היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » איך אומרים "בעיה" PROBLEM באידיש?

איך אומרים "בעיה" PROBLEM באידיש?

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1018186

קומפוט » 12/7/2004 01:34

איך אומרים "בעיה" PROBLEM באידיש?

נחוץ לי מאוד לדעת

אני צריך לערוך מודעה רק באידיש

יוסףמאיר » 12/7/2004 01:37

פראבלעם איז א אידיש ווארט אויך.

אגב קענסט מיר זאגען פונקליך וועלעכע אשכול דו פרובירסט צו אראפרוקען, מיט די לאע נייע אשכולות אין קורצע תגובות.?

אפשר קען איך דיר אויף העלפען.

תוקן על ידי - יוסףמאיר - 12/07/2004 1:39:35

קומפוט » 12/7/2004 01:48

איך האב מיך געפרייט איינער רעספאנד צו מיין שאלה
שכויח

איך פרעג איבער אשכולות וואס איך האב שוין לאנג געפרעגט ערגעץ אנדערש און סאיז נאך נישט פארענטפערט
און איך וויל נישט בלייבן תיקו

Baachi » 12/7/2004 23:03

קומפוט
יוסף מאיר

אויף יידיש איז נישט קיין "פראבלעם"

בעברית גם כן אין "בעיה"

אך תמיה לי האיך אומרים את זה בלשון הקודש?

למשל אם יוסף90 (רק משל) ירצה לכתוב בלה"ק קוויטל לרבו

"איך האב א גרויסען פראבלעם, איך געדענק נישט פון איין מינוט צו די אנדערע וואס איך האלט"

נא לתרגם ללה"ק


תוקן על ידי - baachi - 12/07/2004 23:12:51

שדים_טאנץ » 12/7/2004 23:26

אפשר "דילעמא"?

אדער "מלער"?

menchele » 12/7/2004 23:46

וואס איז שלעכט מיט "פראבלעם"?

yohcee718 » 13/7/2004 01:27

רוב ווערטער פון ענגליש זענען דאך אויף פון דייטש

דייטש און ענגליש רופט מען ANGLO-SAXON

קום COME
גיי GO
נאכט NIGHT
טאג DAY
גאט GOD
פאטער FATHER

'פראבלעם' איז אין אידיש דייטש ענגליש דער זעלבער ווארט


Ziskeit » 13/7/2004 03:23

אין דיקשאנערי איז דא צוויי טייטשן:

1. פראבלעם
2. שוועריגקייט

shia550 » 13/7/2004 03:29

שוועריקייט איז קושי'

בעיה קשה איז דען א דאפלט לשון?

Baachi » 13/7/2004 21:04

shia

טייטש מיר איבער דאס קוויטל אויף לשון קודש

מען לאזט ניטש אריין צום רבין מיט איין העברעאיש קוויטל

mefikel » 14/7/2004 01:09

טאג-day ?
מוטער- mother
גיין-GO
הויז,HOUSE
מייז-MOUSE
ראט-RAT
קאץ-CAT

----זאלי----ZALI-----

תוקן על ידי - mefikel - 14/07/2004 1:21:36