אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן, און פיל שפייעכץ פון מויל איז שוין אויסגערינען אין דעבאטעס איבער די טעמע:
וואס איז בעסער פאר חינוך, עקסטרעם אפצוזינדערן די קינדערלעך זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם בייזן וואס די היינטיגע טמא'נע גאסן האבן צו פארקויפן.
אדער; איז בעסער זיי זאלן נישט זיין גענצליך אפגעזינדערט, נאר ענדערש קאנטראלירט.
דהיינו;
איז א טובה צו וואינען אין א געטא שטעטל ווי די קינדער זען נישט קיין שלעכטס פאר די אויגן,
וואס ווען זיי קומען ארויס אין די גאס, עפענען זיך מיטאמאל זייערע אויגן ברייט, און זיי דערעזען זאכן רחמנא לצלן, וואס די שטאטישע קינדער זענען מער אימיונט דערצו און זיי באמערקן דאס שוין כמעט נישט....
אדער, ווי איך האב אמאל געזעהן א דיבעיט, אין א ארץ ישראל'דיגע צייטשריפט, איבער די חרדי'שע סידיס און ווידיאוס. איז כדאי דאס אריינצולאזו אין הויז אדער נישט
וואס איז ענדערש, געבן פאר די קינדער בהיתר וואס מען קען, כדי זיי זאלן זיין זאט,
אדער ניין, נאר קדש עצמך במותר לך, ווייל מן ההיתר יסיתנו אל האיסור!
דער שמועס קען גיין טיפער און ווייטער, אין צניעות הלבוש א.א.וו.
בקיצור דאס גאנצע אידישקייט
אונזערע קרייזן האבן אנגענומען די שיטה אז וואס מער אפגעזינדערט אלץ בעסער, און ווי די כלל פון קדש עצמך במותר לך!
אבער די מאדערנע קרייזן טוען ענדערש ווי די צווייטע וועג.