היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » שער טיטוס אין רוים

שער טיטוס אין רוים

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1039476

ekstein » 27/7/2004 01:11

שער טיטוס אין רוים
[בילד – נישט אפגעהיט]

ekstein » 27/7/2004 01:13

נאך א בילד
[בילד – נישט אפגעהיט]

ekstein » 27/7/2004 01:15

נאך א בילד
http://www.penguintown.net/Roman/Titus.html
[בילד – נישט אפגעהיט]

ekstein » 27/7/2004 01:23

א מטבע פין טיטוס
http://augustus.to/coin/ZL_e_titus_TITUS-2.html
[בילד – נישט אפגעהיט]

ekstein » 27/7/2004 01:30

א קלארע בילד פין הייליגע מנורה אויך אויף שער טיטוסוואס די איגישע קינדער האבן מיט גנומען אין גלות
[בילד – נישט אפגעהיט]

13Hooper » 27/7/2004 02:57

נישט די אידען האבען דאס מיט גענימען נאר די רומער, אינטרעסאנט אז לויט די פיקטשער איז די קני המנורה רינדעכיג אין נישט v shaped

קאנדאהאר » 28/7/2004 18:20

דא איז נאך בילדער פון שער טיטוס
בילדער וואס צייגן בעסער אלע זייטן.

די בילד צייגט דעם פראנט, דעם שער פונעם טויער.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קאנדאהאר » 28/7/2004 18:22

בילד 2
אויף דעם זעט מען די רעכטע "אינסייד" זייט.
די מנורה זעט מען זייער קלאר דא.


[בילד – נישט אפגעהיט]

קאנדאהאר » 28/7/2004 18:24

בילד 3#
דא זעט מען דעם גאנצען שער.
לעבן דעם אוי די לינקע זייט זעט מען די בארימטע "סעטורן" אין רוים.

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאנדאהאר » 28/7/2004 18:26

בילד 4#
דא זעט מען דעם גאנצען שער פון אן נענטערן קוק-ווינקל.


[בילד – נישט אפגעהיט]

קאנדאהאר » 28/7/2004 18:27

בילד 5#
די אינסייד לינקע זייט

[בילד – נישט אפגעהיט]

קאנדאהאר » 28/7/2004 18:31

בילד 6#
דעם גאנצען שער, פון ווי מ'קען אויך אריינקוקן אויף די "אינערליכע זייטן" פון דעם טויער.

דער טויער האבן די רוימער נישט געברענגט פון ירושלים.
זיי האבן עס געבויט אין רוים, צו ווייזן וואס זיי האבן געטאן מיט ירושלים, און אז זיי האבן פארקנעכטעט דאס אידישע פאלק, און אוועקרויבט זייערע הייליגטומען, ווי די סקולפטור פון מנורה הטהורה דארף אויפווייזן.

טיטוס ווערט דארט אנגעגעבן אלס קעניג אין רוים. כאטש וואס ער איז נאר געווען א גענעראל. נירון NARO, איז געווען דער קיסר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נייטעראל » 28/7/2004 23:46

רביה"ק זי"ע איז געווען קוקען די שער טיטוס ווען ער איז געווען אין רוים נאך די מלחמה.

אזוי האב איך אמאל געהערט

הכשר » 29/7/2004 17:45

דעס וואס 13 הופער שרייבט " אינטרעסאנט אז לויט די פיקטשער איז די קני המנורה רינדעכיג אין נישט v shaped"

דער רבי זי"ע ברענגט אויף א פלאץ, ווי ער רעדט דערפון, אין ער איז מברר אז די בילד איז נישט קיין סתירה צי די וואס האלטן אז די מנורה איז געווען v shaped ווייל אין ביהמ"ק איז געווען עטליכע מנורות אויסער די הויפט מנורה, איז קען זיין אז די בילד איז איינע פין די אנדערע מנורות.

guar » 29/7/2004 17:55

בכלל אז מען קוקט אויף די בילד זעט דאס לגמרי נישט אויס ווי די מנורה וואס אונז ווייס מיר איז געווען,

יעדער חדר יונגעל ווייסט, אז די מנורה האט געהאט 22 בעכערס, 3 אויף יעדען רער, אין און די מיטעלסטע רער איז געווען 4,... 11 קנאפ, אין 9 בלומען, אין אויף די בילד זעט מען גארנישט פין די אלע זאכען.

מען קען אפשר זאגען אז מחמת אלטקייט איז שוין אראפ געפאלען עטליכע שטיקער דערפין, מען זעט נישט קלאר, א סברה.

אדער מוז מען טאקע זאגען אזוי ווי די רבי זי"ע, אז די מנורה איז א בילד פין איינע פין די אנדערע מנורות פין ביהמ"ק.