ניגונים אן וויסן אז ער איז דער מחבר, אלטע ניגונים ווי אדרבא, תניא, צור כל העולמים, אני שבת, ידיד נפש, שבת היא מלזעוק, כי המצוה, מאמע רחל און אפשר נאך הונדערטער קומען אלע פון יוסי, ער איז דער וואס האט געשטעלט אויף די פיס אזעלכע ריזן ווי אברהם פריד, שלמה שמחה, דוב האפמאן, דדי, אוהד און נאך צענדליגע אנדערע ווי אויך האט ער געהאט א גרויס חלק אין מרדכי בן דודס הצלחה

ווער סהאט נאר אמאל גערעדט מיט אים ווייסט אז ער איז זייער א באטעמ'טער שמועסער מיט אויסטערלישע ברייטע ידיעות אין כמעט יעדן ענין און א סוקסעספולער ביזנעסמאן, דערצו איז ער אויך א תלמיד חכם וואס קען גוט לערנען וואס לעצטענס זעט זיך דאס שטארק אן ווען ער קראצט כסדר אפיר מאמרי חז"ל וואס קיינער פאסט נישט אויף, באמת איז דאס אלעמאל געווען א האבי זיינעם נאך ביי תניא און אדרבא האט מען דאס געזען, אמנם הנה זה בא, אלא, דדא בי, יחיד ורבים, מי מה, כי הטוב, זענען אויך גוטע דוגמאות, אצינד האט ער גענומען אן אפענער גמרא אין מנחות אויף וואס דער בעל חרדים האט געבויט זיין פיוט ידיד נפש און געמאכט דערפון מטעמים

ווי נאר דער ניגון הייבט זיך אן הערט מען גראד אז דא קומט יוסיס א ניגון, זיין מנהג צו אראנדזשירן און זינגען קאור איז שוין געווארן א סטענדערט ביי זיינע ניגונים, הגם סהערט זיך כאילו ער איז דער איינציגסטער וואס זינגט דארט איז עס נישט אזוי, נאר זיין שטימע איז אויסטערליש שטארק אז אפילו ער וועט זינגען מיט פופציג אנדערע וועט מען נאך אלץ הערן אים דאס מערסטע, אויך זעט מען גראד אז דאס זענען ווערטער וואס דרייען זיך כסדר ארום וואס מען דארף צולייגן קאפ עס געהעריג אויפצוכאפען, די ווערטער זענען: יבא ידיד בן ידיד, ויבנה ידיד לידיד, בחלקו של ידיד, ויתכפרו בו ידידים, (עס גייט ארויף אויף שלמה המלך וואס ווערט אנגערופען ידיד, בן ידיד א אייניקל פון אברהם וואס הייסט אויך ידיד, ויבנה ידיד דעם ביהמ"ק, לידיד מיינט מען השי"ת, בחלקו של ידיד פון בנימין וואס הייסט אויך ידיד, ויתכפרו בו ידידים דאס איז כלל ישראל), די ניגון דרייט אויס די ווערטער אביסל זינגענדיג ערשט יבא ויבנה בחלקו של ידיד ויתכפרו בו ידידים און ערשט דערנאך יבא ידיד בן ידיד וכו' וואס דאס איז טאקע אויך יוסיס מהלך געווענליך

די ניגון איז א לעבעדיגע הארא ניגון וואס וועט גאנץ זיכער ווערן אויפגעכאפט, די קאור איז געוואלדיג און יוסי האלט זיך אין די ראמען מער ווייניגער און מאכט נישט צופיל קונצען הגם די ווידערקול איז אביסל צו שטארק לדעתי, די מוזיק איז ממש פונקט נישט צופיל און נישט צו ווייניג פון וואס עס דערקענט זיך משה לויפערס גאונות וויסענדיג וויאזוי דאס אראפ צו לייגן אן קאליע מאכן, שוואקיס זינגען איז גארנישט ספעציעל דא לדעתי סאיז אפילו אביסל אומנאטורליך (ארטיפישעל) אביסל צו הויעך אן שטארקייט, סאיז אבער א שיינער ניגון און סאיז ווערט צו טראגען דעם נאמען פונעם טעיפ, סענדיגט זיך אויך גאנץ גוט ווי א גוטער ידיד

6)בשעה
ווער סאיז נאך נישט געווען איבערגעצייגט ביז איצט אין דעם פאקט אז שוואקי קען זינגען און איז גוט אויף כמעט יעדע סארט ניגון נישט קיין חילוק צו סאיז ספרדיש חסידיש ליטוויש אידיש ענגליש העברעאיש הארציג לעבעדיג, אדער אז פינקי וועבער קען אהער שטעלן אלע מיני ניגונים אויף וואספארא מהלך איר ווילט נאר סזאל זיין רחם (שוואקי) אדער דודי (האניג), דארף הערן דעם טעיפ בכלל און דעם ניגון בפרט זיך איבערצוצייגן

די ווערטער זענען זייער אריגינעל פון א מדרש וואס זאגט אז דריי טעג פאר משיח וועט קומען וועט אליהו הנביא קומען און שטיין אויף די בערג פון ארץ ישראל און וויינען און מספיד זיין כלל ישראל אז זיי זענען אזוי פארוויסט און ציווארפען איבער די וועלט און דערנאך מבשר זיין די בשורת הגאולה, די ווערטער זענען זייער הארציג און דער ניגון פונקט אזוי, דא זעט מען ווי די ווערטער מאכן דעם ניגון און אזוי אויך פארקערט

עס הייבט זיך אן מיט חזנות ווי שוואקי חזנות'ט זייער מילד בשעה שהקב"ה גואל את ישראל, און ציט ארויף ג' ימים קודם שיבא איבערחזרנדיג שיבא שיבא שיבא, משיח, נאכדעם ציט ער אויס בא אליהו ועומד און גיט זיך א שטעל אפ זינגענדיג שטייט מיט בענקשאפט על הרי ישראל על הרי ישראל, ישראל, איבערחזרנדיג ישראל עטליכע מאל, און דערנאך ווי מט א קול בוכים די ווערטער ובוכה ומספיד עליהם, קרעכצנדיג אוי אוי זייער הארציג מלא טעם ומתיקות גייענדיג ארויף און אראפ אויסדרוקענדיג דעם געוואלדיגען מעמד ווי אליהו שטייט דארט אויפן בארג און וויינט, ביז ער פירט אויס אויף אראפ ומספיד עליהם און ציט גלייך ארויף ואומר

און דא קומט כאילו א שטיקל פון נחמה ווי מוזיק קאור און שוואקי הייבן אן זינגען הרי הרי ישראל, פרעגנדיג עד מתי אתם עומדים ציה ושוממה, איבערחזרנדיג די קשיא, און שרייענדיג וקולו נשמע מסוף העולם עד סופו מלא התעוררות, דא הייבט זיך אן לעבעדיגקייט ווי ספאסט פאר די גיטע בשורה קומי אורי כי בא אורך, דערנאך קומט די הויכע פאל פון זה אורו של משיח וואס פארמאגט אזויפיל נחמה און מתיקות

שוואקי לייגט אראפ א געוואלדיגע ארבעט דא ביי דעם ניגון, די קאור (אלי לויפער) און די מוזיק (משה) זענען אויך ווי באהאפטען דורך די גאנצע צייט, הגם די קאור פארפארט אמאל (3:18) לדעתי איז עס אבער נאך אלץ געוואלדיג, שוואקיס הארציגקייט און מתיקות איז ממש עד לב השמים אפילו ווען ער ציט ארויף (למשל 4:46), בלי ספק פון די שענסטע הארציגע ניגונים אויפן טעיפ (אפשר די שענסטע) ווי ביידע סיי שוואקי און סיי פינקי גיבן אראפ זייער כשרונות ווי סדארף צו זיין

7) אמר רבי עקיבא
קאמפאזירט דורך אלי לויפער וואס האט אויך געמאכט קאור, לעבעדיג אבער רואיג, די מוזיק דורכן פאטער משה פרובירט עס צו געבן אביסל ווילדקייט אבער סאיז נישט עפעס מוראדיג, סאיז אפשר געשמאק צו הערן אבער משפירט אז ספארמאגט אסאך געגנבעטע תנועות, שוואקי איז נישקשה די קאור טוט אסאך ביי דעם ניגון עס האט אויך שטיקלעך ווי די מוזיק מאכט קונצען כאילו סגייט זיך ענדיגן, נישט מיין סטייל צופיל סאויך שווער נאכצוזונגען

8) שמע
אויף די ערשטע צוויי שוואקי טעיפס איז נישט געווען קיין ענגלישער ניגון, סאיז א חידוש אבער סווערט אלע געלטער. קודם כל די תוכן פון די סארט ניגונים וואס איז זייער וויכטיג סרעדט זיך וועגן א איד (סשטייט ר' אליעזר סילווער אבער איך האב שוין געהערט די מעשה אויף פאנעוויזשער ראש ישיבה רב כהנמאן און אויך אויפן פריערדיגען סקולענער רבי) וואס איז ארום געגאנגען נאך די מלחמה אויפזוכן אלע אידישע קינדער וואס מהאט באהאלטן אין קירכעס אבער היות א גרויס חלק איז געווען זייער יונג ווען זיי זענען אנגעקומען דארט האבן זיי זיך אויסגעמישט מיט די גויאישע קינדער אן צו וויסן אז זיי זענען אידן, האט דער איד געשריגען שמע ישראל און אלע וואס זענען געווען אידיש האבען זיך אזוי דערמאנט און געראטעוועט געווארן (דא איז די מעשה א טראפ אנדערש)

שוואקיס שטימע איז אויסערגעווענליך, דא קען מען הערן די געוואלדיגע הארציגקייט וואס שוואקי פארמאגט, ער זינגט דאס אזוי באקוועם אפשר נאך סאך בעסער ווי ספרדישע ניגונים ווי ער איז אן אויטענטישער, די ווערטער פארן און די גאנצע ניגון גייט אזוי געשמירט אז מען קען דאס איבערהערן צוואנציג מאל, אן ענליכע ארבעט האט ער אראפגעלייגט אויף אייבי ראטענבערס לעצטע "דזשורניס" ווי ער זינגט דעם באקאנטען "מאמע רחל" ניגון אויף ענגליש מלא טעם

די קאור און הארמאני איז זייער מייסטערהאפטיג, די מוזיק איז נישט קלאר פונקטליך ווער סהאט דאס אראנדזשירט סאיז משמע אז איינער ריגלער האט דאס געמאכט סהערט זיך אבער מער ווי משה לויפער די מוזיק איז זייער שיין און סוועבט מייסטערהאפטיג די סצענע מתחילתו עד סופו, באמערקט ווי סבויט דראמא ביים פזמון די צווייטע מאל (צווישן 2:30 און 2:50 ווי אויך צווישן 5:05 און 5:35), און די צוויי קינדער זינגען אויך זייער הארציג, דער ניגון איז קאמפאזירט דורך יצחק וואלדנער וועלכער איז שוין אויך א ברענד נעים בזכות עצמו (על נהרות פון שוואקי2 למשל) ווי פריער דערמאנט בפרט ווען ער קאמפאזירט הארציגע ניגונים אן די ליטיווישע קרעכצן און קנייטשן, די ווערטער און גראמען איז געשריבן דורך אייבי ראטענבערג און ב. לעוויטאן וואס איז זייער פראפעשענאל, הכלל אן ערשט קלאסיגער אויסגעצייכענטער ניגון

9) אתה שומר
ווי שוין דערמאנט איז שוואקי אריגינעל א ספרדישער וואס האט אדאפטירט דעם אשכנזישן הבהרה און איז אפיציעל א בן תורה (אין לעיקוואד דאכט זיך) אזויווי מענדי גערופי פון ארץ ישראל וואס איז געווארן פון א ספרדישער א אשכנזישער חב"דסקער אן קיין שפור פון ספרדיש, נאך שמעתי איז געווען א שמועה אז די ספרדישע זענען געווען העכסט באליידיגט אז שוואקי האט זיך לגמרי פארפרעמדט פון זיין ספרדישקייט און וועגן דעם אויפן צווייטן טעיפ האט אים יוסי גרין אהער געשטעלט א ספרדישען הארא ניגון "כי הטוב" מיט אלע קלאפערגעצייג מיטן ריכטיגען מיטל מזרח געפיל

אתה שומר גייט אויך אויף דעם גאנג און האט זיך גארנישט וואס צו שעמען פונעם פריערדיגן, עס הערט זיך ווי די באקאנטע ספרדישע הללו אלוקיך ציון ניגון, קאמפאזירט דורך יוסי גרין וועלכער האט אויך געמאכט קאור כדרכו איז דאס א ריכטיגע ספרדישע מיטל מזרח הארא ניגון, יוסי צולאזט זיך געפערליך ביי די קאור (4:28, 4:40, 5:20, בפרט 4:48), שוואקי דרייט מיטן קול מסלסל בגרונו כמנהג הספרדים און הארמאני איז אויך נישט שלעכט, בקיצור א ווילדער לעבעדיגע הארא ניגון וואס איר וועט נישט הערן ביי עכט היימישע חסידישע חתונות אבער מקען האפקען דערמיט

10) אם אשכחך
מהאט שוין אויף די ווערטער גאנץ אסאך ניגונים ארויפגעקלעבט אבער די ניגון איז סיי הארציג און סי שיין, די מוזיק איז אביסל אנדערש ווי די אנדערע ניגונים וואס מבאמערקט גלייך ווייל סאיז אראנדזשירט דורך ישראל לאם וואס איז מער סימפאני סטייל סהאט טאקע ווייניגער ברעסס (סעקסעפאן) און בעסס נאר אביסל מער גיטאר און סאיז קלארער (שיטערער) נישט אזוי אנגעפאקט, ער האט דא געמאכט זייער א שיינע ארבעט

אויך אלי לויפער שפירט זיך אן ביי די קאור, די ניגון איז קאמפאזירט דורך יוחנן שפירא (כקען אים נישט) און סאיז א געלונגענע זאך, שוואקי זינגט מיט כח און מח און לייגט אריין אסאך געפיל, איך ווייס נישט צו סאיז בכוונה אזוי אבער אין אנפאנג שאקעלט זיך זיין קול אביסל סהערט זיך ווי מהאט פרובירט מאכן א ווידערקול און סנישט אזוי געלונגען, אפשר האט מען געוואלט מאכן אזא בילדאפ ווי זיין קול קומט אריין פון שוואכער צו שטארקער אבער דאס אזי מסתמא די איינציגסטע חסרון אויפן ניגון, א שיינע הארציגע ניגון מיט שוואקי געפיל

11) יראו עינינו
יראו עינינו איז א עכטע חסידישע ניגון אזויווי אליו אדער ועל כל זאת (אפשר אפילו יראו עינינו פון המשוררים) שוואקי און די קאור וואס איז אראנדזשירט דורך מונה ראזענבלום איז לגמרי חסידיש מיט די הבהרה אינגאנצן אזויווי אויף די פארענטשעס, דער ניגון איז קאמפאזירט דורך שוואקיס ברודער משה דוד און ווייזט אויפן גרויסן פארלאנג וואס הערשט אפילו אין די נישט חסידישע וועלט פאר לעבעדיגע חסידישע ניגונים, איך האלט ספאקט איין שהחיינו אדער ובדבר פון אייזיק האניג

סלויפט זייער שנעל אבער שוואקי זעט נישט אויס צו האבען קיין פראבלעם דערמיט, מונה ראזענבלום מאכט זיינע טיפיקעל שטיקלעך ביי די מוזיק ווי ער זעצט אריין דא און דארט און לייגט אריין אסאך טרומפייטער אבער די גאנצע ניגון איז טיפיקעל, שנעל און לעבעדיג איז אן אינטערעסאנטע וועג וויאזוי צו ענדיגן א טעיפ, שוואקי האט דאס אבער שוין געטון ביים לעצטן אויך אזוי, דארטן האט נאר געפעלט מונהס אפערע סטייל וואס ענדיגט די ניגון מיט קאור


צו מאכען א סך הכל פונעם טעיפ זענען בן בג בג, ידיד, אתה שומר, פון די גוטע לעבעדיגע ניגונים
און בשעה, שמע, והערב, אם אשכחך, פון די שיינע הארציגע ניגונים
דערנאך קומט הוא יפתח, יראו עינינו, שמח, אמר

כמיין מקען זאגן אז סאיז א שענערע טעיפ ווי שוואקי2 הגם סהאט שוואכקייטן אבער די גיטע קאמפאזירער און אראנדזשירער פארדעקן דאס, סאיז נישט קיין חסידישע טעיפ אבער סהאט גענוג שטיקלעך פון וואס אפילו חסידישע וועלן הנאה האבן סדערקענט זיך שטארק די קאנטראסט צווישן די צוויי וועלט קאמפאזירער יוסי גרין און פינקי וועבער, זיי האבן ביידע געגעבן גאר גוטע ניגונים וואס בשעת גריןס ניגונים זענען ווילד און מער גויאיש געשטימט איז אבער פינקיס ניגונים נאך אפשר שענער אבער איידעלער און געשמאק מיט א אידישן חן

הערט און האט הנאה
בקרוב וועגן פילהרמונה 3 - א ייש"כ טאקע פאר אזלא גרש

תוקן בעקבות בקשת הכותב


תוקן על ידי - אינהכינמי - 05/09/2004 21:51:49
[בילד – נישט אפגעהיט]

שדים_טאנץ » 3/9/2004 16:34

זיידיאנטשי, געוואלדיג!!!
איך האב נאר מוסיף צו זיין איין ווארט, דיין אנאליז איז נאך דאס בעסטע פונעם גאנצן טעיפ...

איך האלט אז די טעיפ ארויסגעבער דארפן דיר מכיר טובה זיין, ווייל בלי ספק געבן דיינע אנאליזן צו אסאך פובליסיטי צו די טעיפס. אייזיק'ס "בהר המורי'" האב איך נאר געקויפט נאכן ליינען דיין עסיי. שוועקי וועט אויך זיין דעם זעלבן גורל.

וועגן "עתיקא קדישא 2", זיידיאנטשי, וואלט איך געוואלט הערן דיין אפשאצונג

מסתמא ביזט די באקאנט אז עתיקא קדישא 1 איז געווען מוראדיג אויפגעכאפט, פין יעדע חסידישע אויטא (עטליסד אין ניו יארק) וואס האט גיעפנט א טיר בשעתו האסט די געקענט ארויסהערן "שלום עליכם מלאכי השלום"... (לויט טייל האט דעמאלט עתיקא קדישא ערזעצט ר' יוסף חיים גרינוואלד'ס טעיפס אלס "חסידישע קאר ראדיא"...)

בפרט דער "רבון כל העולמים" וויאזוי ירמי' דמן זינגט דאס אראפ, איז געווען ממש הימליש. מענטשן זענען נאך היינט פארגאפט דערפון

עס וואלט געווען זייער אפרישיעטעבל, זיידיאנטשי, ווען די לאזט אונז הערן דיין מיינונג אויף עתיקא קדישא 2, (איך האף אז עס איז שוין דא צי באקימען אין די געשעפטן אין אמעריקע) און אויך אויף עתיקא קדישא 1 (וואס ווען סאיז ארויסגעקימען ביזט די נאך נישט געווען קיין שרייבער אויף היידפארק...)

קיפ אן די גוד ווארק, זיידיאנטשי
הכי קרא שמך זיידיאנטשי ווייל די האסט א טעם זקנים...




תוקן על ידי - שדים_טאנץ - 03/09/2004 16:39:33

איןבעיה » 3/9/2004 19:06

עפשטיין » 4/9/2004 00:05

זיידע
ערשטקלאסישע אנאליז.

שדים טאנץ וואס זאגסטו אויף דעם נייער עתיקא קדישא?

איך האב עס נאך נישט געקויפט, איז עס אוזי גוט ווי נומער איינס וואס ליגט מיר נאך צווישען די ביינער?

משנתחסידים » 5/9/2004 22:06

זיידי :)
וואונדערבאר

זעט אויס אז ביי טעיפס גייט אויך דער כלל פון
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו, פשוט ווייל א גוטער זינגער פארקויפט מיט זיין נאמען, אין א שווארערע זינגער דארף א שיינע דעקל צו כאפען דעם אויג.

1 וועלעכע נאך באקאנטע ניגונים קענסטו פון משה לאופער?
2 אויף והערב איז אויף דא דער שיינער ניגון פון ווערצבערגער אין אויף עפעס א שיינער בעלזער ניגון

זיידיאנטשי » 5/9/2004 23:19

דער כלל פון אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו איז בעצם אמת אבער די מציאות האט געוויזן אז ערנסטע זינגערס און פראדוקשענס האבן אלעמאל געהאט שיינע דעקלעך ווייל מאיז משקיע ביזן סוף און א שיינע דעקל גיבט די הרגשה פון א ערנסטע זאך אזויווי א טייערע זייגער וועט קומען פענסי איינגעפאקט, סאמת אז גארבעדזש זינגערס פרובירן אמאל צו מאכן א שיינע דעקל כדאי סזאל זיך פארקויפן סאיז אבער א שוואכע סטראטעגיע ווייל סוף כל סוף איז די תוכן די עיקר, אבער ווען א שיינע פראדוקשען ווי שוואקי גיבט ארויס א נארישע דעקל איז דאס א געוויסע דיסרעספעקט פארן עולם (כרעד שוין נישט פון דעם וואס מקען נישט נארמאל ליינען אינעוויניג)

באקאנטע ניגונים פון לויפער זענען זייער אסאך כוועל דערמאנען נאר אפאר וואס איך געדענק אויף די מינוט
ביי אברהם פריד:
אויף "חזק": לבנימין אמר, חזק, כוח
ביי "ברכה והצלחה": כשם שאני
אויף "מלוה מלכה": סימן טוב, יברכך
אויף "ForeverOne: ענבי הגפן, צמאה
כמעט יעדע פריד טעיפ (אויך יחיד ורבים) האט ניגונים פון אים וואס אויב נישט אינגאנצן איז האלבוועגס (וואס געווענליך מיינט דאס אז פון אים איז די עיקר ער גיבט נאר אוועק די קרעדיט)

ביי מרדכי בן דוד:
אויף "לולא תורתך: לכו בנים

ביי אייזיק האניג:
אויף "אדון הכל": כי לד' המלוכה, ברכות והודאות

ביי שלמה שמחה:
אויף "ThatSpecialMelody": מעין עולם הבא, אליהו הנביא,

ביי אוהד:
מה שהיה

סדא נאך אסאך כגעדענק נאר נישט אויף די מינוט אז די ווילסט וועל איך נאכקוקען, והערב נא האב איך טאקע געמיינט ווערצבערגער און בעלז סאויך דא פון מרדכי בן דוד אויף דאבעל אלבוים (יוסי גרין) אבער נישט מער לפי ידיעתי

תוקן על ידי - זיידיאנטשי - 05/09/2004 23:24:45

סיני_ארי » 6/9/2004 00:13

איך האב שוין געהערט "עתיקא קדישא" (2)

איך קאן זאגן עס איז א ערליכער טעיפ, עס לייגט אראפ אלטע ניגונים זייער מייסטערהאפטיג.

ר' ירמי' דמן איז היינט צו טאג פון די ערליכסטע און שענסטע חסדי'שע בעלי מנגנים, ממנו יראו וכן יעשו.

אזלא_גרש » 9/9/2004 08:28

זיידי:

איך ווארט אין איך ווארט

ווי איז די review פין "פילהרמונה 3" ?

כורמיזא » 12/9/2004 15:05

ליפא שמעלצער 'לעילא ולעילא'

פארוועם איז די טעיפּ "נישט" געמאכט?
מ'האט זיך שוין צוגעוואונט אז 'ליפא' איז אפדעטעד מיט די רוח פון די גאס, דעריבער עקספעקטעד פון אים דאס מאל אויך עפעס וואס זאל זיך אריין פאסען אין דעם הגדרה.

פארפאלען, ווער עס גלייך'ט נישט די אמת'ע חסידישע טעם אין נגינה האט נישט אויף וואס צו קויפען דעם טעיפ!

פארוועם יא?
דאס איז אויך אביסעל שווער צו זאגען, ווייל פארט איז דאס מער א טעיפ וואס מ'דארף צו לייגען גאנץ אסאך קאפ בשעת'ן הערן, און דאס באדערט מיר אויך פארוואס האט ער נישט געמאכט א פשוטע חסידישע טעיפ אן די אלע יודישע-ווערטער ניגונים. אבער פארפאלען מ'דארף עס אננעמען אזוי ווי עס איז, איך האף אז לעתיד וועט ער מאכען פשוטע חסידישע טעיפס אויך. (איך שטעל זיך פאר אז די קומענדיגע טעיפ גייט זיין מער מאדערען, און די יעצטיגע טעיפ האט ער געמאכט אין דעם פארעם בעיקר צופרידען צושטעלען זיין רבי'ן...)

•••••••••

איך וועל איבער לאזען פאר זיידעיאנטשי צו מאכען די פולע באריכט, איך וועל נאר שרייבען אפאר נקודות:
• די מוזיק איז עקסעלענט, איך מיין אז צווישען די לעצטע פאר טעיפ'ס וואס זענען ארויס געקומען פארנעמט דאס פון די שענסטע פלעצער לגבי די מוזיק.
בפרט דאס זיך באנוצען מיט די ארגענאלע אינסטראמענטען, די פידלעך איז אפשר אביסל מוגזם אבער עס איז א נחת צו הערען כאילו אן אלטען טעיפ מיט א נארמאלע סטודיו.
• כמעט אלעס איז אלטע ניגונים, אזוי ווי רוב ניגונים האב איך שוין געקענט, האט עס מיר ממש פארכישוף'ט, איך האב נישט געגלייבט אז עס וועט נאך אמאל געזינגען ווערען די ניגונים. בפרט יעקב אבינו'ס ניגון, (וואס מיין טאטע זאל זיין געזונט פלעגט דאס זינגען ווען ער פלעגט אונז נעמען פון קאנטרי צו באזוכען איינע פון די פַארעמס)
• די דעקעל איז לדעתי גאר א געלונגענע ארבעט און עס פאסט זיך גוט צו צום סטייל פון דעם טעיפ:

תוקן על ידי - כורמיזא - 12/09/2004 15:17:39
[בילד – נישט אפגעהיט]

זיידיאנטשי » 12/9/2004 16:02

ייש"כ כורמיזא
סאיז כדאי צו דערמאנען אז ליפא האט שוין געמאכט חסידישע טעיפס אנגעהויבן ביי זיין ערשטע "נאר בשמחה" טעיפ און "הייבט אייך" וואס זענען געווען סטריקטלי חסידישע טעיפס אבער האבן זיך נישט אויפגעכאפט, יעצט האט ער אבער צום ערשטן מאל אריין געלייגט זיינע טאלאנטן און עקספיריענס ארויס צו געבן אין א געלונגענע חסידישע טעיפ מזאל נישט קענען האבן קיין טענות אויף אים (לצים זאגן אז די רבי האט אים געהייסן...)

כהאב עס נאכנישט געהערט ממילא קען איך גארנישט זאגן אבער איך ווינדער מיך צו ליפא איז בכלל אינטערעסאנט פאר אזא מין טעיפ, זיין גאנצע שטארקייט ליגט נאר ביי די ווילדע שטיקלעך ווי ער קען אריין לייגן זיין גאנצע ענערגיע, כבין זיכער אז די תוכן איז א חידוש וואס צו דעם איז ער אלעמאל גיט ווי אויך די מוזיק און קאור, די שאלה איז נאר צו פאר די שטייט הארציגע ניגונים איז דא אויפן מארק סאך בעסער פון אים סיי אין זינגען און אוודאי אין שטימע, כוועל עס מוזן אויסהערן

דערווייל האב איך נישט צופיל צייט און די טעיפ קאסע איז אויך ליידיג אויף די מינוט פארדעם ווייס איך נישט ווען כוועל עס קויפן, אז די טעיפ קאמפאניס וועלן אננעמען שדים_טאנץ פארשלאג און כאטשיג מיר געבן די טעיפס אויסצוהערן כזאל קענען זאגן מיין מיינונג וואלט איך מיך געקענט צויאגן

אזלא_גרש איז אויך גערעכט און בלי"נ נאך היינט וועל איך אפשרייבן די פילהרמונה 3 אנאליז (עתיקא קדישא האב איך אויך נאך נישט געהערט)

כורמיזא » 12/9/2004 16:22

אלטץ איינער וואס קען זיך גוט מיט ליפא, קען איך דיר שרייבען אז ליפא האט א שטארקע אינטערעס צו מאכען חסידישע טעיפס, און ער האט א חוש אין דעם פונקט אזוי, בפרט אין קאור אזוי ווי די שרייבסט, ער האט נאר נישט ווער עס זאל משקיע זיין אין אים, די גאס האט אפשר מער ליעב זיין מאדערנע סטייל, דערפאר האט ער שטארק אריין געארבעט אין דעם.

זיין 'נאר בשמחה' האלט איך איז א געלונגענע חסידישע טעיפ ביחס צו די ביליגע 3 מאן בענד פון ליפא פעלדמאן. דעמלטס האט אים נאך געפעלט די סופארט פון די חברים, און אין זיין קרייז זענען געווען וואס האבען אים אביסעל געשטערט. איך וואלט געוואלט אז ער זאל מאכען נאך טעיפס לויט יענע סטייל.

זיידיאנטשי » 12/9/2004 16:33

ברענגסט ארויס א גיטע נקודה ווייל זיינע טאלאנטען זענען געוואלדיג און אז ער לייגט אריין זיין כח און מח אין א חסידישע טעיפ מוז דאס זיין שיין ווייל ער האט א געוואלדיגען חוש, מיכאל שניצלערס נשמה פלאם ב וואלט אן אים מסתמא געווען א מת מצוה, זיינע ניגונים דארט ווי סימן טוב, בעקעריי, מאן יימר זענען די מערסטע אויפגעכאפט און זיין ארבעט דארט אין קאור וכו' האט געשטעלט די טעיפ אויף די פיס

אבער סנאך נישט מוכרח אז זיין "זינגען" שטייטע חסידישע ניגונים איז שיין, האניג אדער דאמען פאקט אים גאנץ זיכער איין און אין דעם געביט איז ליפא נישט קיין שום חידוש, די דעקל איז גיט ווייל סאיז אלט מאדיש אבער אפשר צופיל
בלאט: 1 2