היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א ש"ץ וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן

א ש"ץ וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1033849
בלאט: 1 2

Baachi » 22/7/2004 22:41

איך האב געדאוונט נעכטן אין א חסידיש ביהמ"ד.

דער עמוד איז געשטאנען ליידיג אין געווארט אויך א בעלן,
האט זיך מרחם געוועהן אויף איהם א ייד איינגעהילט אין א גרויסן טלית מיט א ברייטע עטרה (אויפ'ן קאפ) און אנגעהויבן ברכות.

פאר ר' ישמעאל אומר האט ער זיך אויס געדרייט צום עולם כמנהגינו, און גענומען אינווענטארי פון זיינע פאסאשזירן. אז דער טלית איז אראפ פון קאפ איז דאך נתגלה העטרה, איז נתגלה געווארען די צורה פון אונזער חזן. אז ס'האט אוועקגעשיינט. דאס הייסט פשוט געגלאנצט. וכל כך למה? וויל ער האט זיך ערשט יעצט אפגעשעווט באשעווער אשר הם שוברים. און ער האט אויס געזעהן ווי שבט לוי נאך די תנופה פון משה רבנו אין פרשת במדבר. אפילו נישט קיין שתי שערות אויפ די גאנצע קרקפתא פאר א זכר. מהאט ממש געקענט מחדש זיין די לבנה אויף איהם.

וויל איך אייך נאכאמאהל דערמאנען דעם דאטום: ד' אב.

מען האט געמאכט א שטילע שישקע מיט נגון פון היתכן, נאר מהאט פארשטאנען אז ער איז אוודאי אחיוב.

אונזער חזן איז אריין געפארען און ר' ישמעאל אומר. און ביז אפאהר מינוט איז ער אדורך בשלום אלע מכשולות פן דעם כלל ופרט וכלל וכלל ופרט צריך לפרט והמסתעף, אין ער איז אנגעקומען צו מזל ביז צו די שני כתובים המכחישים זה את זה, און ס'געקומען דער כתוב השלישי יכריע ביניהם יהי רצון ...וכשנים קדמוניות, און בלייבט שטיל....ער זוכט א יאלד צו זאגן קדיש.

"אה אינו חיוב?"

פארשטייט איר מיך רבותי, דער חברה'מאן איז אינגאנצן נישט קיין חיוב, און מיר האבן זיך געכאפט אויף אונזער בראך, מיר זענען דא געבליבן שטעקען אין א הייליג חסידיש ביהמ"ד מיט א געגאליעטע געמבע פאר א חזן אין נאך דער צו אין די ניין טעג.

די שישקע האט זיך נאכ אמאהל אנגעהויבן פון אנפאנג, איינער האט געוויזן אויף זיין אייגענער בארד, דער אנדערער אויף די באק, דער דריטער האט שארפהייט געמאכט מיט די פינגער א סימן פון א שערל אויף די בארד, וכדי להוציא הספק מליבן של ציבור האט ער מיט די פינגער געמאכט אזוי ווי ער שערט טאקע. און אזוי האט דער עולם געוואונקען ביז ס'האט זיך געטראפן א שייגעץ וואס האט אויסגערעט אין די רשי"ס תפילין. נו? היתכן? נגד הלכה? מאכט ער אויף לשון קודש.

ביי ברוך שאמר האט זיך שוין איינער מורה היתר געוועהן צו זאגען אויף ספק יידיש ספק לה"ק " א חוצפה א העזה" אבער ס'נאך אלץ געוועהן שטילערהייט. כדי נישט צו פארשעמן דעם חזן דנן.

מהאט אזוי געשישקעט און געברומט און געבורטשעט אבער לכלל מחאה איז קיינער נישט טנגעקומען, אין ביני לביני האט מען אויך אריין געכאפט אווארט דאווענען אין
למעשה האט דער ש"ץ אנגעצויגען ביז נאך תחנון,

דאמאלטס האט איינער פון די לוחמים מלחמת ה' זיך אנגענומען מיט עזות דקדושה און געמאלדן אז ער איז אליין א חיוב אויף קדיש תתקבל.

נאכן דאווענען ביים תיקון - ווען דער יעניגער איז שוין אהיים - איז געווארן א וויכוחא רבא צו מען האט אים געדארפט אוועק שיקן אדער נישט.

די צדדים פון די איבעיא

א) מ'טאר נישט פארשעמען קיין שום מענטש, בפרט ווען סהענגט נישט קיין טאוול פון אזא תקנה

ב) אז ער שערט זיך אין די דריי וואכן טוט ער כנגד ההלכה טאהר מען אים נישט צו לאזן צום עמוד, מדארף נישט קיין טאוולען, דער שו"ע איז גענוג א טאוול. און וועגן פארשעמען? פארקערט ער פארשעמט אונז.

וויל איך אייך בעטען טייערע חברי הפארום, נעמט ביטע אראפ פון אייערער טייערע צייט, אין צווישען דיסקוסיעס פון דעם דיינא דמתא הרה"ג באראש אין דעם חדר בילדונג פון
ק"ק נתני------------------------------------א

ביטע מאכט אייך צייט זיך מזדקק זיין לשאלתי הפעוטה.

וואס איז אייער מיינונג? האט מען געדארפט מוחה זיין אדער שווייגן. און וואס וואלט איהר געטוהן ווען ח"ו עס פאסירט אין אייער מנין?

ובזה אשים קנצי למלין. ושוכט"ס

תוקן על ידי - baachi - 22/07/2004 22:53:43

אינגערמאן » 23/7/2004 01:12

וואס טוט זיך מיט דיין אהבת ישראל....??

אזוי אפצוחוזק'ן פון א איד וואס דאווענט ערב ובוקר וצהרים אזש מיט מנין, און אזש גאר פאר'ן עמוד...

אוי וויי וויי, ווען דער בארדיטשובער באגעגענט דיר יעצט וואלט ער דיר זיכער אראפגעלאזט אזא הילכיגן פראסק צום געדענקן....

יוסעלע » 23/7/2004 19:12

ער איז א מומר לדבר אחד?!?!, עובר אויף א סעיף אוין שולחן ערוך אין שפעטער לויפט ער ארום מיט א שמייכל אין פיהלט זיך גיט דערויף, זיין גלאטן פרצוף איז וויכטיגער ביי עהם וויש שריפת בית אלקינו, שפעטער ווערט ער מיך א פרומער און ער דאווענט פארן עמוד מיט א ברייטן עטרה אויפן קאפ!?!?
פארשטייט זיך אז מען טאהר עם נישט מבייש זיין אבער מען דארף עהם געבן צופארשטיין אז לא תקיפו פאת ראשכם איז טאקע נאר א דאורייתא נא קען מען אפשר מקיל זיין נישט שערן די בארד אין די דריי וואכן ווערט טאקע נישט דערמאנט אין שו"ע ווייל מען טאהר עס נישט אפשערן איז מן הסתם איז מותר, אבער עס האנדעלט זיך דא פון א מנהג א "מנהג" דאס איז דאך וואס די ברייטע עטרה באדייט, 'תורה' ניין, 'שו"ע' ניין, 'מנהג' אויף דעם וועלן זיי עובר זיין על כל התורה כולה צוזאמען מיטן שו"ע אבי צו קענען מקיים זיין די מנהג (פארשטייט זיך נאר בפרהסיא, זיכער צו מאכן אז יעדער זעהט), אט פאר די סיבה וואלט מען איהם געדארפט פארטרייבן פון עמוד, ער איז דאך דיי שליח ציבור.
זאג - וואלסט געפארן אין אן עראפלאהן וואס די פיילאט ברעכט אפיציעל די הלכות פון הלכות פיילאט, וואלסטו געפארן אין א טעקסי ווען די ווייסט אז די דרייווער קוקט נישט אין שפיגל און פארט דורך רויט נאו פראבלעם. וועהן וואלט געֿאפפערט א ליפט וואלסטו אפגעזאגט, אדער וחואלסטו געפארן מיט איהם ווייל די וויסט איהם נישט פארשעמען... ....איך נישט!!!

yohcee718 » 25/7/2004 14:04

אין חכמה ואין עצה ....

פארן עמוד האט ער נישט גטאהרט דאווענען. א סאך אחרונים שרייבען וועגען דעם...איך האב געהערט א מעשה אז ר' נתן געשטעטנער אב"ד קרית אגודת ישראל האט זיך אמאהל אויסגעשפרייט זיין גוף מיטן טלית איבער דער ס"ת אין נישט געלאזט א ראזירטער (גע'גאלט' איז אסור מין התורה אלע מאהל) עולה זיין אין די 3 וואכען..

ווער עס איז חושד אויף מבייש זיין האט דאך געקענט זאגען אז ער האט א זיידענס א יארצייט (מותר לשנות מפני דרכי שלום) אין בעטען איהם אז ער זאהל אפטרעטען.

לכשעצמי. איך וואלט פשוט צוגעגאנגן אין געזאגט אז עס פאסט נישט צי דאוואנען מיט א רעזירטע בארד ביטע טרעט אפ.

אין קטיגור נעשה סניגור.

ענדע_צדיק » 25/7/2004 14:40

אפשר איז ער א קאנסער פאציענט.

אינגערמאן » 29/7/2004 07:20

טראכטענדיג וועגן ענדע-צדיק'ס ענטפער, בין איך געקומען צו די מסקנה אז דאס איז זייער מעגליך.

ליידער איז היינט דא צווישן עולם מער ווי מען ווייסט רחמנא לצלן,

ובפרט, אז געווענליך א איד וואס גאלט זיך אין די דריי וואכן, גייט "נישט" מיט קיין "ברייטע" עטרה. אלזא איך האב זייער מורא אז "באטשי" וואס איז באקאנט מיט זיין גרויס אהבת ישראל אפילו פאר די בג"צ פון מדינת ישמעאל אויף וועם ער לאזט נישט רעדן קיין לשון הרע איז אבער נעבעך נכשל געווארן מיט'ן בארעדן און מצער זיין א "עכטן" אנגעליטענער איד.

חכמים הזהרו....

Baachi » 30/7/2004 08:27

דער דאזיקער אשכול וואס איז נוגע כמעט יעדען איינעם

האט

648 ציפיות און 5 תגובות

דער אשכול פון

"שרעקליכע מכות שבת צופרי אין ירשלים"

האט

3059 ציפיות און 48 תגובות

איר מיינט אז דאס האט צוטוהן מיט די טיפקייט פון די חברי הפארום?

shia550 » 30/7/2004 17:21

אונגערישער באטשי {ירידת הדורות}

ניין יענער אשכול איז מער נוגע פאר כמה סיבות.

1 און אונזערע שולען גייען נישט צו קיין בעל תפילות וואס גאלען זיך.
2 אפילו יא האט דאך דא קיינער נישט געוויסט פאראויס, אין שפעטער נאך קדיש עס איז אונזער באבע'ס עסק.
3 אפילו ווען מען ווייסט יא וואס איז מיט המלבין פני חבירו ברבים ממש.? {א מנין אידען}
4 פון מכות האט יעדער מורה ממילא אז מען זעט דאס ווארט מכות כאפט יעדעם דעם קדחת און מען קוקט אריין.

יוסעלע » 1/8/2004 13:15

נא!
קען מען מאכן א שיקל לומדות, וואלט פון אונטער די ברייטן עטרה ארויסגישטעקט א שיינעם טשופיק וואלט מען געדארפט פארשיקן. ומכלל הן אתה שומע לאו.

Baachi » 4/8/2004 01:02

shia550

לויט ווי איך ווייס לאזט מען צו אינדערוואכן אחיוב אהן א בארד אין רוב חסידישע בתי מדרשים

די עיקר קפידא איז ווען איינער שערט זיך קעגן די הלכה ד.ה. אין די דריי וואכן, ספירה אדער חוה"מ.

שבת אין יו"ט איז דער טעם ווייל איינער פון די מעלות פון א בעל תפילה איז זקנו מגודל.

כאטש סאיז דא נאך א פאהר מעלות פון א חזן און אויף זיי איז מען נישט אזוי מקפיד.

איך מיין די מעלה פון קולו ערב, און פון מרוצה לקהל, זעהר ווייניג זענען מקפיד אויף דעהם,
רוב זענען אבער מעורב בדעת - (נישט עם הבריות)

אקיצער אויף די בארד איז מען מקפיד שבת אין יו"ט.

איך גלייב נישט צו מ'קען על פי הלכה מונע זיין אחיוב אינדערוואכן פון עמוד אויב ער שערט זיך אויף איין אופן המותר.

יעצט איז די שאלה צו דער איסור- תקנה - מנהג איז מתיר הלבנת פנים ברבים?

yohcee718 » 4/8/2004 05:03

הלבנת פנים איז נישט קיין ענין צום שאלה דא.


לויט דער הלכה קען אפילו 'איין' מתפלל מוחה זיין אז דער בעל תפלה איז נישט מרוצה פאר איהם.

היינט פירט מען זיך נישט אזוי אבער אין פרינציפ אויב איינער קען מוחה זיין קען מען נישט טענה'ן הלבנת פנים.

דער חילוק פון וואכען אין שבת איז פשוט נישט ריכטיג איך גלייב נישט אז עס האט געקענט א מגולח דאווענען פארן עמוד אין דער וואכען מיט דער מנין פון סאטמאר רבי זצ"ל.

shia550 » 4/8/2004 06:49

איך גלייב נישט אז א מגולח קען דאווענען פארן עמוד אין רוב חסידישע בתי מדרשים.

קרןהתורה13 » 4/8/2004 08:05

אן אינטרעסאנטע מעשה איז אמאל געווען מיט א מגולח, בערוב ימיו פון הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל, ווען דער רבי האט שוין געוואוינט אין קרית יואל, פון וועלכן מ'קען האבן א שטיקעלע בליק איבער דעם רבי'נס געוואלדיגע הימלישע פקחות און דרכי ההנהגה בקודש וויאזוי זיך אומצוגיין מיט א יעדן איד.

עס איז געווען א ליטווישער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן זיך געזעגענען מיט א קוויטל אין קרית יואל. אזוי ווי ס'איז געווען א לאנגע רייע פון אסאך אידן האט זיך דאס געזעגענען פארצויגן און מען האט געדארפט ווארטן זייער לאנג. יענער איד איז פונקט געווען אין יאר נאך זיין טאטן און ער האט אנגעהויבן ווערן נערוועז ווייל ער האט געדארפט דאווענען מנחה פארן עמוד.

ער האט געטראכט צו דאווענען ביים רבי'נס מנין, אבער פרעגנדיג דארט ביי די שטוב מענטשן און משמשים האט מען אים געזאגט אז ער קען נישט דא דאווענען וויבאלד ער שערט זיך די בארד, און ביים רבי'נס מנין קען נישט דאווענען פארן עמוד א מגולח.

יענער איז געווען אין א שטארקע פארלעגנהייט. ס'איז נאך געווען אין די בראשית יארן פון קרית יואל, אזוי שפעט וואלט ער שוין אין ערגעץ נישט געטראפן קיין מנין און ער האט נישט וואו צו פארן. ער וויל זיך נאך אויך פראווען מיט א קוויטל ביים צדיק הדור און דא ווידער מוז ער אויך דאווענען פארן עמוד זייענדיג אין יאר נאך זיין טאטן. וויאזוי וועט ער דאס באווייזן?

ער האט פרובירט זיך איינבעטן ביי די גבאים. מען האט נישט געוואוסט ווי צו טאן, מעג מען אים אפזאגן און וואס וועט דער רבי דערצו זאגן. אינמיטן עפנט זיך די טיר און די געטליכע צורה פון הייליגן רבי'ן זי"ע באווייזט זיך. דער רבי קומט ארויס דאווענען מנחה.

דער רבי גיט א פרעג הרה"ח ר' מאיר דייטש וואס גייט פאר. ער האט באמערקט א געזעמל וואו מען איז עפעס העפטיג דן. ר' מאיר פאראינטרעסירט זיך און דערציילט דעם רבי'ן וואס דא גייט פאר. א איד וואס שערט זיך די בארד איז אין יאר נאך זיין טאטן, ער וויל דאווענען פארן עמוד אבער דא איז מען אין א שווערע פארלעגנהייט, מ'וויל אים נישט לאזן וויבאלד ער איז א מגולח.

דער רבי זי"ע איז שוין דעמאלט געווען שטארק שוואך, כידוע, אבער דער מח איז אים נאך געווען קלאר און שארף. רופט זיך דער רבי אן תיכף ומיד מיט א שמייכל און מיט זיינע לעכטיגע פינקלדיגע אויגן: נו, זאל ער זיך מקבל זיין מכאן ולהבא צו גיין מיט א בארד!...

מען האט יענעם צוגערופן צום רבי'ן און דער רבי זאגט אים איבער די זעלבע זאך, מיט א הייליגן שמייכל און ווארעמע ליבליכקייט.

יענער איד האט תיכף אנגענומען דעם רבי'נס בקשה און צוגעזאגט צו טראגן פון היינט און ווייטער א בארד, און ער איז געווען דעם רבי'נס בעל תפילה.

יענער איז געבליבן גיין מיט א בארד ביז צום היינטיגן טאג, אלעס א דאנק דעם כח הקדושה והחכמה פון רבי'ן זי"ע, וועלכער האט אזוי כלאחר-יד מיט א שמייכל און א גלייכווערטל מדריך געווען אידן בדרך ישראל סבא.

זכותו הגדול פון הרה"ק מסאטמאר זצוקללה"ה יגן עלינו ועל כל ישראל.

כורמיזא » 4/8/2004 10:59

קרן

yohcee718 » 4/8/2004 19:57

קרן א זייער שיינע מעשה

אבער נישט אין אלע חסיד'שע קלויזען קענען מגולחים נישט דאווענען פארן עמוד

לובאוויטש (חאטש אז זיי האלטן אז ראזירען איז א חשש דאורייתא) גור, וויזניץ (חוץ ר' מאטעלע שליט"א)באבוב...ועוד. מעג מען דאווענען אהן א בארד.

איך בין איינמאהל געוועהן אין לובאוויטש הושענה רבה ביינאכט ביים תהילים אין פארן עמוד האט געזאגט תהילים דער באקאנטער שרייבער ניסן גארדאן און ער האט זיך ראזירט. עס איז מיר דעמאלס געוועהן א פלא אבער מ'האט מיר געזאגט אז ער האט געהאט אויף דעם א חזקה.



עפשטיין » 4/8/2004 20:58

יוסי
מכלל די פיר קרייזען וואס די האסט דא אויסגערעכט קען מען פארשטיין אז אין רוב חסידישע קרייזען גייט א מגולח נישט צו דעם ברעטל?

למשל סאטמאר,סקווער,בעלז,פאפא,צאנז,סלאנים,

Baachi » 5/8/2004 02:27

יוסי718

ווי האסטו גענומען די הלכה אז איין מתפלל קען מוחה זיין?

ס'שטייט אז איינער דאוונט קעגן רצון הקהל זאל מען נישט נאכזאגן אמן אבער נישט איין מתפלל

אין קלויזנבורג, באבוב, מונקאטש, טאהש (ב"פ) לאזט מען צו א מגולח אינדערוואכן,

פון די מעשל'ה מיט'ן סאטמארער רבין זצ"ל - ווי ס'איז דא דערציילט- איז מוכח אז נאר מיט זיין מנין האט מען נישט צו געלאזט.

אויב די מעשה איז אמת איז עס א שטארקער סיוע לדברי.

ווייל טאמער איז עס א מנהג טוב, איז עס דאך עס א נדר הצריך התרה. ווי האט מען דאס געקענט מתיר זיין מיט א שמייכל?

ובפרט אז ס'קען גאר זיין א נדר על דעת רבים וואס עס העלפט נישט קיין התרה.

משם ראיה אז דער מנהג האט בכלל נישט קיין מקור אין דין. נאר סתם אזוי ווי א לבוש אדער א הברה אשכנזית.


תוקן על ידי - baachi - 05/08/2004 2:30:53

yeedle » 9/8/2004 04:19

באטשי

איינער וואס שערט זיך קעגען הלכה איז זיכער רצון הקהל מוחה צו זיין.

איך פארשטיי אז א איד וואס שערט זיך פארשטייט אליין אז ער איז נישט מרוצה לקהל אין די דריי וואכען.

אין אגב אין סאטמאר גייט נישט צו קיין מגולח, נישט נאר ביי'ן רבי'ן זי"ע מנין.

Baachi » 10/8/2004 01:25

Yeedle

"הבא על אשת איש מיתתו בחנק ויש לו חלק לעולם הבא,
אבל המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא"

ווער האט דאס געזאגט פאר וועם?

1) הרב קוק פאר דער גערער רבין
2) ר' זלמן לייב פאר משה פריעדמאן
3) "קטלא קניא" פאר שלעזינגער פון וועד משברת הצניעות,
4) יוסף 90 פאר שור שנגח
5) די בחורים פאר יחזקל שמש ע"ה ווען ער האט זיי געכאפט בשעת מעשה

טאמער וויסט איהר פון נאך א מקור ביטע פאוסטן

yohcee718 » 10/8/2004 05:45

באטשי

וואס איך האב געשריבען איז א הלכה מפורשת אין שו"ע

שולחן ערוך אורח חיים סימן נג

סעיף יט
יש מונעים גר מלהיות ש"צ, ונדחו דבריהם. אפילו יחיד יכול לעכב ולומר: איני רוצה שפלוני יהיה חזן, אם לא שכבר הסכים עליו מתחלה. הגה: ודוקא שיהיה לאותו יחיד טעם הגון על פי טובי העיר, אבל בלאו הכי אין היחיד יכול למחות בש"צ (מהרי"ו סי' ס'). ואם הוא שונאו, יכול למחות בו קודם שהסכים עליו (מהר"ם פדואה סימן ק"ד ומהרי"ק שורש מ"ד ). ומי שהוא שונא לש"צ לא יעלה לספר תורה כשקורא התוכחה (אור זרוע).

מגן אברהם אורח חיים סימן נג
אפילו יחיד - וגם בכל המינוים יכול למחות ואפילו במרביץ תורה (רשב"ם סי' מ' ור"ב סימן כ"ה ומ"צ סי' ע"ה ע"ו) מיהו דוקא כשרוצה לקבל אחר ע"ש (כ"ה) וביש"ש פ"ק דחולין סי' נ"א כתב דוקא שיש אחר לשכור בדמיו של זה אז יחיד יכול למחות, ובלבוש כתב ועכשיו הולכין אחר רוב פורעי המס אפי' פסולי קורבה ביניהם ויש מקומות שממנין י"א או י"ג אנשים על זה והכל שלא ירבו המחלוקת ואין משגיחין על יחיד וכ"כ בכ"ה בשם רשד"מ ומהר"א די ביטין סי' ב', ונ"ל דדוקא בזמניהם שהיה הש"ץ מוציא הרבים י"ח בתפלתו אז היה יחיד יכול לעכב דאין נעשה שלוחו בע"ב משא"כ עתה שכלם בקיאין רק הש"ץ הוא לפיוטים אע"פ שאומר קדיש וברכו אין כ"כ קפידא, וכ' ראב"ח ח"ב סי' מ"א אפי' למ"ד יחיד יכול למחות אם בא בטענת פסול אין יכול למחות דיש לחוש לפגמו:


קלארע ווערטער דהיינו אלע זענען מודה אויב דער יחיד וואולט געהאט א כוח, דארף ער זיך נישט רעכענען מיט 'הלבנת פנים'

איינע פון די היסטורישע סיבות פארוואס 'חסידים' האבען זיך אפגעטיילט אין געמאכט אייגענע מנינים אין אלע שטעט איז געוועהן דוקא איבער א זעלעכע ענינים.

הלבנת פנים מיינט נישט אז מקען נישט ציגיין צו איינעם אין פארלאנגען אז ער זאל אפטרעטן..

אפשר זאל מען נישט טארן פארעכטען איינעם וואס מאכט א טעות ביים עמוד ער ווערט דען נישט פארשעמט?

ליידער א סאך מאהל לייגט מען ביי אונז אריין אין קאפ מאדערענע צוגאנגען אין מ'רעדט זיך איין אז ס'איז דא אין דעם א צידקות... איך וואולט אויך נישט געזאגט גארנישט ווייל עס איז מיר נישט אייגענעהם אבער איך רעד מיר נישט איין אז איך שווייג ווייל איך בין א גרויסע צדיק.

כורמיזא » 10/8/2004 08:22

באטשי , ווען מ'שרייבט א שאלה מיט מולטיפול-טשויס תשובות, דארף מען שרייבען די ריכטיגע תשובה אויך. ווייזט אויס דו ווילסט נישט שרייבן דוד המלך צוזאמען מיט הרב קוק אדער גאר מיט זלמן לייב.

יוסי,
פון ווי נעמסטו אז די חסידים האבען געמאכט עקסטערע מנינים וועגען דער סיבה?
לויט ווי איך קען די היסטוריה איז עס געווען וועגען גאר אנדערע סיבות, פשוט ווייל זיי האבען געוואלט צוברעכען די מנופולי פון די מתנגדים און די קהילה.
ווען נישט זיי מאכען עקסטערע מניינים וואלט מען זיי אריין געלייגט אין חרם און אריין געלייגט אין דעם קהל-שטיבל וואס איז געווען אין ביהמ"ד אין יעדער וואלט דארעך געגאנגען און געגעבען א שפיי און דערנאך וואלט מען זיי גוט גוט אנגעמקלט די ביינער, זיי זענען געווען קלוגער דערפון, זיי האבען גלייך געמאכט אן עקסטערע קהלה מיט א נייע ביהמ"ד, בית קברות, שחיטה, לעכט, מיט'ן רשות פונ'ם ממשלה (די ממשלה האט געהאט אן אינטערעס דערין ווייל זיי האבען געטהנט אז די ראשי קהלה האבן א גרעסערע כח ווי זיי), און פון דאן אן האבען זיי מער נישט געדארפט צאלען קיין שטייער פאר די קהילה, און דאס האט גורם געווען אז די וועד ארבע הארצות איז בטל געווארען. ווייל די מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל זענען אריבער צו די חסידים, די פויערען האבען שוין פון לאנג אויפגעהערט זיך צו באווייזען די פנים אין ביהמ"ד כדי מ'זאל זיי נישט מבזה זיין. און אגב, אין יענע צייטען פלעגען זיך די ליטוואקעס נאך נישט שערען די בארד.

איין שלעכטע תוצאה איז ארויס געקומען פון די אויבענדערמאנטע מהלך, אז דאס האט שפעטער געעפנט די וועג פאר די רעפארמיסטן און משכילים צו עפענען אייגענע קהילות.

מנחתאלעזר » 10/8/2004 17:06

כורמיזא
איך פארשטיי אז די רעדסט פון די ערשטע יארען ווען חסידים האבען געציטערט פאר זייער לעבן,אין די פלעצער וואס די רעדסט זענען די מתנגדים אויך געגאנגען מיט בערד.

יוסי שמועסט פון שפעטער למשל אין די ראמענישער שטעט וכדומה.

yeedle » 10/8/2004 17:22

באטשי

טענו לו בחיטין והודו בקידוש לבנה.

ווער האט דאס געזאגט פאר וועם?

1) אריה דרעי פאר שער ?
2) ר' משה יוסף דוב פאר ר' דוד ווייס?
3) ר' מיכאל דוב פאר קלוזענבורגער רב זצ"ל?
4) dosdos פאר לקוי חמה?

און בכלל ביי וגוערין בו איז נישט דא קיין המלבין פני חברו ברבים?

Baachi » 10/8/2004 19:34

יוסי

שקויעך הגדול פאר די ד"ת, מים קרים על נפש עייפה, בעסער ווי רעדן מיט א סעילסמען.

סאיז אבער לדעתי איבערהויפט נישט נוגע לעניננו. ווייל אין שו"ע רעדט זיך פון אוינעמן א ש"ץ קבוע - אזוי ווי ר' בערל שטראססער ע"ה איז געוועהן אין וויען. אין נישט וועגן צו גיין באקראי, ווי למשל א חיוב. וואס איך ווייס נישט צו מקען מוחה זיין

וועגן היסטארישע סיבות איז דאס געוועהן נוסח ואופן התפלה. אדער אזוי ווי כורמיזא שרייבט, נישט מרחק צו זיין יחידים.

פאררעכטן א טעות ביים דאווענען= איך ווייס אז ר' פישעלע הערשקאוויטש שליט"א לאזט נישט פארעכטן א בעל קורא וואס איז זיך טועה מיט טראפן אדער מיט נקודות ( עס מיט אייס...)

חס זיין אויף כבוד הבריות איז א מאדערנער צוגאנג?

ביזט גערעכט

הארגענען מענטשן איז טאקע אלטמאדיש - קין מיט הבל.
כבוד הבריות איז אמאדערנער צוגאנג, ערשט געקומען ביי שם און יפת.

דער פראבלעם מיט דיר איז, אז דו ביזט מהפך די יוצרות. ווייל סאיז געוועהן א זמן פון א קולטור קאמף קעגען משכילים, ווען חסידים האבן געטוהן בהיתר געוויסע זאכן מיט איין עזות דקדושה. איז דאס ביי דיר געבליבן דאס עיקר החסידות. אלעס איז נשתכח געווערן חוץ די שייגעץ שטיק.

דער בעש"ט איז געקומען צוליעב אהבת השם, אהבת תורה און אהבת ישראל. אזוי האט ער אליין געזאגט.

נישט צוליעב סיעמס, בערד אין ציונות,


כומיזא

אשקויעך פאר דעם גראבן פינגער, וועגן דוד המע"ה איז תנא ושייר, (וכל האומר ... חטא אינו אלא טועה)

וועגען די היסטוריע בין איך מסכים מיט דיר דעם ערשטן חלק, אז עס איז געוועהן בדלית ברירה.

עס האט אויך געשפילט אראלע דער נוסח התפלה אין דעם אופן התפלה צום ביישפיל די חזנים אין די ראשי קהל אויבן אהן זיצערס.

דער וועד ארבע הארצות איז בטל געווערן בעיקר אין שנת ת"ח ות"ט. עס האט פיגורירט שפעטער אבער מיט אסאך שוואכערן כח. די גרעניצן פון די מדינות זענען אויך פארמאכט געווארן.

איך בין חולק אויף דיין לעצטן סטעטמענט בנוגע די רעפארער אין משכילים

זיי האבן נישט געדארפט קיין תירוצים. פונקט פאר קערט די ארטהאדאקסן האבן דאך זיך אפגעטיילט?

אין רוסלאנד אין גאליציע האבן זיי דאך געוואלט אונטער ברענגען די ארטהדאקסן אין חסידים מיט די טענה פון איין קהלה.

YEEDLE

דיין מולטיפל טשויס פארמאט פאוסט איז זעהר אריגינאל, חידוש נפלא, ווי האסטו דאס געזעהן?

אבער נאך מעהר חידוש איז דיין נייע הלכה

"בכלל ביי וגוערין בו איז נישט דא קיין המלבין פני חברו ברבים?"

דערלייכט מיר די אויגן ווי ס'שטייט "גוערין בו" אין הלכות זקן ועמוד?

yeedle » 10/8/2004 20:06

באטשי

איך האב הנאה אז דיין אהבת ישראל גייט נאר אויף איין זייט צו די מאדערענע אין די חילונים, ליב האבען א סאטמארער איד מן דכר שמיה.

זעסט אויס אז די קענסט גוט טיפע חסידות מעשה חב"ד 770, דארט האט מען מיט יארען צוריק געלערנט די סארט סעלעקטיווע אהבת ישראל.

וואס מאכסטו זיך פלוצלינג ווי א עם הארץ אז די פארשטייסט נישט וואס איך שרייב? האט דען איינער געזאגט אז וגוערין בו שטייט דא? איך האב פשוט געוויזען אז ביי א הלכה איז נישט דא קיין המלבין פני חברו ברבים, אין אז א בעל תפלה וואס איז נישט מרוצה לקהל גייט צום עמוד (וואס איז אגב נאר א היפאטעטישע שאלה, ווייל קיין איין מגולח איז נישט אזא בהמה ווי צו גיין אין א חסידישער בית המדרש ווי פאפא, בעלז, סאטמאר, סקווער, אין די דריי וואכען, אין איך האב נאך נישט געזען אז מען זאל א בעל תפילה אוועקשיקען פון עמוד, הגם וואס איינער האט אמאל געמאכט א אשכול אין בחדרי חרדים כאילו ער האט געזען אז מען האט עס געטון אין באבוב), מעג מען איהם זאגען.



אפשר אז בית דין גיט ארויס אויף א איד א סירוב פאר נישט קומען צו א בית דין אין איינער וועט איהם פארשעמען ווען ער באקומט א עליה איז אויף א מבזה פני חברו ברבים?

אגב אינטערסאנט ווי דיין גאנץ געשמאקער חוש הומור איז פארלוירען געווארען ווען די זעלבע קושיות זענען געגאנגען דיין וועג? אהבת ישראל האב איך שוין געזאגט?

Baachi » 10/8/2004 20:57

YEEDLE

ח"ו איך זאל ליעב האבן א א חילוני, איל האב קוים ליעב א פרומען איד.

זעהסט, א סאקמערן יא, אים האב איך גראדע יא ליעב, קודם מאכט ער אינטערסטאנט אויף פארק, נאכדעהם גרייט ער צו נאכטמאהלס אויפן זומער, מקען האבן אמאהל א טובה פון איהם, אין בדרך כלל גוטע יונגען, לעב און לאז לעבן.

נאר טאמער וועט ער פרום, איז ער מער מסוכן ווי א פרדה לבנה.

אבער ווי קענסטו זאגן אז איך האב ווייניגער ליעב א סאקמוירי ווי א גילוח?

איך לאז אים דען נישט צו אין די ניין טעג? אפילו תשעה באב אליין.

אדרבה ואדרבה ער איז דאטמאלטס א הויפט מחותן, שאף הם היו באותו הנס. (עיין פרק הניזקין למה נחרב הבית שני)

דזשואסט קידדינג

דער ארגומענט וואס עץ נוצט שוין 50 יאהר פון אף על פי שלא חטא ישראל הוא. פאסט פאר א קוזק הנגזל.

קיינער פון אונז גלייכט נישט צו קיין סאקמארי צו חילוניים ח"ו. אין אומרים בקרו גמל אלא בקרו טלה.

בנוגע 770 ביזטו גערעכט, זיי האבן טאקע אייך טאקע נישט ליעב, והראיה ווען איר זענט אמאהל געקומען קיין קראון הייטס שבת אדער חוה"מ האט מען אייך אנגעבויקערט די ביינער, פני זקנים לא נשאו.

gotta go now

כורמיזא » 10/8/2004 21:47

דאס וואס איך האב געשריבען וועגען די רעפארמיסטען און משכילים, איז געווען מיין כוונה, אז ווען נישט די חסידים ברענגען דעם מושג פון אן אייגן קהלה וואלט די ממשלה נישט אנערקענט אין זייערע קהילות, ווייל זיי זענען געווען זייער א קליינע פארנעם אין די ערשטע יארן, און זיי וואלטען דעמאלטס שוין אוועק געפאלען פון כלל ישראל נאך פאר עס שלעפט מיט האלב אירופה מיט רוב וואהלין

Baachi » 10/8/2004 22:32

כורמי

אני על משמרתי אעמודה

די הצלחה פון די משכילים האט גארנישט צו פארדאנקן חסידים


אדרבה ואדרבה זייער עיקר הצלחה איז געוועהן ווי עס זענען נישט געווען קיין חסידים

אין ליטא (מזרח פרייסן), דייטשלאנד, מעהרן, אויבערלאנד אונגארן, אלט ראמעניע.זענען נישט געוועהן קיין חסידים שטיבלעך

בנוגע סעפאראטע קהלות האבן זיי גענוצט מסירות אז זיי זענען די אמתע יידן אין די פרומע זענען די קלעריקאלן.

סאיז אנס אז חסידים האבן מקדים געווען רפואה למכה אין געמאכט סעפאראטע קהלות, אנישט וואלטן זיי אלעס איבער גענומן ווי אין דייטשלאנד.

ווען די ארטהדאקסן אין אונגארן האבן זיך געכאפט (ביי די "ה--י--ט--א--ר--י--ש--ע" טיילונג) האבן זיי שוין געהאט פארלוירן 80 -90 פראצענט יידן צו די נעאלאגן

אגב, לדעתי איז הנ"ל דער אמת'ער היסטארישער מקור פון דעהם אז איין אונגארישע כאפט זיך שפעטער.

פארוואס זיי האבן יא מצליח געוועהן, א נושא פאר א נייעם אשכול.

איך בין דיך מכבד מיט פתיחה

תוקן על ידי - baachi - 10/08/2004 22:54:00

כורמיזא » 11/8/2004 00:30

באטשי, איך דינג זיך נישט מיט דיר. איך האלט נישט אז די חסידים זענען שילדיג אין די השכלה. איין נקודה האב איך געשריבען. אז ווען עס וואלט געווען די אלטע מהלך וואס איז געווען אין די ימי הבניים - די טויזנט יאר וואס די וועלט האט זיך נישט געריקט אויף פאראויס - אז איינער וואס האלט אנדערש ווי די רבנים מיט די קהילה האלטען (די רבנים מיט די ראשי קהילה זענען געווען געבינדען איינס מיט די אנדערע [אי"ה ביי די אשכול וואס דו ווארטס אז מ'זאל עפענען]) האט מען אדער מחרים געווען אדער געקנס'ט מיט גרויס געלד + שלעק, וואלטען די משכילים גלייך אוועק געפאלען פון כלל ישראל און קיינער וואלט זיי נישט אנערקענט אלטץ יודען, מ'וואלט נישט געדארפט מאכען קיין טיילונג, ווייל כלל ישראל האט געהאט איין איינציגען סארט קרייז (פארשטייט זיך אז עס האט זיך אז די געגענטער האבען געהאט אן השפעה), און ווער עס פירט זיך נישט לויט זיי איז נישט כלל ישראל.
שפעטער האבען די חסידים געבראכען די מנאפאלי, כלל ישראל איז געווארען צוטיילט אויף אסאך טיילען, האבען די רעפארמער זיך געפענט אן אייגן קהילה און די ממשלה האט דאס באלד אנדערקענט. אויב די ממשלה וואלט דאס נישט אנדערקענט וואלטן זיי די קהלה געהאט גענוג זאכען מיט וואס צו רודפ'ן (קנס, שחיטה, קבירה, לעכט, מס) נישט אומזיסט זענען אויפגעשטאנען אזוי פיל מוסרים אין יענע צייטען.
די ממשלות האבען געפאדערט אז יעדער זאל באלאנגען צו א קרייז (לוטריסטען/פראטעסטאנטען, קאטאליקען, אדער להבדיל יהדות) ווייל אזוי האבען זיי געקענט האלטען חשבון וויפיל מענטשען עס זענען דא כדי צו קענען איינמאנען די שטייערען, און אויך צו קענען פארלאנגען די מענטש/שטייערן פארן מיליטער.
און אסאך מאל האט דאס די קהילה איינגעמאנט פאר'ן ממשלה, אך און וויי איז געווען פאראיינעם וואס האט זיך ארויס געדרייט פון צו באצאלען אדער נישט פאלגען די ראשי קהלה.

Baachi » 11/8/2004 00:51

כורמיזא

איך דינג זיך מיט דיר אויף דעם גאנצן סטעיטמענט

דו האסט פארגעסן איין וויטיגען כלל

ווי אזוי עס גויאישט זיך אזוי יידישט זיך.
פארפאלען, אזוי שרייבט דער רמב"ם אז אמענטש ווערט נאך געשלעפט נאך זיין סביבה

אחוץ אז דו האלטסט אז די יידיש שפראך קומט פון בארג סיני, אין סאל א קאקאש האט דער חוזה געהערט פון די מלאכים.

YOU CAN NOT FIGHT PROGRESS

איז מיילא די געזעלשאפט געווארן אפען! סיי ביי גויים אין סיי ביי יידען.

ע"פ זוהר בשנת ת"ר יפתחון תרעין דחכמתא. חסידות און זה לעומת זה די השכלה.

איך זעה דו חלומסט נאך פון אריין זעצן אין די קונע. פאלט דיר גארנישט איין אז יוסל90 וואלט געוועהן דער איינזעצער אין מיר ביידע די יושבים ראשונה.

אויב דיך בענקט זיך נאך די אלטע צייטן דארפסטו פאוסטן דיין תגובה מיט א קנה אויף פארמעט.

yohcee718 » 11/8/2004 05:08

באטשי אין כורמיזא

איך ווייס נישט מיט וואס איז אנדערש אז מ'רעדט פון א חזן פאר א גאנץ יאהר לגבי 'הלבנת פנים' מיין גאנצע ראיה איז געווען נאר אויף דעם ענין פון זיך מונע זיין צי זאגען אויף אן איידעלע וועג 'זיי מוחל טרעט אפ' פונקט ווי מ'קען אוועק שיקען א חזן שלא נתמלא זקנו (שם בשו"ע)

דיין ראיה פון ר' פישעלע איז א ראיה אויף וואס? אז מ'טאהר נישט פארעכטען א בעל קורא?
אויב איינער וועט ליינען די וואך פר' נח וועט מען נישט איהם אנשרייען? אז ר' פישעלע לאזט נישט שרייען איז עס ווייל ער וויל זיין א 'מה יפית' איד?

ווי קומט הלבנת פנים דא אריין?

(ר' פישעלע האלט אזוי ווייל אזוי איז טאקע דער הלכה! אז פארעכטן דארף מען נאר ווען דער טעות איז משנה דעם כוונה)

עס וואונדערט מיר פארוואס די ברענגסט זאכען שלא ממין הטענה.

באטשי איך האב נישט גע'טענה'ט אז מ'האט געמאכט שטיבלעך ציליב מגולחים, לייען נאך אמאהל! איך האב געשריבען ציליב אזעלעכע ענינים.

עיין בספר התניא דברים חריפים על אריכות התפלה שצריכים להעמיד רק מי שמתפלל לאט. בספר אלף המגן על מטה אפרים שמי שמגלח אפילו ע"י היתר אין לו להתפלל לפני העמוד. בספר ישמח משה בתשובה להחתם סופר שמי שלובש בגדי צמר אל יעבור לפני התיבה והאדמור מסאטמאר סיפר כשהיה ילד קטן משמש בבגדיו של בעל ערגת הבושם ואמר לאביו שיכול לעבור לפני התיבה שמלבישיו הם ממשי...


אין איצט איבער 'חסידים'

עס א טעות גדול אז חסידים האבען מיסד געוועהן עקסטערע קהילות. אין קיין ארט האט א זאך נישט פאסירט!

ווי אין גאנץ איירופא איז פארהאנן א 'חסיד'שע' בית עלמין?? לא דובים ולא יער!

איהר האט געמאכט א טשולענט פון דעם טיילונג פון אונגארן אין די מחלוקה פון די חסידים אין מתנגדים. חסידים האבען פון אונפאנג מיסד געוועהן 'קלויזען' ווי זיי האבען זיך געזאמלט אין געדאווענט אין איינעם, אבער זיי האבען אין קיין פאל נישט אייגעפירט אן עקסערע שחיטה, בית עלמין, רב, קהילה,
אדרבה PLEASE NAME ONE CITY WHERE THIS HAPPENED

למשל 'לובלין' האט געהאט א 'רב' אבער דער חוזה האט געהאט א 'קלויז' גארנישט מער

א סאך שטעיט איז דער רב געוועהן א רבי אבער אין דער שוהל איז געבליבען 'אשכנז' למשל צאנז,

אין דעם שטאט פינסק האט מען פארטריבען דעם בארדיטשבער צדיק ווייל ער איז געוועהן א חסיד אבער די חסידים האבען זיךנישט אפגעטיילט (איך האב א ספר אויף פינסקער היסטוריה פון א חוקר)

אין מונקאטש האבען די חסידים פארטירבען ר' חיים סופר אבער קיינמאהל נישט געמאכט א עקסטערע קהילה, פאר דעם האבען די אשכנזים פארדטירבען דעם בני יששכר פון מונקאטש אבער די חסידים האבען קיינמאהל נישט געמאכט א 'קהילה'

פאר דער מלחמה האבען א פאר קהילות אין אונגארן גערינדעט אייגענע קהילות בעיקר זענען זיי געוועהן חסידים אבער זייער טענה איז געוועהן אז דער 'רב' אין 'קהילה' זענען בלי יראת שמים למשל 'איהעל' 'בערעגסאס' ועוד זיי האבען זיך גערופן 'קהל ספרדים'

sorry you people have your history dead wrong


PS באטשי איך בין נישט קיין סאטמערער you are barking up the wrong tree

כורמיזא » 12/8/2004 17:04

יוסי, איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, וועל איך שרייבען ממש בקיצור און אפשר וועט מען נאך מאכן אמאל אן אשכול וועגען די נושא

דאס וואס איך האב געשריבען איז פון די תקופה פון די גרינדונג פון חסידות פון בעש"ט הק' מיט די תלמידים פון די מגיד. לערען אדארעך די היסטוריה און נאכדעם שרייב.

וועגען בית הקברות איז נישט שייך געווען צו מאכען עקסטערע ווייל די ממשלה האט קובע געווען איין פלאץ ביים עק שטאט וואס יעדער האט געהאט א באזונדערע חלקה, וואס מיט די יארען איז עס געווארען אנגעפילט אז מ'זעט נישט ווי איז וועמענס חלקה, אבער חברה קדישא האבען זיי זיכער געהאט עקסטערע אדער איז געווען האלב און האלב (ווי למשל מעזריטש).

שחיטה האבען זיי אויך געהאט עקסטערע מיט די געשלייפטע מעסערס (די מעסערס זענען געווען פון א נייע סארט מאטריאל וואס מאכט זיכער אז עס זאל נישט ווערען שטימפיג).

און די מס פאר די קהלה האבען זיי אויך אויפגעהערט צו צאהלן, און מ'האט דאס געגעבען פאר 'מגידות' פאר'ן רבין'ס הויף און די הויף האט געצאלט די שטייער דירעקט. (מ'פלעגט עס רופען 'מס נירות', עס איז דא צענדליגער בריווען פון די אדמו"רים וועגען די מס)

משנתחסידים » 12/8/2004 18:20

אין באבוב האב איך אמאל געזען ביין דעם רבי'ס מנין א בעל קורא וואס גאלט זיך, ווען איך האב געפרעגט א חסיד היתכן האט ער מיר געזאגט, אז עס איז כדי מען זאל וויסען ווי אזוי אמאליגע חסידים האבען אוסגעזען, ודל.

Baachi » 13/8/2004 01:38

יוסי718

דו שרייבסט אזא לאנגע תגובה, מיט אזוי פיהל נושאים אז מוז איך מאכן סעיף קטנ'ס דיך צו ענפערען

דא איז דיין, אין רויט


1) איך ווייס נישט מיט וואס איז אנדערש אז מ'רעדט פון א חזן פאר א גאנץ יאהר לגבי 'הלבנת פנים' מיין גאנצע ראיה איז געווען נאר אויף דעם ענין פון זיך מונע זיין צי זאגען אויף אן איידעלע וועג 'זיי מוחל טרעט אפ' פונקט ווי מ'קען אוועק שיקען א חזן שלא נתמלא זקנו (שם בשו"ע)

2) דיין ראיה פון ר' פישעלע איז א ראיה אויף וואס? אז מ'טאהר נישט פארעכטען א בעל קורא?

3) אויב איינער וועט ליינען די וואך פר' נח וועט מען נישט איהם אנשרייען?

4) אז ר' פישעלע לאזט נישט שרייען איז עס ווייל ער וויל זיין א 'מה יפית' איד?

ווי קומט הלבנת פנים דא אריין?

(ר' פישעלע האלט אזוי ווייל אזוי איז טאקע דער הלכה! אז פארעכטן דארף מען נאר ווען דער טעות איז משנה דעם כוונה)

עס וואונדערט מיר פארוואס די ברענגסט זאכען שלא ממין הטענה.

באטשי איך האב נישט גע'טענה'ט אז מ'האט געמאכט שטיבלעך ציליב מגולחים, לייען נאך אמאהל! איך האב געשריבען ציליב אזעלעכע ענינים.

5) עיין בספר התניא דברים חריפים על אריכות התפלה שצריכים להעמיד רק מי שמתפלל לאט. בספר אלף המגן על מטה אפרים שמי שמגלח אפילו ע"י היתר אין לו להתפלל לפני העמוד. בספר ישמח משה בתשובה להחתם סופר שמי שלובש בגדי צמר אל יעבור לפני התיבה

6) והאדמור מסאטמאר סיפר כשהיה ילד קטן משמש בבגדיו של בעל ערגת הבושם ואמר לאביו שיכול לעבור לפני התיבה שמלבישיו הם ממשי...

אין איצט איבער 'חסידים'

7) עס א טעות גדול אז חסידים האבען מיסד געוועהן עקסטערע קהילות. אין קיין ארט האט א זאך נישט פאסירט!

8) ווי אין גאנץ איירופא איז פארהאנן א 'חסיד'שע' בית עלמין?? לא דובים ולא יער!

איהר האט געמאכט א טשולענט פון דעם טיילונג פון אונגארן אין די מחלוקה פון די חסידים אין מתנגדים. חסידים האבען פון אונפאנג מיסד געוועהן 'קלויזען' ווי זיי האבען זיך געזאמלט אין געדאווענט אין איינעם, אבער זיי האבען אין קיין פאל נישט אייגעפירט אן עקסערע שחיטה, בית עלמין, רב, קהילה,

9) אדרבה PLEASE NAME ONE CITY WHERE THIS HAPPENED

למשל 'לובלין' האט געהאט א 'רב' אבער דער חוזה האט געהאט א 'קלויז' גארנישט מער

10) א סאך שטעיט איז דער רב געוועהן א רבי אבער אין דער שוהל איז געבליבען 'אשכנז' למשל צאנז,

אין דעם שטאט פינסק האט מען פארטריבען דעם בארדיטשבער צדיק ווייל ער איז געוועהן א חסיד אבער די חסידים האבען זיךנישט אפגעטיילט (איך האב א ספר אויף פינסקער היסטוריה פון א חוקר)


דא איז מין תגובה = אין בלוי - ווי א ציוני.

1) די הלכה אין שו"ע רעט פון א מינוי קבוע פון א קהל, מוז זיין ברצון הציבור, הלבנת פנים איז נאר שייך בפרהסיה. אז דו פארשטייסט נישט דעם חילוק פון בפרהסיא און פון א פלאץ וואס איז מיוחד פאר דעהם. טו דיך אויס אין פאליש אין גיי אזוי אין די מקוה.

2) מיין ראיה פון ר' פישעלע שליט"א איז אז אפילו ווי עס שטייט בפירוש וגוערין בו, לאזט ער נישט למעשה, ווייל ס'איז הלבנת פנים.

קען זיין ער מיינט גוערים בו - די גבאים אין קהל שטוב. - ואל תשיבני פון גוערים בו פון שמועסן ביים לייענען - שיינסט מיר גענוג קלוג צו פארענטפערן עס אליין.

" קרא וטעה אפילו בדקדוק אות אחת מחזירין אותו. הגה:
... ודוקא בשינוי שמשתנה ע"י זה הענין אבל אם טעה בנגינת הטעם או בניקוד אין מחזירין אותו אבל "גוערין" בו."

3) טאמער פרשת נח איז ביי דיר דער זעלבער ענין ווי פרשת ראה טארסטו נישט שרייען.

4) לויט דיין תגובה אדער ווייסטו נישט וואס טייטש מה יפית. אדער קענסטו נישט ר' פישעלע'ן

ממין הטענה: באליידיגן באליידיגן טאר מען נישט, ווייל ס'איז א נעוויירע (ב' פעמים - בניגון אוי וקרב פזורנו)

5) די אלע זאכן בין איך מסכים אז לכתחלה דארף מען אזוי טוהן (חוץ דעם צמר) אבער מיין שאלה איז געוועהן אי אתרמי, כי יקרא- אצאצעך גיטראפן! - וואשזע טיטמען איצטער?

6) בוצין בוצין מקטפיה ידוע

7) חוץ אין אלע רוסישע אין וואלינער שטעטלעך ווי זיי האבן געקענט, אין פוילן איז געווען ס'רוב שטעטליך חסידיש.

8) בתי עלמין נישט - גם אהבתם קנאתם גם שנאתם כבר אבדה -רבנים אין שחיטות יא - קוק אויך וואס כורמיזא שרייבט דברים של טעם.

אגב, פושקעס אויך

9) דווינסק

10) אין צאנז נישט געוועהן קיין מתנגדים - אין פינסק קיין חסידים, אין סלאנים איז געוועהן ביידע איז געוועהן צוויי רבנים. די חסידים פון אונגארן - מונקאטש אין איהעל זענען נישט געוועהן צו גרויסע בעלי מחשבה צו מאכן אייגענע קהלות, סאיז זיי באמת נישט געגאנגען אין לעבן דאס חסידות. דער עיקר איז געוועהן צו פירן א מחלוקהלע מיט רב כנהוג במקומות אלו.

דאס איז אלץ נישט נוגע אונזער מגולח מיט די גרויסע עטרה. דו וואלסט געהאט א הארץ אים אוועק צו שיקן?

וועגן דיין סאטמערישקייט

איך זעה אסאך דינע קינואישע פאוסטס, בפרט דעם נתינת טעם לשבח אויף די יידישע שואה. אין מחבר זיין אייגענע היסטוריע האב איך געמיינט לתומי ביזט א היימישער, אבער די מעשה פון דעם רבי'ן ווי אזוי ער האט געהאט דרך ארץ פאר'ן ערוגת הבושם (סעף 6) פאסט צו דערציילן פאר א קלאצנבערגער

צו וועמען פארסטו צום מארה"ב'ער רבין אדער צום מארה"ק'ער?




תוקן על ידי - baachi - 13/08/2004 1:47:18

Baachi » 13/8/2004 02:11

משנתחסידים

די מעשה וואס דו דערציילסט - לאו משנת חסידים הוא

APPLE » 13/8/2004 04:09

וואס הייסט אין פינסק איז נישט געווען קיין חסידים?

פינסק אין קארלין זענען צוויי שטעט כמו אחד,
בארא פארק אין קענזינגטאן.

די ערשטע חסידים האט מער גערופען קארלינער, כמוכח פון די מסירות פון אביגדור וממקומות שונים.

yohcee718 » 13/8/2004 19:56

APPLE
DONT CONFUSE HIM WITH FACTS
I GAVE UP

עפשטיין » 13/8/2004 20:41

באטשי

דיין לעצטער תגובה איז זייער צופלויגען אין שווער מיטצוהאלטען, די סעיפים מאכען עס נישט קלארער.

ווער האט געשריבען אז ר' פישל איז א מה יפיתניק? האסט לכאורה שלעכט פארשטאנען יענער תגובה פון יוחי718

Baachi » 13/8/2004 21:34

עפשטיין

לאמיך אייך ספעסיפיציצירן

מיינע סעיפים זענען איין ענטפער אויף זיינע.
ד.ה. מיין סעיף א' איז איין ענטפער אויף זיין סעיף א'
א.א.וו.

APPLE

ביזט גערעכט, אין קארלין איז געוועהן חסידים.

אבער זיי האבן נעשט געהאט די יכולת אדער דעם רצון צו מאכן א באזונדערע קהל.

און בכלל, חסידים האבן בשיטה נישט געוואלט זיך אפטיילען פון כלל. פארדעהם זענען זיי דאך געוועהן חסידים. איינע פון די עיקרי החסידות איז געוועהן אהבת ישראל.

אין די רוסישע שטעטלעך ווי מען האט יא געהאט באזונדערע קהלות איז עס לדעתי געוועהן הויפטזיכליך בדלית ברירה.

צו ווייל בראש פון די עקזיסטירעדע קהלה זענען געוועהן עמי הארץ בעלי אגרופין וואס האבן זיך נישט געוואלט צו שטעלן, צו ווייל זיי האבן געהאט רדיפות. אבער קיין שיטה פון התבדלות איז עס נישט געוועהן.

נאך דארף מען פארשטיין אז עס איז געוועהן א זעהר ארימע וועלט, ווער האט געקענט ערלויבן צוויי רבנים?

קען מען זיך ווייניג ברענגען ראיות פון יענע תקופה צו אונזער גילוח

מאיז פארקראכן פון ענין

מיין סיכום

1) הלבנת פנים - נוח לו לאדם שיפיל לכבשן האש ואל ילבין..

2)חסידים האבן זיך אפגעטיילט בדלית ברירה נישט אלץ שיטה

3)אחילוק צווישן לכלתחלה און בדיעבד

4)כורמיזא קען נישט באשולדיגן חסידים אין משכילים'ס הצלחה

5) יוסי718 רעט ווי א סאטמארער בשיטה כאטש ער טענה'ט ער איז נישט

6) ר פישעלע זינגט נישט מה יפית

7) קארלין מיט פינסק בהדי הדדי אבל לא כמו ב"פ וקענזינגטען

כי בשניהם יש עירוב ובפינסק היה עירוב, בקארלין לא היה - עירו של המשכנות יעקב

8) האטס אלע א לעכטיגן שבת קודש

נ"ב עפשטיין טאמער פארשטייסט נישט, נעם אראפ די סעיפים

כורמיזא » 15/8/2004 08:30

יוסי, געב נישט אזוי שנעל אויף, אויב האסטו געמאכט א טעות נעם ארויס א תועלת דערפון.

אט צייכן איך דיר צו א לינק צו די באוואוסטע אוביעקטיווע (כאטש ער איז נישט קיין חסיד) היסטאריקער ר' בערל וויין ווי ער רעדט ארום וועגען די רעוולוציע פון די התייסדות החסידות, הגם עס איז דא געוויסע נקודות וואס איך האלט אז ער גרייזט, אבער באופן כללי לייגט ער גוט אראפ דעם ענין (מ'דארף האבען ריעל-פלעיער עס צו קענען הערן)
http://rabbiwein.com/multimedia/chasidism.ram

באטשי פאר דיר איז עס אויך כדאי צו הערען, ער דערמאנט אויך די נקודה וואס איך האב געשריבען אז די משכילים האבען זיך מיט געכאפט מיט די חסידישע באן...

מנחתאלעזר » 15/8/2004 08:31

אנדערע האלטען אז וויין איז נישט אזוי אביעקטיוו

כורמיזא » 15/8/2004 08:50

איך שטעל זיך פאר אז עס וועלען זיין וועלן פארברייטערן די ארום בערל וויין מיט זיינע ציוניסטישע געדאנקען, אדער אנדערע חסרונות ווי למשל ער באנוצט זיך מקורות וואס זענען אונז נישט אזוי נאנט צום הארצן (נצרות למשל).

איך וויל נישט אריין גיין אין די נושאים, איך מיין אז אין די חלק פון היסטוריה זענען דא ווייניג פון היימישע אידען וואס האבען דאס אזוי גוט ארויס געברענגט ווי אים, און אפילו לאמיר זאגען ער איז נישט אזוי אביעקטיוו, זיינע זאכען וואס ער זאגט זענען באזירט אויף פאקטען, און א פאקט בלייבט פאקט אפילו אויב מ'איז סוביעקטיוו, מאקסימום דארף מען נישט מקבל זיין הסברים מיט פרשנות.

yohcee718 » 16/8/2004 02:02

כורמיזא
איך האב דיך געפאלגט נאך פאר די האסט מיר גע'עצה'ט צו לערנען היסטוריה אין צום לערנען איז נישט דא קיין שיעור איך האף אז איך בין נישט פוהל מיט ISSUES און אויב איינער ווייסט אהן א נייער פאקט פאר מיר איז עס פאר מיר א גרויסע שמחה.

פאר דעם איז כדי פאר אונז אללע צו אונווייזען SOURCES מקורות נישט סתם שיסען הנחות.

א) איבער דעם ש"ץ וואס האט זיך געגאלט אין די 3 וואכען וועל איך נאר איבער זאגען קורץ מיין דעה, מיר איז גענוג אז די גולשים שיחי' זאלען ליינען אין ירא הגולשים וישפטו

פונקט ווי איינער וואס מ'מוז לויט דער הלכה פאריכטן -אלע מוזען מודה זיין אז עס זענען פארהאן אזעלעכע פעלער- (וואס באטשי האט געענטפערט אויף מיין פר' נח איז סתם ליצנות\פאלעמיק) דהיינו וואס טוט מען אויב דער בעל קורא ליינט חולו של מועד נישט ריכטיג? שרייעט יעדער "נו נו" היום קוראים 'קדש לי'!

אדער אויב דער חזן פארגעסט 'ברכת כהנים' בשעת מנחה פון א תענית וכדומה. מוז מען דאך איהם פארעכטען אפילו אויב ער וועט זיכער פארשעמט ווערן (IT HAPPENED TO ME!) דאך זאגט מען נישט אז ווייל הלבנת פנים איז אסור, טאר מען איהם נישט פאריכטען.

איבער היסטורה נעקט ....

yohcee718 » 16/8/2004 02:27

כורמיזא איצט איבער היסטוריא

(איך האב נישט קיינמאהל נישט אויסגעהערט WEIN קען איך נישט געבען א אמת'ע אפשאצונג... אנדערע זאגען אז ער איז נישט אביעקטיוו..)


ב) איך האב אבער דיך מעורר געוועהן אויף 'דיינע' הנחות און פארלאנגט מקורות אויף דעם וואס די האסט געשירבען דא איז א חלק פון דיינע אייגענע ווערטער:

"ווען נישט זיי מאכען עקסטערע מניינים וואלט מען זיי אריין געלייגט אין חרם און אריין געלייגט אין דעם קהל-שטיבל וואס איז געווען אין ביהמ"ד אין יעדער וואלט דארעך געגאנגען און געגעבען א שפיי און דערנאך וואלט מען זיי גוט גוט אנגעמקלט די ביינער, זיי זענען געווען קלוגער דערפון, זיי האבען גלייך געמאכט אן עקסטערע קהלה מיט א נייע ביהמ"ד, בית קברות, שחיטה, לעכט, מיט'ן רשות פונ'ם ממשלה" [הדגשות שלי]

איך האב דיך געבעטן מיר ווייזען איין פאל פון אזא מקרא. איך ווייס נישט פון קיין פאל אין איך קען נישט ברעגען א ראיה אויף א NEGATIVE


ב) באטשי האט געשריבען 1)אין פינסק איז נישט געוועהן קיין חסידים 2)פינסק אין קארלין זענען בהדי הדדי אבען נישט ווי בארא פארק אין קענזינגטון (WHATEVER THAT MEANS)
3)עס זענען געוועהן עקסטערע חסידישע שחיטות

אויף דעם וועל איך דא ברענגען PROOF והבוחר יבחר עם מי האמת. איך ערווארט נישט קיין ענטפער פון באשטי ווייל ער האט נאר איין פאך: פאלעמיק און איך האב דאס זייער ליעב איך באנוץ זיך אליין מיט פאלעמיק אבער עס איז נישט קיין צוגלייך מיט הארטע PROOF

חמצי?? im sitting in a cool kitchen wanna join??
[בילד – נישט אפגעהיט]

yohcee718 » 16/8/2004 02:30

ב
[בילד – נישט אפגעהיט]

yohcee718 » 16/8/2004 02:31

ג
[בילד – נישט אפגעהיט]

yohcee718 » 16/8/2004 02:34

ד
[בילד – נישט אפגעהיט]

yohcee718 » 16/8/2004 02:35

ה
[בילד – נישט אפגעהיט]

yohcee718 » 16/8/2004 02:36

ו
[בילד – נישט אפגעהיט]

yohcee718 » 16/8/2004 02:37

ז

חמצי Put on your glasses
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2