היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווער איז באקאנט מיט Symantec pcAnywhere

ווער איז באקאנט מיט Symantec pcAnywhere

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1027728

selish » 18/7/2004 19:03

Symantec pcAnywhere
ווער איז באקאנט
איך האב דאס אינסטאלירט אין מיין מעין און אין מיין לעפטאפ
וואס טוט מען יעצט
איך פאר אסאך ארום און איך וויל אריינגיין אין מיין מעין פי סי
ווי אזוי מאכט מען דאס

גאסט » 19/7/2004 05:43

וויאזוי גייסטו דיך קאנעקעטען?

דורך די אינטערנעט אדער מאדעם?

selish » 19/7/2004 15:09

זיי ביטע מסביר ווי אזוי מען קענעקט זיך
צו מען דארף דעם מאדעם
צו מען דארף אינטערנעט
צו ביידע קאמפ דארפן זיין אן ליין
צו סגענוג איינס מאדעם איינס אינטערנעט
שרייב קלאר מען זאל פארשטיין
חאלישט נאך אן ענטפער
און ביטע אין אידיש
דאנקע שיין

גאסט » 19/7/2004 16:34

מ'קען זיך קאנעקטען דורך די אינטערנעט דעמאלטס דארפן ביידע זיין קאנעקטעד צום אינטערנעט

אדער קען מען זיך קאנעקטען דורכן מאדעם דעמאלטס דארפן ביידע נישט זיין קאנעקטעד צו אינטערנעט און ביידע דארפן האבן א עקסטערע טעלעפאן ליין.

אויב האסטו DSL אדער CABLE אויף איינע פון די קאמפיוטערס, לוינט זיך צו קאנעקטען דורך די אינטערנעט אפילו אויב די האסט נאר א מאדעם אויף די אנדערע קאמפיוטער

קאנדאהאר » 19/7/2004 18:46

זעליש הער גוט צו. וועסט פארשטיין.

1) דו דארפסט אינסטאלירן דעם פראגראם נאר אויף דעם HOST קאמפיוטער. דאס מיינט, נאר דארט ווי דו ווילסט אנקומען.

למשל דיין אפיס, איז דער קאמפיוטער וואס דו מוזט שטענדיג האבן אנגעצינדן, און דארט מוז PC עניוועיר, זיין אינסטאלירט.

אויף דעם אנדערן מאשין, למשל דיין לעפטאפ אדער האטעל קאמפיוטער מוזטו עס נישט האבן אינסטאלירט, דו קענסט דיך קאננעקטן דורך WWW.ELPHA.NET און דריקט די צווייטע לינק, וואס ס'שטייט PC ANYWHERE. און אינסטאליר די קליינע פלאג-
אין.

אויף דעם HOST קאמפיוטער, דארפסטו קליקן אויף HOST, און RIGHT קליקן אויף NATWORK CABLE DSL, און דערנאך קליק אויף PROPERTIES.
מאך א טשעק סיין, אויף TCP
יעצט קליק אויף CALLERS אויבן.
קליק NEW ITEM, מאך דיר א LOGIN NAME און PASSWORD
יעצט DOUBLE CLICK אויף NATWORK CABLE DSL
PC ANYWHERE וועט זיך MINIMIZEN, און וועט פארשווינדן ווערן...
בראווא!

*******

יעצט וועסטו זען אונטן אויף דיין TASK BAR א קליינע ICON פון PC ANYWHERE, וואס קוקט אויס ווי א קאמפיוטער. RIGHT CLICK וועסטו זעהן דיין IP...
דאס מוזטו אויפשרייבן, אבער פונקטליך... צו די האר. איין נומער WRONG ביזטו קאפוט.

יעצט, פון דיין האטעל צימער, אדער פון דיין לעפטאפ, גייסטו צו WWW.ELPHA.NET און די קליקסט אויף PC ANYWHERE
און דערנאך קליקסטו אויף CONFIGURE אן דו לייגסט אריין דיין IP אדרעס און עס וועט דיר בעטן דיין LOGIN NAME און פעסווארד... און ביסט אין דיין אפיס מאשין.

דאס אלעס.

אינגערמאן » 20/7/2004 01:19

ביזטו אויך באקאנט מיט
Gotomypc.com
??
וועלכע איז בעסער צו ניצן??

קאנדאהאר » 20/7/2004 04:30

GOTOMYPC.COM קאסט געלט יעדן חודש, און איז גארנישט בעסער בשיטה.


עס האט בלויז איין מעלה, אז מ'דארף נישט געדענקן די IP אדרעס. בעת אויף PC ANYWHERE דארף מען יא געדענקן. חוץ אויב מ'האט א STATIC IP, וואס דעמאלטס איז די IP אדרעס אייביג די זעלבע און עס טוישט זיך קיינמאל, קיינמאל נישט.

רוב גרויסע קאמפאניס האבן STATIC IP אדרעסן, און עס טוישט זיך קיינמאל נישט. רוב HOME USERS האבן DYMANIC IP אדרעסן, וועלכע טוישן זיך געווענליך יעדעס מאל וואס מ'לאגט אריין אין אינטערנעט.

מיט GOTOMYPC.COM דארף מען נישט געדענקן דעם IP אדרעס און מ'קען האבן קאנעקטעד עטליכע קאמפיוטערס. די HOME COMPUTER, די OFFICE COMPUTER און נאך מאשינען.

אויב איינער האט די איבריגע 30 דאלאר יעדן חודש, זאל ער עס גערן ספענדן ביי GOTOMYPC.COM, ס'איז אבער גארנישט בעסער אין פראקטיק פון PCANYWHERE

selish » 1/8/2004 19:14

קאנדאהאר

שכויח אבער איך האב פראבלעימען

איך האב געטוהן ביי דעם אופיס קומפיוטער אזוי ווי דו האסט געהייסן

און ביי מיין לעפטאפ פונקטליך ווי אזוי דו האסט געזאגט אבער ס'גייט נישט

איך בין ארייןן ביי די סייט
WWW.ELPHA.NET

געקליקט אויף PC ANYWHERE
[בילד – נישט אפגעהיט]

selish » 1/8/2004 19:16

איך האב אינסטאלד דעם פלאג אין
יעצט האט זיך געפנט א פיקטשער מיט א באנטש קאמפיוטערס
העכער דעם שטייט MAKE A CONNECTION

[בילד – נישט אפגעהיט]

selish » 1/8/2004 19:17

איך דריק דארט קומט ארויס א באקסל
דארף איך אריין לייגן HOST NAME?
דארף איך אריין לייגן TCP/IP HOSTS?
אדער נאר קליקן CONFIGURE אויף די רעכטע זייט?


[בילד – נישט אפגעהיט]

selish » 1/8/2004 19:18

אן אויספילן גארנישט ביי די אויבערשטע קשיות וואס איך פרעג פריער אלעס געלאזט בלענק

בעט ער מיר אריין לייגן
ENTER NAMES OR PASSWORDS

[בילד – נישט אפגעהיט]

selish » 1/8/2004 19:22


וואס דארף איך יעצט אריין לייגן
איך לייג אריין מיין USER NAME
עס קומט צוריק די ערשטע באקסל

וואס איז מיין IP ADDRESS

למשל USER- AT 200.500.5.255
אדער דזאסט די נאמבער?

selish » 11/2/2005 21:20

refresh