היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אפאר שאלות איבערן היינטיגן טאג טישעבאב

אפאר שאלות איבערן היינטיגן טאג טישעבאב

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1040148

jewboy » 27/7/2004 15:10


א] וואס פלאנט איר צו טוהן היינט א גאנצן טאג?

ב] האט איר מיט גענומען א בענקל פון דערהיים, אדער איר זענט איר געזעצן אויף די האלצערנע בענק אין שול?

ג] וויפל מאל האט איר געקרעכצעט אינמיטן זאגן די קינות?

ד] האט איר געקרעכצט טאקע וועגן חורבן הבית, אדער האט איר געקרכצעט ווייל איר האט שוין נישט קיין נערווען / כוח צו זאגן?

ה] וויפל מאל האט איר אויסגעטוהן די טישעבאב שיך אינמיטן דאווענען / זאגן די קינות?

ו] וויפל שעות שלאף פלאנט איר אריינצוריקן דעם טישעבאב?

פאר די ישראלדיגע צווישן אונז.

1] זענט איר געווען אין ככר השבת נעכטן?

2] זענט איר געווען ביים כותל נעכטן?

3] צום כותל זענט איר געגאנגן צופיס / באס / קאר?

4] אויב זענט איר געפארן מיטן קאר ווי האט איר חונה געווען?

5] זרקתם / קבלתם כדורים?

jewboy » 27/7/2004 15:19

א] וואס פלאנט איר צו טוהן היינט א גאנצן טאג?
דערווייל זיצט מען ביים קאמפיוטער

ב] האט איר מיט גענומען א בענקל פון דערהיים, אדער איר זענט איר געזעצן אויף די האלצערנע בענק אין שול?
באקומען א בענקל פון ר' לייביש בלוי הי"ו (ביים איכה זאגן)

ג] וויפל מאל האט איר געקרעכצעט אינמיטן זאגן די קינות?
קיין איינמאל נישט

ד] האט איר געקרעכצט טאקע וועגן חורבן הבית, אדער האט איר געקרכצעט ווייל איר האט שוין נישט קיין נערווען / כוח צו זאגן?

ה] וויפל מאל האט איר אויסגעטוהן די טישעבאב שיך אינמיטן דאווענען / זאגן די קינות?
כנ"ל

ו] וויפל שעות שלאף פלאנט איר אריינצוריקן דעם טישעבאב?
גארנישט (מ'ענדיגט שוין באלד דעם טאָנעת דא)

פאר די ישראלדיגע צווישן אונז.

1] זענט איר געווען אין ככר השבת נעכטן?
יא

2] זענט איר געווען ביים כותל נעכטן?
יא

3] צום כותל זענט איר געגאנגן צופיס / באס / קאר?
קאר

4] אויב זענט איר געפארן מיטן קאר ווי האט איר חונה געווען?
ליד דלק מנדלבאום

5] זרקתם / קבלתם כדורים?

תוקן על ידי - jewboy - 27/07/2004 15:27:27

קעכער » 28/7/2004 00:46

ליד דלק מנדלבוים...... היה כבר שוה לך ללכת ברגל ...

אינגערמאן » 29/7/2004 06:13